Skip to content
דבר מלכות

בס"ד. משיחות ש"פ לך לך, י"א מר־חשון ה'תשנ"ב

  • Lech-Lecha
  • 5783
  • Hebrew
View printout

א. פרשת לך לך איז אַ פרשה כללית ועיקרית: מיט דער פרשה הויבט זיך אָן די תקופה פון אברהם אבינו, דער ערשטער איד, אָנהויבנדיק פון דעם ערשטן ציווי של הקב"ה צו אברהם'ן: „ויאמר ה' אל אברם לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך", און דערנאָך — דער המשך הפרשה וועגן הליכת ונסיעת אברהם אין ארץ ישראל, און די הבטחה פון דעם אויבערשטן אַז ער וועט אים און זיינע קינדער געבן ארץ ישראל: „לזרעך אתן את הארץ הזאת", „לך אתננה ולזרעך עד עולם", און דער ברית בין הבתרים — „ביום ההוא כרת ה' את אברם ברית לאמר לזרעך נתתי את הארץ הזאת גו'".

ביז — בסיום הפרשה — וואו עס רעדט זיך וועגן דעם ציווי אויף מצות מילה, און קיום מצוה זו ע"י אברהם אבינו, דורך וועלכער עס ווערט אַ ברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן — „זאת בריתי גו' ביני וביניכם ובין זרעך אחריך", „בריתי בבשרכם לברית עולם".

וויבאַלד אַז די ענינים אין דער פרשה — „לך לך מארצך גו'", הבטחת הקב"ה אויף ארץ ישראל און מצות מילה — זיינען די ערשטע ענינים (אין תורה) בעבודת אברהם אבינו, דער ערשטער איד וואָס פון אים שטאַמט גאַנץ עם ישראל — איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי גיבן אַרויס דעם תוכן כללי פון גאַנץ תורה און אידישקייט.

ב. ס'איז ידוע אַז מיט אברהם אבינו האָט זיך אָנגעהויבן די תקופה פון „שני אלפים תורה", אברהם האָט אָנגעהויבן די הכנה צו מתן תורה, ביז נאָכמער — פון אים האָט זיך אָנגעהויבן די התחלה פון (דעם יחוד ב)מתן תורה (ווי עס שטייט אין כתבי האריז"ל).

ובמיוחד — האָט זיך דאָס אָנגעהויבן פון דעם ציווי ה' צו אברהם אבינו „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך" (וואָס דערפאַר ווערט ניט דערציילט אין תורה (מערניט ווי געציילטע פרטים) וועגן מעשיו של אברהם איידער ער איז געקומען אין ארץ ישראל, און דער עיקר סיפור מעשיו הויבט זיך אָן פון דעם ציווי „לך לך מארצך גו'" און ווי ער איז אָנגעקומען אין ארץ ישראל (וואָס דעמאָלט איז אברהם געווען בן ע"ה שנה), כמבואר בארוכה בדרושי חסידות).

דאַרף מען פאַרשטיין:

יעדער ענין אין תורה — מלשון הוראה — איז אַ הוראה נצחית בכל זמן ובכל מקום אין דער עבודה פון אַ אידן. וואָס איז די הוראה בעבודה פאַר אידן נאָך מתן תורה פון „לך לך מארצך גו'" — אַן איין מאָליקע פּאַסירונג וואָס איז געווען אַ הכנה צו מתן תורה; ולכאורה איז „מאי דהוה הוה"?! ס'איז ניט גענוג דער ענטפער, אַז דאָס איז בכדי מ'זאָל וויסן אַז עבודת אברהם פון „לך לך" איז אַ הכנה ונתינת כח צו דער עבודה נאָך מ"ת — וואָרום דאָס איז ניט קיין הוראה בפועל אין דער עבודה פון אידן נאָך מתן תורה.

נאָכמער: יעדן יאָר ווען מ'לייענט אַ פרשה אין תורה דאַרף מען דערמיט לעבן מחדש (במכ"ש דערפון וואָס „בכל יום יהיו בעיניך חדשים", עאכו"כ אין דעם זמן מיוחד בשנה ווען מ'לייענט די גאַנצע פרשה אין תורה, וברבים, מיט ברכות לפני' ולאחרי') — וואָרום דעמולט חזר'ן זיך איבער די ענינים וואָס רעדן זיך אין דער פרשה — בדוגמא ווי זיי האָבן פּאַסירט דעם ערשטן מאָל. ואדרבא: נאָך מיט אַ הוספה ביתר שאת וביתר עוז (ע"פ הכלל אַז מעלין בקודש).

עפ"ז קומט אויס, אַז בשבת פ' לך לך בכל שנה ושנה חזר'ט זיך איבער דער ענין פון „לך לך גו'" אַלס הכנה והתחלה פון מתן תורה, און מיט אַ הוספה (אין דער הכנה) לגבי כל ה(הוספות ב)שנים שלפני זה.

דאַרף מען האָבן אַ ביאור: וואָס איז דער ענין אין דעם (די הכנה פאַר מתן תורה) איצטער — ווען מ'שטייט שוין נאָך מתן תורה. ניט נאָר נאָך דער הכנה והתחלה פון מתן תורה, נאָר אויך נאָך דער גמר ושלימות פון מתן תורה?!

נאָכמער: דער ענין פון מתן תורה איז דאָ בכל יום ויום — „נותן התורה" לשון הוה, וכמאחז"ל „בכל יום יהיו בעיניך (כחדשים, און נאָכמער) חדשים". וע"פ ציווי הנ"ל פון „מעלין בקודש", איז מובן אַז בכל יום דאַרף דער חידוש זיין בדרגא נעלית יותר ווי ס'איז געווען פריער. איז לאחרי די אַלע עליות אין דעם ענין פון מתן תורה בכל יום ויום, און דערצו אויך באופן מיוחד — בכל שנה ושנה (ווען מ'לייענט וועגן דעם אין תורה בפ' יתרו און בפ' ואתחנן, ועאכו"כ אין „זמן מתן תורתנו") — עליות אחר עליות במשך אַ ריבוי הכי גדול פון ימים, שנים ודורות — וואָס איז דער ענין פון „לך לך", אַלס הכנה צו מתן תורה?!

