ברכות השחר
ליקוטים ממשנתו של כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע
כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע אין א שיעור חורש"י (חקת בלק תשל"ט): איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן, מען זאל זיך פירן אזוי ווי מען פלעגט אמאל, און מען זאל איינפירן אין אונזערע בתי מדרשים אז דער בעל תפילה גייט צו צום עמוד שוין פון "אדון עולם" און "ברכות השחר", ערשט זאגט דער שליח ציבור די ברכות, און דערנאך יעדער איינער פאר זיך.
א איד א ירא שמים איז משתדל צו הערן אויך פון עטליכע אנדערע אידן "ברכות השחר" כדי צו ענטפערן "ברוך הוא וברוך שמו" און "אמן".
דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט מקפיד געווען יעדן טאג, אז נאך וואס ער האט געזאגט די ברכות השחר, האט ער אויסגעהערט די ברכות פון כאטשיג צוויי קינדער. דאס איז געווען א חוק ולא יעבור, מען האט יעדן טאג געדארפט צושטעלן צוויי קינדער, אדער פון זיינע קינדער, אדער אייניקלעך, אדער סתם קינדער פון בית המדרש. זיי האבן געדארפט זאגן פאר אים די ברכות השחר, און ער האט געענטפערט ‘ברוך הוא וברוך שמו’ און ‘אמן’. זעהן מיר פון דעם ווי גרויס דער ענין איז!
*
מיר האבן נישט קיין השגה, וויפיל טיפע און הויעכע כוונות עס ליגן באהאלטן אין יעדע ברכה פון "ברכות השחר", אויף יעדע איינציגסטע ברכה קען מען ארויסגעבן א דיקע ספר, מבאר צו זיין די פילע כוונות וואס ליגט אין זיי באהאלטן, סיי בנגלה און סיי בנסתר - יעדע ברכה איז א תורה שלימה, און איז עמוק עמוק. (כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע - חורש"י שם, וע"ש מעט מן הכוונות)
*
ש ל א ע ש נ י ג ו י
מען זאגט נאך פונעם הייליגער רבי מאיר מפרימישלאן זי"ע, א טעם פארוואס מיר מאכן יעדן טאג דעם ברכה "שלא עשני גוי". ווייל ווען א איד שטייט אויף אינדערפרי און וויל זיך שטעלן דאווענען פארן אייבערשטן, ווערט ער זייער צובראכן ביי זיך, ווער בין איך זיך צו שטעלן פארן מלך מלכי המלכים... און אפילו אויב ער איז געווען אויף א גאנצע נאכט און גלערנט, אדער אויסגעזאגט גאנץ תהלים, קלערט ער ביי זיך, דאס הייסט געלערנט?...
פון די אלע מחשבות ווערט דער מענטש שטארק פארביטערט, ביז ער קלערט ביי זיך אז ער איז שוין גארנישט בעסער ווי א גוי גמור רח"ל... ער לויפט אין מקוה, ער וויינט זיך אויס אויף זיינע חטאים און ער וויל תשובה טוהן.
דער רבוש"ע זעהט דאס אלעס און וויל אים מחזק זיין, שיקט ער אונטער א גוי, און ווען דער איד קומט ארויס פון מקוה צום גאס, באגעגנט ער אים, און דער גוי געט א שריי מיט שפאס "דזשיד!", ווי נאר דער איד הערט דאס בארואיגט ער זיך, הערנדיג אז דער גוי האלט אויף אים אז ער איז יא א איד... נאכדעם ווען ער קומט אן אין ביהמ"ד שטעלט ער זיך אוועק און דאנקט דעם אייבערשטן "שלא עשני גוי" - כאטש איך בין נישט ווי ס’דארף צו זיין, אבער א גוי בין איך נישט... (כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע - חורש"י כי תשא תשמ"ב)
*
מען דערציילט אז אמאל איז געווען א איד און א גוי וועלכע זענען געווען שכנים. איין טאג האט אויסגעבראכן א פייער און האט פארברענט ביידע הייזער, צוזאמען מיט זייער גאנצע פארמעגן.
אין דער צייט וואס דער גוי האט געשריגן און געוויינט, האט מען געזעהן ווי דער איד טאנצט און שפרינגט און מאכט די ברכה "שלא עשני גוי" מיט א שמחה און א ברען.
אלע וואס האבן צוגעקוקט האבן געמיינט אז דער איד איז פון רוב צער נעבעך אינגאנצן אראפ פון זינען ל"ע. זיי זענען צוגעגאנגן צו אים און אים פרובירט צו בארואיגן, און געפרעגט פארוואס ער טאנצט אזוי, בשעת וואס זיין גאנצע האב און גוטס גייט ארויף אין די רויעך...
האט דער איד געענטפערט: "געבט א קוק, מיין שכן דער גוי, פלעגט יעדן טאג זיך בוקן און דאווענען צו דער צלם וואס ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב, און יעצט, אז זיין פארמעגן איז פארברענט געווארן, איז אים זיין גאנצע וועלט חרוב געווארן, ווייל אויך זיין צלם איז דארט ארויף אין פלאמען, אבער איך, מיין פארמעגן איז טאקע פארברענט געווארן, אבער מיין באשעפער איז חי וקים! און נאכאלס קען איך לויפן און דאווענען צו אים! נו, דארף איך דען נישט שפרינגען פאר שמחה און בענטשן "שלא עשני גוי"?"...! (כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע - חורש"י בלק תשמ"א)
*
ש ל א ע ש נ י ע ם ה א ר ץ
בדרך צחות קען מען זאגן א טעם פארוואס חז"ל האבן נישט מתקן געווען א ברכה "שלא עשני עם הארץ", אזוי ווי מען מאכט שלא עשני עבד, און שלא עשני אשה. נאר די סיבה איז ווייל די ברכה וועט זיכער זיין א ברכה לבטלה, פארוואס? ווייל דער תורה הקדושה האט דאך נישט קיין סוף, און ווי מער מען לערנט, זעהט מען נאך אסאך מער ווי גרויס די תורה איז. דעריבער וועט א אמת'ער תלמיד חכם קיינמאל נישט מאכן די ברכה, ווייל א מענטש וואס קען באמת אסאך לערנען, האלט אלעמאל אויף זיך אז ער איז נאך אן "עם הארץ" און עס פעהלט אים נאך אזויפיל תורה! ווייל ער זעהט דאך ווי גרויס די תורה איז!
דאגעגן דער וואס מיינט אז ער איז א תלמיד חכם, און ער וויל מאכן די ברכה "שלא עשני עם הארץ", איז דאס אליינס די גרעסטע ראיה, אז ער איז נאך זייער ווייט פון זיין א תלמיד חכם, און אז זיינע השגות אין תורה זענען נאך זייער קליין, און אויב ער וועט מאכן א ברכה "שלא עשני עם הארץ" וועט דאס זיין א ברכה לבטלה...! (כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע - שולחן הטהור כ"ה ניסן תשכ"ח)