Skip to content

די נסיון פון אברהם אבינו צו גיין צו א נייע לאנד

בת עין - אידיש | October 21, 2026

וְנוּכַל לוֹמַר בְּדֶרֶךְ זֶה אונז קענען זאגען אויף די וועג, דְּהִנֵּה כְּשֶׁאָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְאַבְרָהָם 'לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ' ווען דער באשעפער האט געזאגט פאר אברהם 'גיי פון דיין לאנד און געבורטס לאנד און דיין טאטענ'ס הויז צו די לאנד וואס איך וועל דיר ווייזען', בֶּאֱמֶת הָיָה קָשֶׁה לְאַבְרָהָם דָּבָר זֶה לֵילֵךְ מִבֵּית אָבִיו וּמִמִּשְׁפַּחְתּוֹ וּמֵאַנְשֵׁי שְׁלוֹמוֹ וּמֵאֶרֶץ מוֹלַדְתּוֹ אֲשֶׁר הֻרְגַּל בָּהּ כָּל יָמָיו אז ס'איז באמת געווען זייער שווער פאר אברהם די זאך אוועק צו גיין פון זיין טאטענ'ס הויז און זיין משפחה און פון זיינע באקאנטע און פון זיין געבורטס לאנד.

וּבִפְרָט שֶׁלֹּא אָמַר לוֹ בִּתְחִלָּה לְאֵיזֶה אֶרֶץ יֵלֵךְ און באזונדער אז דער באשעפער האט אים נישט געזאגט פון אנפאנג צו וועלכע לאנד זאל ער גיין, רַק שֶׁיַּרְאֵהוּ אַחַר כָּךְ נאר דער באשעפער האט אים געזאגט אז ער וועט אים ווייזען נאכדעם, וְזֶה גַּם כֵּן קָשֶׁה מְאֹד לָאָדָם לֵילֵךְ וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְאֵיזֶה מְדִינָה יֵלֵךְ און דאס איז אויך זייער שווער פאר א מענטש צו גיין צו א לאנד און ער ווייסט אפילו נישט וועלכע לאנד ער גייט צו.

ב. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק 'אל הארץ אשר אראך' צו די לאנד וואס איך וועל דיר ווייזען.

PDF Preview