מ'קען ניט זאָגען, אַז די עבודה פון „לך לך" אַלס הכנה צו מ"ת איז נאָר פאַר אַזאַ וואָס ביי אים פעלט אין זיין עבודה פאַרבונדן מיט מתן תורה — וואָרום דער גילוי ופעולה פון די עשרת הדברות במתן תורה (בפעם הראשונה, ועד"ז מובן בכל שנה ושנה) איז ניט (געווען) תלוי אין דרגת העבודה פון אידן; דער גילוי באַ מ"ת האָט מצ"ע גע'פועל'ט בכל העולם כולו („צפור לא צווח עוף לא פרח כו'"), ועאכו"כ אין יעדן אידן, ביז אַז על כל דיבור ודיבור „פרחה נשמתן", וואָס דאָס באַווייזט אַז זיי האָבן דערגרייכט צו שלימות העבודה אַלס נשמה בגוף (און דעריבער „פרחה נשמתן").

ג. ויש לומר נקודת הביאור אין דעם, אַז היא הנותנת: וויבאַלד אַז מתן תורה איז דאָ בכל יום ובכל שנה באופן נעלה יותר, ביז „חדשים" ממש לגבי דעם „מתן תורה" שלפנ"ז [און ווי ס'איז אונטערשטראָכן במיוחד אין דעם ענין פון „לך לך" (די הכנה צו מ"ת), אַז עס דאַרף זיין אַ הליכה אמיתית, היינו שלא בערך למצבו הקודם, כדלקמן] — דעריבער דאַרף ביום זה ושנה זו זיין אַן עבודה פון „לך לך" אַלס הכנה והקדמה צו מתן תורה פון יום זה ושנה זו.

[ווי ס'איז אויך מודגש אין דעם מאחז"ל הנ"ל, אַז על כל דיבור ודיבור פרחה נשמתן, ולאחרי כל דיבור „הוריד טל שעתיד להחיות בו מתים והחי' אותם", „והוא טל תורה": לאחרי דער „פרחה נשמתן" בדיבור ראשון, צוליב דעם וואָס מ'האָט דערגרייכט צו שלימות העבודה (אַלס נשמה בגוף), כנ"ל — איז דורך טל של תחי' (תורה), צוגעגעבן געוואָרן צו דער נשמה אַ נייע, העכערע שליחות, און דעריבער „החי' אותם" אַלס נשמה בגוף, ועד"ז נאָך דעם דיבור שני, א.א.וו. דרגא למעלה מדרגא. ולהוסיף, אַז דער החזירן איז דוקא דורך טל של תחי' (שעתיד להחיות בו מתים), די דרגא פון „תורה חדשה" לע"ל, כדלקמן].

ד. ויש לומר בעומק יותר, אַז דאָס וואָס אַלעמאָל — אויך לאחרי מ"ת — דאַרף זיין די עבודה פון „לך לך" (אַלס הכנה צו מ"ת) איז ניט נאָר ווייל מ'דאַרף האָבן אַ הכנה צו אַ העכערע דרגא אין „מתן תורה" (כנ"ל), נאָר ווייל „לך לך" איז נוגע צו דעם עצם ענין פון שלימות מתן תורה (און אין יעדער דרגא שבזה).

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַן ענלעכע שאלה בנוגע צו המסופר בפרשתנו וועגן הליכת וכניסת אברהם לארץ ישראל („הארץ אשר אראך"), און די הבטחה ונתינה פון ארץ ישראל פון דעם אויבערשטן צו אברהם וזרעו:

וויבאַלד אַז דער ענין בפרשתנו פון הליכת וכניסת אברהם לארץ ישראל ונתינת ארץ ישראל לו ולזרעו חזר'ט זיך איבער ובהוספה בכל שנה ווען מ'לייענט די פרשה — שטעלט זיך די שאלה:

לאחרי זה וואָס דער אויבערשטער (בפרשתנו) האָט שוין אָפּגעגעבן בפועל ארץ ישראל צו אידן, „לזרעך נתתי את הארץ הזאת גו'", „נתתי" לשון עבר, „כבר נתתי" („והרי היא שלהם"), „ירושה היא לכם מאבותינו", ביז אַז דאָס איז נוגע להלכה אַז „ארץ ישראל מוחזקת היא" (נאָך איידער אידן האָבן איר כובש געווען), ובפרט ע"פ המפרשים אַז דורך דעם וואָס אברהם האָט מקיים געווען דעם „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה" („עבד בה חזקתא") האָט ער קונה געווען ארץ ישראל לזרעו עד עולם,

ועאכו"כ לאחרי זה וואָס עם ישראל איז בפועל אַריין און כובש געווען ארץ ישראל בכיבוש ראשון (כיבוש יהושע) און דערנאָך בכיבוש שני (כיבוש עזרא) —

וואָס איז איצטער שייך לפועל דער סיפור אין אונזער פרשה וועגן דעם אַז אברהם איז אַוועק „מארצך" און געגאַנגען „אל הארץ אשר אראך" און דער אויבערשטער האָט אים אָפּגעגעבן ארץ ישראל — דאָס זיינען לכאורה ענינים וואָס האָבן פּאַסירט דעמולט, און חזר'ן זיך מער ניט איבער?

[די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער בדורות האחרונים פון גלות: בדורות הראשונים פון גלות וואָלט מען געקענט ענטפערן אַז דער ענין פון „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך" איז נוגע צו די עבודה רוחנית פון „מאַך דאָ ארץ ישראל" (פאַרוואַנדלען חוץ לארץ און איר איבערמאַכן צו „ארץ ישראל"); אָבער לאחרי ריבוי העבודה במשך הדורות אין גלות פון און אין „מאַך דאָ ארץ ישראל" — איז הגם מ'האָט נאָך ניט געענדיקט אינגאַנצן די עבודה (והראי' — משיח איז נאָך ניט געקומען), האַלט מען אָבער אַ סך, גאָר אַ סך ווייטער פון התחלת העבודה פון כיבוש חוץ לארץ און מאַכן דערפון „ארץ ישראל", ועאכו"כ אַז מ'האַלט שוין גאָר ווייט פון התחלת הענין, אַז מ'דאַרף אַרויסגיין פון „ארצך" און ערשט אָנהויבן גיין אין (ד.ה. טאָן די עבודה פון „מאַך דאָ) ארץ ישראל"!].

