Skip to content
חתת פלוס

היום יום - יג חשון

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Hebrew
View printout

יג חשון יום חמישי ה'תש"ד

שיעורים: חומש: וירא, חמישי עם פירש"י.
תהלים: סט־עא.
תניא: איתא ... ־292־ ועלול כנודע.

דער בעל שם טוב פלעגט לערנען מיט זיינען תלמידים א שיעור גמרא. דער אופן פון דעם לערנען איז געווען מיט גרויס חריפות און גאונות, און מ'האט געלערענט דעם רמב"ם אלפס רא"ש און אנדערע מפרשים פון די ראשונים וועלכע זיינען שייך געווען צו דער גמרא וואס מ'האט געלערענט. דער בעש"ט פלעגט אפטייטשען די ווערטער אין אידיש. אז מ'האט געלערענט ערכין און געקומען צום מארז"ל (טו ב) לשון תליתאי קטיל תליתאי, האט דער בעש"ט אויסגעטייטשט: לשון הרע הרג'ט אלע דריי: דעם אויסטראכטער דעם דערציילער און דעם צוהערער, נאר דאס איז אין לבושים רוחנים, וואס דאס איז שווערער, ווי רציחה אין גשמיות.

תרגום ללשון הקודש

הבעש"ט היה לומד עם התלמידיו שיעור בגמרא. אופן הלימוד היה מתוך חריפות וגאונות גדולה, ולמדו את הרמב"ם, אלפס, רא"ש ושאר מפרשים מהראשונים שהשתייכו לגמרא הנלמדת. הבעש"ט היה מתרגם את המילים לאידיש. כשלמדו מסכת ערכין והגיעו למארז"ל (טו, ב): "לשון תליתאי קטיל תליתאי", פירשו הבעש"ט: "לשון הרע קוטל כל השלושה: הממציא, המספר והמאזין; אך זהו בלבושים הרוחניים, שזה קשה יותר מרציחה בגשמיות".

More in this printout

View the whole printout