ווי באקאנט איז נאך גאר גרויסע מחלוקת אין די וועלט, אבער די תורה זאגט אונז אז עס איז דא א חילוק צווישן א מחלוקת וואס איז לשם שמים און א מחלוקת וואס איז נישט לשם שמים. "ויקח קרח" (טז א) שטייט אין מדרש: "ויקח קרח" מה לקח אמת לקח. וואס האט ער גענומען? ער האט גענומען אמת, און דאס איז א פלא! דאס צו פארשטיין קען מען זאגן לויט וואס מען איז מפרש די משנה (אבות פ"ה י"ז) כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים; ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. איזו היא מחלוקת שהיא לשם שמים? זו מחלוקת הלל ושמאי; ושאינה לשם שמים, זו מחלוקת קרח וכל עדתו. וואס לכאורה וואלט געדארפט שטיין מחלוקת קרח מיט משה, אזוי ווי מחלוקת הלל ושמאי? נאר הלל ושמאי איז געווען זייער מחלוקת לויט רומען אין די הלכה על פי אמת, איז דאס לשם שמים, אבער קרח מיט עדתו איז געווען א מחלוקת צווישן זיך, ווייל יעדע איינער האט געוואלט זיין כהן גדול, און דאס קען דאך נישט זיין, מור מען זאגט אז זייער מחלוקת איז נישט געווען לשם שמים, נאר געווען פול מיט שקר, דעריבער איז פאסיג זו מחלוקת קרח וכל עדתו, ממילא ווייל זיי זענען נישט געגאנגען מיט אמת, דאס מיינט אמת לקח זיי האבן אוועק געווארפן די אמת פון זיך. (הרי בשמים ר' יעקב יוסף גינז)