ה. וי"ל דער ביאור אין דעם:

ווען דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן ארץ ישראל צו אברהם'ן אין דעם ברית בין הבתרים („לזרעך נתתי את הארץ הזאת" „כבר נתתי" בפועל), האָט ער אָפּגעגעבן בפועל (אין דעם זעלבן ברית) אַלע עשר ארצות — ניט נאָר די שבעה ארצות „ואת החתי וגו'", נאָר אויך די ג' ארצות — „את הקיני ואת הקניזי ואת הקדמוני". נאָר בגלוי ובפועל „לא נתן להם אלא שבעה גוים והשלשה כו' עתידים להיות ירושה לעתיד", „בימי המלך המשיח", אָבער דער אויבערשטער האָט דאָס אַלץ אָפּגעגעבן גלייך בבת אחת (נאָר אין קיום הענין בפועל זיינען פאַראַן שלבים. ע"ד ווי אויך בנוגע צו כיבוש ז' ארצות, איז דאָס ניט געווען גלייך בזמן אברהם, נאָר לאחר זמן, און ניט בבת אחת, נאָר בכמה שלבים וכו').

[אפילו אַז מ'זאָל לערנען, אַז בנוגע צו די ג' ארצות איז דאָס נאָר געווען אַ הבטחה (על העתיד), און בשעת מעשה „לא נתן להם אלא שבעה גוים והשלשה כו' עתידים להיות ירושה לעתיד" — איז פאַרשטאַנדיק אַז ירושת ג' ארצות איז נוגע צו שלימות כיבוש כל ארץ ישראל (אויך פון די ז' ארצות); דעמולט וועט צוקומען אַ שלימות אויך אין די ז' ארצות (ובפרט אַז זיי זיינען רובא דמינכר פון די עשר)].

דערפון איז מובן, אַז היות אַז בזמן הזה — אפילו בזמן יהושע און בזמן בית ראשון ובזמן עזרא — האָט מען (לכל היותר) געהאַט נאָר שבעה ארצות און ניט די ג' ארצות (קיני קניזי וקדמוני), [ווי ס'איז נוגע להלכה בדין ערי מקלט — כפס"ד הרמב"ם, אַז „שש ערים היו, שלש הבדיל משה רבינו בעבר הירדן ושלש הבדיל יהושע בארץ כנען", און „בימי מלך המשיח מוסיפין שלש אחרות על אלו השש . . היכן מוסיפין אותן בערי הקיני קניזי וקדמוני"] — פעלט אין דער שלימות פון קנין ארץ ישראל (אפילו אין די ז' ארצות).

וע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו ארץ ישראל עצמה, עד"ז איז דאָס אויך בנוגע צו די אידן אין ארץ ישראל: אפילו לאחרי כיבוש הארץ איז ניט געווען בכל הזמנים אַ מצב פון „כל יושבי' עלי'" (אין וועלכען ס'איז תלוי קיום דיני יובל). נאָכמער: אפילו אין „כל יושבי' עלי'" גופא — זיינען פאַראַן דרגות. ס'איז פאַרשטאַנדיק בפשטות, אַז אע"פ וואָס להלכה (דיני יובל) איז כל יושבי' עלי' — אַלע אידן פון יענעם דור [ווי ס'איז געווען בזמן יהושע וכו', ורוב זמן בית ראשון] — איז אָבער לעתיד לבוא, ווען עס וועט זיין „כל יושבי' עלי'" — נוסף אויף די עשרת השבטים (שגלו לפנים מנהר סמבטיון), אויך אַלע אידן פון כל הדורות, און אויך שלימות אין „עלי'" (אַלע עשר ארצות) — וועט דעמולט זיין מער שלימות אין דעם „כל יושבי' עלי'", „כל" ממש.

ו. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי דער ענין בפרשתנו פון „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך", און דער ענין פון קנין הארץ (דורך דער הליכה „לארכה ולרחבה") — איז נוגע בפועל אויך בזמן הזה, וואָרום כל זמן וואָס מ'האָט נאָך ניט בפועל די ג' ארצות קיני קניזי וקדמוני (און צוזאַמען דערמיט תכלית השלימות פון „כל יושבי' עלי'", אַלע אידן פון אַלע דורות), בגאולה האמיתית והשלימה — האַלט מען נאָך אינמיטן קנין הארץ (וואָרום אויך קנין ז' ארצות איז דעמולט נאָך ניט בתכלית השלימות), און עס פאָדערט זיך נאָך אַז עס זאָל זיין „לך לך מארצך גו'", אידן בכל המקומות (ושל כל הדורות) זאָלן גיין פון חוץ לארץ „אל הארץ אשר אראך", און קונה זיין ארץ ישראל בשלימותה — אַלע עשר ארצות.

און היות אַז „אחכה לו בכל יום שיבוא" (אחכה שיבוא בכל יום) — דעריבער האָבן אידן בכל הדורות משתוקק געווען צו דעם אַז עס זאָל שוין זיין „לך לך מארצך כו' אל הארץ אשר אראך", און צו דעם קנין פון כל עשר ארצות.

ולהוסיף, אַז דער ענין איז נוגע נאָכמער בדורנו זה ובזמננו זה — כמדובר כמ"פ, אַז ס'איז שוין „כלו כל הקיצין", און כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט מודיע געווען אַז מ'האָט שוין תשובה געטאָן, און מ'האָט שוין אויך „צוגעפּוצט די קנעפּ", און לויט אַלע סימנים איז דורנו דער דור האחרון פון גלות ובמילא דער דור הראשון פון גאולה. ועפ"ז איז מובן, אַז ס'איז אַן ענין שהזמן גרמא — אַז מ'זאָל זיך גרייטן בפועל צו „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך", תיכף ומיד ממש, און מ'וועט קונה זיין ארץ ישראל בשלימותה, אַלע עשר ארצות, וועלכע איז אַ נחלת עולם פון אידן ירושה לנו מאבותינו זינט ברית בין הבתרים; און דער חידוש וועט איצטער זיין — אַז מ'וועט באַקומען די ג' ארצות בדרכי נועם ובדרכי שלום, וואָרום באותו הזמן (בימות המשיח) לא יהי' שם כו' מלחמה כו', נאָר די אוה"ע וועלן דאָס אַליין אָפּגעבן אידן ברצונם הטוב.

