לך לך )ג(
דער אינהאלט פון דער היינטיגער סדרה איז וועגן דעם געבורט פון ישמעאל'ן און יצחק'ן.
ווען דער אויבערשטער האט צוגעזאגט אברהם'ען אז ביי עם וועט געבוירן ווערן יצחק, האט ער שוין געהאט ישמעאל, און ער האט געזאגט צום אויבערשטן: לו ישמעאל יחי' לפניך (הלואי זאל כאטש ישמעאל לעבן פאר דיר.) דאס הייסט אז ער וואלט געווען צופרידן אפילו אויב יצחק וואלט ניט געבוירן געווארן, אבי אז ישמעאל וועט לעבן "לפניך," וועט זיך אויפפירן ווי מען דארף, און וועט גיין אין דעם אויבערשטענ'ס וועגן.
ישמעאל'ס מאמע הגר, דערציילט דער מדרש, איז געווען זייער א פרומע. זי איז געווען די טאכטער פון פרעה מלך מצרים, אבער זי איז פון דארטן אוועק זאגענדיק: עס איז בעסער צו זיין א דינסט אין אברהם'ס שטוב ווי א פרינצעסן אין פרעה'ס שטוב. פארשטייט זיך אז הגר האט געהאדעוועט איר זון ישמעאל אויך אין דעם וועג. דערפאר האט אברהם געהאפט צו האבן נחת פון ישמעאל.
פונדעסטוועגן האט דער אויבערשטער געענטפערט אברהם" :ולישמעאל שמעתיך,"
פון ישמעאל וועסטו אויך האבן נחת, אבער מיט דעם קענסטו זיך ניט באגנוגענען, "כי ביצחק יקרא לך זרע," דעם אמת'ן נחת וועסטו האבן דוקא פון יצחק.
פארוואס טאקע?
דער אונטערשייד פון ישמעאל און יצחק איז: ישמעאל'ס געבורט איז געווען אויף א נאטירלעכען אופן. יצחק'ס געבורט איז געווען דורך ניסים, ווייל אברהם און שרה זיינען געווען זייער אלט, און נאר דורך א נס איז יצחק געבארן געווארן.
דערפאר איז אויך דער ברית (דער בונד מיט דעם אויבערשטן) פון ישמעאל געווען צו זיין בר מצוה, ווען מען באקומט פארשטאנד. יצחק'ס ברית איז געווען צו אכט טעג ווען ער האט נאך ניט פארשטאנען.
דער אויבערשטער האט געזאגט צו אברהם אבינו: דעם אמת'ען אידישן נחת קען מען האבן דוקא פון אזא קינד וואס זיין געבורט און זיין גאנצער לעבן - באלד פון געבורט אן - איז אויף א ג-טליכן אופן. ביי אזא קינד וועט די אידישקייט זיין ניט בלויז לויט זיין שכל נאר מיט מסירת נפש און מען וועט האבן פון עם דעם אמת'ען אידישן נחת.
)לקו"ש ח"א ע(18 '