לך לך )ב(
דער ראב"ד שרייבט אז מיר געפינען די מצוה פון געבן מעשר נאך פאר מתן תורה. ווען אברהם אבינו האט זיך אומגעקערט פון די מלחמה מיט די מלכים, האט ער אפגעגעבן א צענטל - מעשר - פון זיין פארמעגן צו מלכי צדק (שם בן נח - רש"י) וועלכער איז געווען "כהן לא-ל עליון."
די באדייטונג פון "מעשר" איז: לה' הארץ ומלואה. אלץ וואס א איד פארמאגט געהערט צום אויבערשטן. דעריבער דארף א איד צום אלעם ערשטן אפגעבן א צענטל "מן המובחר" צום לוי (וואס ה' הוא נחלתו) און ערשט נאך דעם נוצט ער די אנדערע טיילן פאר זיינע אייגענע צוועקן" ,למען דעת שהכל שלו) "כדי מען זאל וויסן אז אלץ איז דעם אויבערשטענ'ס.(
דאס איז דער ענין פון "כל מעשיך לשם שמים" און "בכל דרכיך דעהו." ניט נאר ווען מען איז מקיים א מצוה נאר אויך זיינע פריוואטע מעשים און דרכים זיינען "לשם שמים" און אין אן אופן פון "דעהו." אויך די מעשים זיינען דורכגעדרונגען מיט געטליכקייט.
בזמן הזה איז ניט פאראן די מצוה פון מעשר בהמה, אבער עס איז פאראן די מצוה פון מעשר כספים - צדקה.
גמילות חסד קען מען טאן בגופו און בממונו. דער כח אויף ארויסנעמען אייגענע געלט פון קעשענע און אפגעבן עס אויף צדקה, אדער צוטיילן זיך זיין עסן מיט יענעם, אדער העלפן עם מיט א גמילות חסד בגופו - באקומען מיר פון אברהם אבינו וועלכער האט גענומען זיין אייגענעם פארמעגן און עס אפגעגעבן אויף מעשר.
אברהם אבינו איז געווען א גרויסער מכניס אורח. זיין געצעלט האט געהאט פיר טירן אויף אלע פיר זייטן אז אורחים זאלן קענען אריינגיין" .ויטע אשל," דרשנ'ען חז"ל אז ער האט געגעבן די אורחים אכילה שתי) 'אדער שינה( און לויה - עסן טרינקען (אדער שלאפן) און ער האט זיי באגלייט.
)לקו"ש ח"ה ע(70 '