ז. עד"ז יש לומר אויך דעם ביאור בנוגע צו „לך לך" אַלס הכנה והתחלה פון מ"ת — אַז היות די שלימות פון מתן תורה וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה (ווען מ'וועט האָבן שלימות ארץ ישראל, כל עשר ארצות, כדלקמן), בגילוי „תורה חדשה מאתי תצא" — איז לפי ערך שלימות „מתן תורה" דלע"ל (וואָס „תורה שאדם לומד בעוה"ז הבל היא לפני תורתו של משיח", ועאכו"כ לגבי תורה חדשה מאתי תצא), האַלט מען איצטער נאָך באַ דער הכנה לזה, הכנה פון „לך לך".

ד.ה. אַז די הכנה פון „לך לך" איז נוגע ניט נאָר צו דעם ענין פון „מתן תורה" וואָס איז דאָ בכל יום באופן נעלה יותר מיום הקודמו, כנ"ל, נאָר אויך — ובעיקר — בנוגע צו דער הכנה צו קבלת תורה חדשה לע"ל, וואָס דאָס איז שלא בערך לגמרי צו די אַלע עליות אין מ"ת שלפנ"ז.

ח. די שייכות פון קנין עשר ארצות מיט מתן תורה (און די הכנה לזה פון „לך לך") וועט מען פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור אין דעם וואָס „לך לך מארצך גו'" איז די התחלה פון דער עבודת ההכנה צו מתן תורה:

דער אויפטו פון מ"ת איז, אַז דעמולט האָט זיך אויפגעטאָן דער חיבור פון עליונים ותחתונים (בביטול הגזירה אַז העליונים לא ירדו לתחתונים והתחתונים לא יעלו לעליונים), אַז דרגות האלקות וועלכע זיינען לגמרי העכער פון וועלט זאָלן נמשך ווערן אין „תחתונים", און אַז די נבראים תחתונים זאָלן קענען נתאחד ווערן מיט „עליונים", אַז דורך קיום המצוות בדברים גשמיים זאָלן דער דבר גשמי ווערן אַ חפצא של קדושה, ביז אַז עס זאָל ווערן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אַ דירה „לו" — לעצמותו ית'.

דער ענין האָט זיך אָנגעהויבן מיט דעם ציווי און פעולה פון אברהם'ן „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך", ובמיוחד — דורך קיום מצות מילה (כדלקמן ס"י):

אויך פאַר „לך לך מארצך גו'" (ווען אברהם איז געווען בן ע"ה שנים) האָט אברהם עובד געווען עבודתו בארצו ומולדתו ובית אביו, ובאופן נעלה — ער האָט מכיר געווען את בוראו, האָט געדינט דעם אויבערשטן און האָט מפרסם געווען אלקות אין וועלט, ומתוך מסירת נפש (ווי דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אויך דורך דעם נסיון פון כבשן האש באור כשדים), ווי דער רמב"ם איז מאריך (וועגן גודל מעלתו ועבודתו פון אברהם נאָך פאַר דעם ציווי פון „לך לך"): „כיון שנגמל איתן זה התחיל לשוטט בדעתו כו' עד שהשיג דרך האמת כו' והתחיל לעמוד ולקרוא בקול גדול לכל העולם ולהודיעם שיש שם אלוקה אחד לכל העולם ולו ראוי לעבוד כו'". ולהוסיף בדיוק הלשון „איתן" מלשון חוזק ותוקף, אַז אברהם איז געשטאַנען בכל התוקף קעגן דער גאַנצער וועלט (אברהם העברי — כל העולם כולו מעבר אחד והוא מעבר אחד) און איז פון זיי ניט נתפעל געוואָרן (אע"פ וואָס ער איז נאָך געווען „אברם", און נאָך ניט „אברהם", „אב המון גויים", כדלקמן),

ביז אין אַן אופן אַז אברהם האָט גע'פועל'ט אויף מקומו, אַז הגם אַז דאָס איז געווען „חרן" מלשון „חרון אף של מקום", האָט ער דאָס איבערגעמאַכט (דורך „הנפש אשר עשו בחרן") ביז אַז דאָס זאָל זיין נקרא על שמו (ווי אָנגערופן אין תורת אמת) — „ארצך", און „מולדתך" און „בית אביך", דורך דעם וואָס ער האָט גע'פועל'ט אויף „אביו" און „בית אביו" (כמ"ש „ואתה תבוא אל אבותיך בשלום", „למדך שעשה תרח תשובה").

פונדעסטוועגן, זעט מען אַז וועגן דער עבודה פון אברהם ביז פ' לך לך ווערט בכלל ניט דערציילט אין תורה (שבכתב), און אפילו דאָס וואָס ווערט דערציילט (בס"פ נח) איז בקיצור נמרץ (לידתו און נאָך איינציקע פרטים). וואָרום — כמבואר בכ"מ — ביז דעמולט איז זיין עבודה געווען באופן אַז ער און די וועלט אַרום אים זיינען געבליבן צוויי באַזונדערע זאַכן (עליונים און תחתונים, רוחניות און גשמיות — באַזונדער), און זיין עבודה איז געווען אויף איינעם פון צוויי אופנים: אָדער אָפּגעטראָגן פון דער וועלט (אברם, אב רם — שכל הנעלם מכל רעיון), אָדער — אין די ענינים וואָס ער האָט אויפגעטאָן אין וועלט — איז דאָס געווען באופן אַז די תחתונים זיינען געבליבן בדרגתם (און ניט פאַרבונדן מיט עליונים);

דורך דעם וואָס אברהם האָט מקיים געווען ציווי ה' „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך" — אַז ער איז אַוועק און אַרויס פון אַלע מדידות והגבלות ורגילותו בעבודתו ביז דעמולט, כולל אויך פון דער עבודה פון זיין פעולה בעולם (עס זאָל ווערן „ארצך גו'"), און אפילו פון מדידות והגבלות דקדושה — האָט ער מבטל געווען אויך די מדידה והגבלה — די מחיצה וגזירה — צווישן עליונים און תחתונים, און האָט אָנגעהויבן דעם חיבור פון עליון ותחתון, דורך דעם וואָס ער האָט געטאָן דעם אויבערשטן'ס ציווי און איז אַוועקגעגאַנגען „מארצך וממולדתך ומבית אביך", און געגאַנגען „אל הארץ אשר אראך" — „אראה ואגלה אותך בעצמך" („במהותך ועצמותך"), עס ווערט נתגלה אין ארץ (תחתונים) זיין אמת'ע מציאות ומהות ועצמות (עליונים).

