Skip to content

פארווארט

בת עין - אידיש | October 21, 2026

דער בעל שם טוב פון מיכלשטאדט איז שוין קליינערהייט געווען באקאנט פאר א וואונדער קינד, איינמאל האט דער פריץ פון שטאדט געהערט פון אים און ער האט באפוילן ער זאל זיך שטעלן פאר אים אין פאלאץ דעם און דעם טאג און אין די שעה.

ווען עס איז געקומען די אנגעגעבענע צייט האט דער פריץ באפוילן אז אלע באדינערס זאלן זיך באהאלטן און דער קליינער וואונדער קינד זאל אליין טרעפן די צימער פונעם פריץ.

און אזוי איז דאס קינד אנגעקומען צום פאלאץ און דער פריץ שטייט באהאלטן ביי א פענסטער און קוקט ארויס וואס די קינד גייט טאהן, און אט זעהט ער ווי דאס קינד גיבט א קוק אויפן פאלאץ און גייט אריין און ביז געציילטע מינוטן איז ער געשטאנען ביי די טיר פונם פריץ.

דער פריץ האט זיך נישט געקענט גלייבן ווי אזוי דאס קינד האט צוגעטראפן צו זיין צימער, און האט אים געפרעגט ווי אזוי האסטו געוואוסט וועלכער צימער איך בין באהאלטן? האט ער אים געענטפערט איך האב געזען אז אלע פירהאנגען פון די פענסטערס זענען אויפגעדעקט האב איך פארשטאנען אז דארט זיצען די באדינער און נוצען די ליכטיגקייט פונעם זון, איין צימער האב איך געזעהן פארדעקט די פירהאנג האב איך פארשטאנען אז דארט באהאלט זיך די פריץ.

שפעטער אין זיין לעבן האט דער בעל שם געזאגט אז פון די מעשה האט ער זיך געלערנט צו פארשטיין אז ווען אימער א מענטש זעהט אז די פירהאנג זענען פארשטעלט און ער דארף א ישועה זאל ער וויסן אז דארט באהאלט זיך דער קעניג – דער באשעפער אליין.

אין די קומענדיגע תורה גייט דער בת עין אונז לערנען א פרק אין אמונה און בטחון אז מיט דעם קען א מענטש איבערגיין אלע שווערקייטן אפילו זאכן וואס זענען קעגן די שכל און טבע.

PDF Preview