רש"י ברענגט פון מדרש (במדבר טז): וקרח שפקח היה מה ראה 'לשטות' זה? עינו הטעתו. ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו, וכו', טעה ותלה בעצמו וכו'. קרח האט געזען די גאנצע שלשלת וואס גייט ארויס קומען פון אים, ער האט פאראויס געזען זיינע דורות, איז ער געווען זיכער אז הוא הקדוש, און אז ער איז געאייגנט צו טון דעם עבודת הקדש.
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס רופן אים חז"ל אן א 'שוטה', ער האט דאך געהאט א 'קלוגע' טענה, געוויס איז ער נישט געווען גערעכט מיט זיין טענה, אבער פארוואס ווערט ער באטיטלט אלס א שוטה? מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס די ספה"ק טייטשן דאס וואס די גמרא זאגט (חגיגה ד.) 'איזהו שוטה, המאבד כל מה שנותנים לו'.
טייטשן די ספרים הקדושים: איזהו שוטה, ווער איז א שוטה, המאבד, דער וואס פארלירט דער ענין פון וויסן און שעצן אז כל מה, אלעס וואס ער האט, שנותנים לו, איז א מתנה וואס מ'האט אים געגעבן פון הימל, און נישט אן זיין אייגענע זכות. ווייל א איד דארף אלעמאל וויסן אז גארנישט איז זיין אייגענע זכות, נאר אלעס וואס מ'גיט אים איז א מתנת חינם פון השי"ת, און אויב דאס איז ער מאבד, דאן איז אזא מענטש א שוטה.