ט. און דאָס איז דער חידוש פון „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך" — אַז אברהם האָט זיך ניט באַגנוגנט מיט זיין עבודה במשך שבעים שנה וחמש שנה ביז דעמולט, אפילו זייענדיק אַן עבודה נעלית ביותר — לויטן ציווי פון דעם אויבערשטן איז ער אַוועק ממקומו ומרגילותו כו' און האָט זיך געלאָזט אין וועג. דעמולט איז נתחדש געוואָרן די עבודה באופן של הליכה („לך"), וואָס הליכה אמיתית איז דער פירוש — הליכה שלא בערך, מ'גייט אינגאַנצן אַוועק פון דעם פריערדיקן מקום ומצב (אפילו דקדושה), אַ הליכה שלמעלה ממדידה והגבלה, און אין דעם גופא — איז ביי אים געווען אַ המשך פון הליכות ונסיעות דרגא אחר דרגא, „ויסע אברם הלוך ונסוע גו'".

און אין ביידע כיוונים — סיי מלמטה למעלה, אַז פון ארץ חרן האָט ער עולה געווען „אל הארץ אשר אראך", ארץ ישראל, און „אראך" בפירושו „אותך בעצמך" (כנ"ל); און סיי מלמעלה למטה — אַז ער האָט אָנגעהויבן טאָן די עבודה פון חיבור עליונים ותחתונים, ממשיך זיין אלקות אין עוה"ז הגשמי והחומרי, תחתון שאין תחתון למטה ממנו, באופן נעלה יותר (שלא בערך) ווי ס'איז געווען לפני זה. ווי אונטערשבראָכן אויך דערנאָך (לאחרי קיום מצות מילה) אין דעם שינוי השם פון „אברם" צו „אברהם", „כי אב המון גוים נתתיך": פריער איז ער געווען „אברם", „שלא הי' אב אלא לארם", און „עכשיו אב לכל העולם". ד.ה. אַז ביי אים איז געוואָרן אַ „הליכה" אין זיין עבודה בעולם, אַז ער טוט אויף דעם בירור (ניט נאָר פון מקומו, ארם נאָר), פון „כל העולם", ובאופן אַז ער ווערט „אב המון גוים", דער בעה"ב אויף זיי (אע"פ וואָס ער איז איינער און זיי זיינען „המון") — נאָכמער ווי דער תוקף פון „איתן" (זייענדיק „אברם", כנ"ל).

והא בהא תליא: וויבאַלד אַז ביי אים איז געווען אַ הליכה שלא בערך אין אויפטאָן דעם בירור למטה מטה יותר („כל העולם"), דעריבער האָט דאָס אויך געבראַכט אַ הליכה למעלה מעלה יותר — „אראך", „אגלה אותך בעצמך". און אַזוי אויך פאַרקערט: דוקא בכח פון דער הליכה למעלה מעלה יותר, קען מען מברר זיין אויך דעם תחתון תחתון ביותר. ביז אַז תחתונים און עליונים ווערן פאַראיינציקט — ווי דאָס האָט זיך אויפגעטאָן בשלימות באַ מתן תורה (וואָס פ' לך לך איז די הכנה לזה).

ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער ביאור וואָס פרשת לך לך איז די דריטע סדרה אין תורה (שלישי אין „אוריאן תליתאי" עצמה) — וואָרום דער תוכן פון „לך לך" איז די הכנה והתחלה פון מ"ת, וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם קו השלישי (האמצעי) וואָס איז מחבר „עליונים" און „תחתונים": פ' בראשית — די ערשטע סדרה [וכמרומז בשמה „בראשית"] — איז תוכנה וועגן בריאת העולם וואָס איז באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן — „עליונים"; דער תוכן פון פ' נח — די צווייטע סדרה [וכמרומז בהתחלתה — „נח נח" ב' פעמים], איז פאַרבונדן מיט זיכוך המטה (דורך דער עבודה פון נח איש צדיק, ובפרט דורכן מבול) — „תחתונים"; און פ' לך לך — די דריטע סדרה — איז ענינה חיבור עליונים ותחתונים (אַלס הכנה והתחלה פון מ"ת).

י. דער ענין החיבור פון עליונים ותחתונים אין „לך לך" (אַלס הכנה צו מ"ת) איז אַרויסגעקומען בגלוי ובפשטות אין קיום מצות מילה פון אברהם אבינו,

ווי גערעדט מערערע מאָל אַז דער כח וואָס אידן האָבן אויף קיום המצוות לאחרי מתן תורה, אַז דאָס זאָל דורכנעמען און קובע זיין קדושה אין די דברים גשמיים מיט וועלכע די מצוות ווערן געטאָן, נעמט זיך פון די מצוות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען פאַר מ"ת („מעשה אבות סימן לבנים"), ובמיוחד דורך מצות מילה (פון אברהם אבינו), וואָס די קדושה פון דער מצוה (אויך פאַר מתן תורה) איז פאַרבליבן אין דעם (אבר ו)דבר הגשמי אויך לאחרי קיום המצוה [ניט ווי די אַנדערע מצוות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען, וועלכע „ריחות היו". און דערפאַר האָט אברהם געזאָגט „שים נא ידך תחת ירכי" בכדי עס זאָל זיין אַ שבועה בנקיטת חפץ, ווייל פאַר מ"ת איז ניט געווען קיין אַנדער מצוה אין וועלכע ס'איז געבליבן קדושה אויך לאחרי קיום המצוה].

והיות אַז מצות מילה איז געווען בדוגמת המצוות שלאחרי מ"ת, דערפאַר האָט זי פאַרבונדן אַלע אַנדערע מצוות של האבות מיט די מצוות שלאחרי מ"ת, אַז די „מעשה אבות" זאָלן זיין „סימן לבנים".

איינער פון די טעמים פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן דוקא מצות מילה אַלס נתינת כח אויף קיום המצוות לאחרי מ"ת (זייענדיק דוגמתם) — ווייל אין דער מצוה איז דאָ אַ חידוש לגבי אַלע אַנדערע מצוות, אַז דורך קיום מצוה זו ווערט נקבע בגלוי אין דעם גוף הגשמי והחומרי פון אַ אידן אַן אות וברית מיטן אויבערשטן — „בריתי בבשרכם לברית עולם".

