לך לך )א(
דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אברהם אבינו "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך) "גיי ארויס פון דיין לאנד און פון דיין געבורטסארט און פון דיין פאטער'ס הויז צום לאנד וואס איך וועל דיר אנווייזן.( דער פשוטער טייטש איז אז אברהם זאל ארויסגיין פון חרן און גיין אין ארץ ישראל. דער טיפערער טייטש איז אז דער אויבערשטער רעדט צו יעדער איד וועלכער איז מזרע אברהם, און זאגט עם:
לך לך - גיי צו זיך, צו דעם אמת'ן איד וואס איז אלעמאל גוט. א איד האט א נשמה וואס איז א טייל פון אויבערשטן און איז אלעמאל גוט.
מען דארף ארויסגיין פון:
מארצך - פון האבן א שייכות צו זאכן וועלכע זיינען "ארציים" - ערדישע. זאכן וועלכע האבן צו טאן מיט ערד און גשמיות. מען דארף ניט ליגן אין תאוות פון עסן און טרינקן אאז"וו.
ממולדתך - פון די שלעכטע געוואוינהייטן וועלכע מען האט געלערנט און זיך איינגעוואוינט אין דעם געבורטסארט. מען דארף אפלאזן די שלעכע מדות וועלכע קומען פון יצר הרע, און זיך איינגעוואוינען אין גוטע מדות וועלכע קומען פון יצר טוב.
ומבית אביך - פון די שלעכטע געדאנקען און פון דעם שלעכטן פארשטאנד פון דעם יצר הרע. פארשטאנד הייסט א "טאטע" פון די געפילן, ווייל די געפילן זיינען נאך דעם פארשטאנד. למשל א קליין קינד האט ליב א "לאליפאפ" ווייל לויט זיין פארשטאנד איז דאס די בעסטע זאך וואס איז פאראן אויף דער וועלט. אן עלטערער האט ליב געלט און כבוד אאז"וו, ווייל ער פארשטייט אז די זאכן זיינען ווערט מער פון א "לאליפאפ." דער יצר טוב פארשטייט אז די אמת'ע גוטע זאכן זיינען תורה ומצוות, און די זאכן דארף מען גלייכן. דער ארויסגיין פון די שלעכטע מדות און געוואוינהייטן, און זיך איינגעוואוינען אין גוטע מדות און געוואוינהייטן, בריינגט א איד צו:
הארץ אשר אראך - צו ארץ ישראל, וואס דאס מיינט דער תכלית וואוהין א איד דארף צוקומען אין זיין עבודת השם.
)מלקו"ש ח"ב ע(659 '