Skip to content

די אמונה און בטחון פון אברהם אבינו אז 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד'

בת עין - אידיש | October 21, 2026

אַךְ עִיקַר הַבְּחִינָה בָּזֶה לְקַיֵּם רְצוֹן הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא אֲפִילוּ בְּדָבָר שֶׁקָּשֶׁה לוֹ אבער די עיקר בחינה צו טאהן די רצון השם איז אפילו ווען ס'איז אים שווער עס צו איינהאלטען זיין, וְהוּא נִמְשָׁךְ מִבְּחִינַת אֱמוּנַת ה' וּבִטָּחוֹן בּוֹ יִתְבָּרַךְ און דאס זיך צו שטארקן און טאהן די רצון הבורא קומט נאר דורך אמונה און בטחון אין באשעפער.

הַיְנוּ מֵחֲמַת הָאֱמוּנָה וְהַבִּטָּחוֹן שֶׁהָיָה לְאַבְרָהָם אָבִינוּ ע"ה בְּבוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ דאס מיינט וועגן די אמונה און בטחון וואס אברהם אבינו האט געהאט אין באשעפער, שֶׁבְּוַדַּאי כָּל מַה דְּעָבִיד רַחֲמָנָא לְטַב עָבִיד (ברכות ס:) און אברהם האט געגלייבט אז פאר זיכער אז אלעס וואס דער באשעפער טוט איז צום גוטען, וְזֶה הָיָה מְבִיאוֹ לְקַיֵּם רְצוֹן הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא אֲפִילוּ בְּדָבָר הַקָּשֶׁה כָּזֶה און דאס האט אים געברענגט צו מקיים די ווילן פון השי"ת אין אפילו אזא שווערע זאך.

וְזֶהוּ 'וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים וְשִׁבְעִים שָׁנָה בְּצֵאתוֹ מֵחָרָן' און דאס איז פשט פון די פסוק 'און אברם איז געווען פינעף און זיבעציג יאר ווען ער איז ארויס פון חרן', הַיְנוּ כְּשֶׁיָּצָא מֵחָרָן יָצָא עִם מִדַּת בִּטָּחוֹן בַּה' דאס מיינט ווען ער איז ארויס פון חרן איז ער ארויס מיט די מדה פון בטחון אין באשעפער, שֶׁ'בִּטָּחוֹן' גִּימַטְרִיָּא חָמֵשׁ וְשִׁבְעִים ווייל די ווארט 'בִּטָּחוֹן' איז בגימטריא פינעף און זיבעציג.

וְזֶהוּ 'וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ וְשִׁבְעִים' און דאס מיינט די פסוק אז 'אברהם איז געווען פינף און זיבעציג', הַיְנוּ שֶׁהָיָה אָז בִּבְחִינַת בִּטָּחוֹן דאס מיינט אז ער איז געווען דעמאלסט אין די בחינה פון בטחון, וְזֶה גָּרַם לוֹ שֶׁיֵּצֵא מֵחָרָן מִבֵּית אָבִיו וּמִמִּשְׁפַּחְתּוֹ און דאס האט אים צוגעברענגט און געגעבן די כח אז ער זאל ארויסגיין פון זיין טאטע'ס הויז און צו איבערלאזן זיין משפחה.

PDF Preview