נאָכמער: איינער פון די טעמים אויף דער מצוה איז — צוליב מחליש זיין די חומריות פון דעם אבר, וואָס צוליב דעם פאָדערט זיך אַ זהירות מיוחדת. ואעפ"כ איז דער חידוש בדבר, אַז ניט בלויז וואָס די מצוה באַשטייט פון „סור מרע", נאָר די מצוה מאַכט איבער דעם אבר גשמי וחומרי ער זאָל זיין אַ חפצא של קדושה! ביז אַז דאָס ווערט אַ „ברית עולם", באופן נצחי לעולם, וי"ל אויך עולם בפירושו — אַז דאָס איז בגלוי לכל (אומות) העולם.

ויש לומר, אַז וויבאַלד די קדושה ונצחיות פון דער מצות השם ווערט נמשך אפילו אין אַ דבר גשמי וחומרי — ברענגט עס נאָכמער אַרויס דער כח הנצחי פון אלקות, אַז דאָס ווערט נמשך און נעמט דורך אפילו מקום זה. און דעריבער גיט דאָס דעם כח (אין אַלע מצוות פון די אבות, אַז זיי זאָלן זיין „מעשה אבות סימן לבנים") אויף דעם קיום פון אַלע מצוות נאָך מ"ת אַז דורך זיי זאָל נקבע ווערן בגלוי ובפנימיות קדושה אין די דברים גשמיים.

און דערפאַר איז דוקא דורך קיום מצות מילה האָט דער אויבערשטער משנה געווען שמו של אברהם, אַז אַנשטאָט „אברם" זאָל ער הייסן „אברהם", „כי אב המון גוים נתתיך" — ווייל מצות מילה גיט אויך דעם כח אויף מברר זיין כל אומות העולם, אויך בגשמיותם וחומריותם, ביז אין תחתון שאין תחתון למטה ממנו, אַז דאָרט זאָל אויך מאיר זיין גילוי אלקות, דער כח הפועל בנפעל, ביז — די שלימות בזה פון „והיתה לה' המלוכה" בגאולה האמיתית והשלימה.

יא. עפ"ז וועט מען אויך פַארשטיין די שייכות פון דעם חיבור עליונים ותחתונים במ"ת )און די הכנה לזה פון „לך לך" און מצות מילה( מיט המשך הענין, ַאז נָאך „לך לך גו' אל הארץ אשר אראך", הָאט דער אויבערשטער מבטיח געווען און ָאּפגעגעבן ארץ ישראל צו אברהם וזרעו „עד עולם", ביז אין דעם ברית בין הבתרים — „לזרעך נתתי את הארץ הזאת גו'":

די נתינה פון ארץ ישראל צו אברהם אבינו — איז בכדי ַאז אברהם און זרעו אחריו זָאלן איבערמַאכן און פַארווַאנדלען די גשמיות'דיקע לַאנד און מַאכן פון איר „ארץ ישראל", ַא דירה לו יתברך בתחתונים.

אין דעם כיבוש ועבודה פון אידן אין ארץ ישראל דריקט זיך אויס די שלימות'דיקע עבודה פון חיבור עליונים ותחתונים )ענינו של מ"ת(, ַאז מ'איז מברר ומעלה ארץ הלזו התחתונה, גשמיות וחומריות העולם, און מ'מַאכט דערפון ַא דירה צום אויבערשטן. און דעריבער איז די שלימות פון קיום המצוות שניתנו במתן תורה דוקא אין ארץ ישראל.

ועפ"ז איז פַארשטַאנדיק, ַאז נתינת ארץ ישראל בפרשתנו „לזרעך לעולם" — גיט דעם כח אויף שלימות קיום המצוות מעשיות לאחרי מ"ת, ַאז זיי זָאלן אויפטָאן דעם בירור וזיכוך פון די דברים גשמיים.

ווָאס דָאס איז די שייכות פון „לך לך גו' אל הארץ אשר אראך" )און שלימותה — במצות מילה( מיט הליכת אברהם בארץ ישראל ונתינת ארץ ישראל צו אברהם — זיי זיינען ביידע איין המשך און איין ענין: די נתינת כח און התחלה פון דעם חיבור עליונים ותחתונים ווָאס טוט זיך אויף בַא מ"ת. ]ויש לומר, ַאז ע"ד ווי מצות מילה דריקט אויס די שלימות פון דירה בתחתונים אין גוף האדם, עד"ז י"ל דריקט אויס ארץ ישראל די שלימות פון דירה בתחתונים אין חלקו בעולם[.

יב. עפ"ז איז אויך פַארשטַאנדיק דער ביאור אין דעם לימוד לפועל פון פרשת „לך לך" ַאלס הכנה צו מתן תורה:

וויבַאלד ַאז עבודה דַארף שטענדיק זיין באופן של הליכה, ביז הליכה שלא בערך ]ווי אונטערשטרָאכן אין דעם ענין פון „לך לך" עצמו[, כולל אויך — אין דעם ענין פון „מתן תורה", איז מובן ַאז מ'דַארף דערצו ַאלעמָאל הָאבן דעם „לך לך" ַאלס הקדמה והכנה צו דעם גילוי פון מ"ת.

ועאכו"כ ווען עס רעדט זיך בערך צו דעם גילוי נעלה ושלא בערך פון דער גאולה האמיתית והשלימה — איז וויבַאלד ַאז „לך לך גו'" און קנין ארץ ישראל איז די הכנה והתחלה פון מ"ת, און אין דעם איז תלוי די שלימות פון מתן תורה )חיבור עליונים ותחתונים( — איז פַארשטַאנדיק, ַאז כל זמן ווָאס עס פעלט אין שלימות קנין הארץ )ווי דָאס איז בזמן הזה ווען מ'הָאט ניט די ַאלע עשר ארצות(, פעלט אויך אין שלימות פון פעולת מתן תורה )שלימות קיום התומ"צ(; דוקא דורך דעם ווָאס עס וועט זיין די שלימות פון „לך לך מארצך גו' אל ארץ אשר אראך" און קנין ארץ ישראל בשלימותה )ַאלע עשר ארצות(, דעמולט וועט זיין אויך די שלימות פון קיום התומ"צ, „כמצות רצונך", ווי ס'וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה.

און דעריבער: כל זמן ווָאס מ'הַאלט נָאך פַאר דער גאולה — איז דעמולט נוגע בפועל ממש דער ציווי פון „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך", און דער קנין בארץ ישראל השלימה )ַאלע עשר ארצות(, אויך ַאלס הכנה צו שלימות התומ"צ, „תורה חדשה מאתי תצא" ]נוסף אויף דעם ווָאס דָאס איז נוגע צו „מתן תורה" בכל יום באופן חדש )נותן התורה לשון הווה(, ווָאס דָאס וועט זיין אויך נָאך דער גאולה, דעריבער וועט דעמולט אויך זיין נוגע די עבודה פון „לך לך גו'"[.

יג. דער ביאור בזה — איז אויך מתאים לויט פנימיות הענינים:

כיבוש שבע ארצות בַאדייט די עבודה פון בירור השבע מדות, און די ג' ארצות קיני קניזי וקדמוני — די עבודה מיט די ג' מוחין )חכמה בינה דעת(.

בזמן הזה הָאט מען ָאּפגעגעבן אידן נָאר די שבע ארצות, ווָארום איצטער בַאשטייט די )עיקר( עבודה אין בירור המדות; און די עבודה פון ג' מוחין איז בעיקר צוליב פועל זיין אויף די מדות. ָאבער לעתיד לבוא, ווען יעדער ענין אין עבודת ה' וועט זיין מיט דער פולסטער שלימות, וועט די עבודה מיט די ג' מוחין זיין אויך )ובעיקר( ַאן עבודה פַאר זיך — צו פַאראיינציקן זיך מיט אלקות דורך דער פולשטענדיקער פַאראייניקונג )יחוד נפלא( פון זיין שכל מיט תורה )חכמתו ית', ווָאס הוא וחכמתו אחד(, ווָאס דורך דעם )ווָאס אורייתא וקוב"ה כולא חד( ווערט נתגלה ווי ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד.

דערפון איז פַארשטַאנדיק, ַאז שלימות העבודה )אויך פון די ז' מדות( איז דוקא בשעת מ'הָאט ַאלע עשר כחות )ג' מוחין וז' מדות, אויך ווי זיי זיינען כשלעצמם(, ובלשון הכתוב — „ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך )ז' מדות( ובכל נפשך )ַאלע עשר כחות( ובכל מאדך" — עבודה למעלה ממדידה והגבלה )ע"ד „לך לך"(, אויך פון די עשר כחות האדם, ביז ווי דָאס איז פַארבונדן מיט דעם „מאד האמיתי".

און די הכנה ונתינת כח לזה והתחלה בזה איז פון דעם ציווי בפרשתנו „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך" און נתינת ארץ ישראל, ַאלע עשר ארצות — ווָאס דָאס איז כולל שלימות העבודה, און אויך די שלימות פון )מתן( תורה — ַאז נוסף צו דעם גילוי פון די מוחין שבתורה בערך להמדות )דער גילוי פון די מ"ט שערי בינה שניתנו בעולם בזמן הזה(, ווי דָאס איז געווען בַא מתן תורה )בפעם הראשונה(, וועט מען אויך הָאבן דער גילוי פון די ג' מוחין בעצם )גילוי שער הנו"ן, ביז ווי ער איז שלא בערך העכער פַאר די מ"ט שערים(, אין דער „תורה חדשה מאתי תצא", בגאולה האמיתית והשלימה.

וביחד מיט דעם גילוי נעלה ביותר )מוחין בעצם(, וועט דָאס אויך נמשך ווערן בכל העולם כולו, ביז אויך אין ארץ הלזו התחתונה )כמרומז אין דעם אות ק' פון „קיני קניזי וקדמוני", היורדת למטה מן השורה, וג' פעמים ק' — באופן של חזקה(, ַאז עס וועט זיין „מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים", ויש לפרש: „ים" איז בגימטריא נ' כנגד גילוי שער הנו"ן, און די „מים" לשון רבים — ווָאס ווייזט אויף רשות הרבים פון ארץ )עלמא דפרודא(, וועט זיין „מכסים" )לשון רבים( — ס'וועט שטיין בגילוי ווי די גַאנצע וועלט איז נָאר ַא כיסוי הטפל — צו דעם „ים" התורה )שער הנו"ן(, „מים שאין להם סוף" — למעלה ממדוה"ג.

יד. איינע פון די הוראות לפועל מהאמור לעיל:

יעדער איד הָאט ַא חיוב פון „לך" אין לימוד התורה — „לאפשה לה", לחדש בתורה.

וויפל תורה ַא איד הָאט שוין געלערנט, איז ַאלעמָאל שייך אין דעם צוגעבן, ביז באופן של חידוש — ווָארום תורה איז בלי גבול, „ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים". און נָאכמער: זייענדיק חכמתו של הקב"ה, איז יעדער ענין אין תורה ַאליין גיט דעם כח צו „מוליד" זיין נָאך ענינים חדשים, עד א"ס.

אין דער הליכה וחידוש גופא קען זיין כמה אופנים: ַא הליכה וחידוש שבערך, ובזה גופא — כמה דרגות.

דער לימוד פון „לך לך גו' אל הארץ אשר אראך" איז — עס זָאל זיין ניט סתם ַא הליכה וחידוש, נָאר ַא הליכה אמיתית, ווָאס דָאס איז דוקא שלא בערך, ַאז ער גייט אינגַאנצן ַאוועק פון זיין פריערדיקן מצב און רגילות, אפילו רגילות דקדושה, כולל די חידושים ווָאס ער הָאט פריער מחדש געווען, און אויך — פון דעם מהלך המחשבה ווי ער הָאט פריער געטרַאכט וכיו"ב, ביז ער דערגרייכט „אל הארץ אשר אראך", ער איז מגלה „אותך בעצמך", „במהותך ועצמותך" — זיין גַאנצע יכולת, אויך פון זיינע כחות הנעלמים, ועד"ז אין די כחות עצמם — ניט נָאר גילוי הז' מדות און מוחין השייכים למדות, נָאר אויך מוחין בעצם, ווָאס דוקא אין דעם בַאשטייט דער חידוש פון „לך לך גו' אראך":

די עבודה פון ַא מענטשן ע"ד הרגיל איז דורך אויסנוצן זיינע כחות הגלויים. אין דעם איז קיין חידוש ניטָא — ווָארום דָאס זיינען די כחות ווָאס ער פַארמָאגט און ווָאס ער ווייסט דערפון, במילא איז מובן ופשוט ַאז ער דַארף זיי אויסנוצן במילואם. עד"ז די כחות נעלמים, ָאבער ַא העלם השייך וקרוב אל הגילוי — איז ניט ַאזַא חידוש; דער אמת'ער חידוש איז — ווען ער איז מגלה אין זיך )„אותך בעצמך"( כחות נעלמים, ווָאס קיינער )כולל — ער ַאליין( הָאט ניט געוואוסט און ניט משער געווען ַאז ער פַארמָאגט ַאזוינע כחות, ביז ַאז מ'וואונדערט זיך גָאר פון ווַאנעט קומט עס גָאר צו אים — און בשעת ער נוצט די כחות אויף מחדש זיין אין תורה, איז דָאס די אמת'ע „לך לך גו' אל הארץ אשר אראך".

וכשם ווי דָאס דַארף זיין בנוגע צו דעם אייגענעם לימוד התורה, ַאזוי דַארף אויך זיין בנוגע צו דער עבודה פון „והעמידו תלמידים הרבה", כולל — להקהיל קהילות בשבת ללמוד בהם תורה — ַאז דָאס דַארף זיין באופן פון הליכה אמיתית, באופן של חידוש אמיתי.

דָאס הייסט, ַאז נוסף אויף המובן ופשוט, ַאז ער דַארף שטענדיק מוסיף זיין אין מספר וכמות התלמידים, און זיך ניט בַאנוגענען מיט וויפל ער הָאט ביז איצטער אויפגעטָאן, אפילו אויב ער הָאט שוין אויפגעשטעלט תלמידים הרבה — איז כל זמן ווָאס ער הָאט די מעגלעכקייט צו דערגרייכן נָאך ַא איד און נָאך ַא איד, ביז פון ַאלע חוגים בישראל, ַאז זיי זָאלן זיך משתתף זיין אין ַא שיעור תורה — דַארף ער דָאס טָאן כפשוט, ומאי קמ"ל,

ובפרט ַאז עס קומען צו שטענדיק נייע ברי־מצוה ובנות־מצוה אויף וועלכע מ'קען משפיע זיין זיי זָאלן זיך משתתף זיין אין ַא שיעור תורה;

ועד"ז בנוגע צו מוסיף זיין באיכות הלימוד, מיט מער הבנה והשגה און מער עומק, און ביז ַא לימוד בדרך חדשה, און פועל'ן ַאז דער תלמיד זָאל ווערן ַא „תלמיד ותיק" לחדש בתורה — איז דָאס אויך ניט קיין אויפטו, ווָארום יעדערער הָאט דעם חיוב פון „לאפשה לה" כנ"ל;

הליכה אמיתית — איז בשעת דער חידוש פון דעם תלמיד איז פון זיינע כחות הנעלמים, כחות ווָאס ביז רגע זה הָאט מען ניט געוואוסט ַאז ער פַארמָאגט זיי!

וכמובן, ַאז דער אבן הבוחן בכל ענינים אלו — איז ניט ער ַאליין )ווייל צוליב הטרדא מיט נָאך ַא מצוה, ָאדער צוליב אהבת עצמו קען מען ַאמָאל מַאכן ַא טעות אין דעם חשבון(, נָאר דוקא ַא צווייטער ווָאס איז ניט קיין נוגע בדבר.

ובכל זה — קומט צו ַא הדגשה מיוחדת בדורנו זה:

ע"פ המדובר לעיל, ַאז בדורנו זה במיוחד )דער דור האחרון אין גלות און דור הראשון פון גאולה( שטייט בהדגשה יתירה די עבודה פון „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך", וקנין כל העשר ארצות — איז פַארשטַאנדיק, ַאז דָאס דַארף זיך לכל לראש ָאּפשּפיגלען אין דער עבודה מעין זה פון אידן, דורך דעם ווָאס ער איז מוסיף אין לימוד התורה, ניט נָאר לויט זיינע ג' מוחין השייכים למדות, נָאר אויך ג' מוחין בעצם. ווָאס דָאס איז במיוחד — דורך מוסיף זיין אין לימוד פנימיות התורה )כולל בביאור ענינים אלו דעבודת המוחין(, כולל — בעניני הגאולה ומשיח צדקנו.

טו. ויהי רצון, ַאז דורך דער הוספה אין דער עבודה פון „לך לך גו'" — זָאל תיכף ומיד מקויים ווערן בפשטות דער „לך לך מארצך גו'", „קבץ נדחנו מארבע כנפות הארץ", און מ'גייט ַאלע „אל הארץ אשר אראך", „לארכה ולרחבה", כולל — אין ארץ קיני קניזי וקדמוני )וועלכע מ'בַאקומט בדרכי שלום פון אוה"ע, כנ"ל),

און צוזַאמען דערמיט — הָאט מען די שלימות פון ַאלע עשר כחות הנפש — די ז' מדות און די ג' מוחין, צוזַאמען וג"ז עיקר — מיט דעם גילוי פון תורה חדשה מאתי תצא,

ביז באופן ַאז דָאס ווערט נתפשט בכל העולם כולו, „מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים",

און אויך בַא אוה"ע — „לא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד", „והיתה לה' המלוכה", און עד"ז אין ַאלע חלקי העולם — דומם צומח חי — ווערט נתגלה דער כח הפועל בנפעל, ביז ַאז „אבן מקיר תזעק", ועד"ז תאנה )צומח(, ועד"ז חי, ועאכו"כ מדבר — „וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו", ַאז די גַאנצע וועלט ווערט ַא דירה לו יתברך בתחתונים, און אויך אין עולמות בי"ע ווערט דער גילוי פון עולם האצילות, מלשון אצלו וסמוך לעצמות המאציל ב"ה.

און פון „לך לך" קומט מען גלייך צו פ' „וירא אליו ה'", ושלימותה בגאולה האמיתית והשלימה — „והיו עיניך רואות את מוריך", נשמות בגופים בתכלית הבריאות והשלימות,

ועוד והוא העיקר — תיכף ומיד ממש.