הגה "ק רבי זאב וואלף ב"ר יצחק זצוק"ל מקיצעס
י"ב חשון תקמ"ט
ואלה תולדות: הרה"ק רבי וואלף פון קיצעס איז געבוירן געווארן אין שטאט מעזשיבוז אין יאר תנ"ה צו זיין פאטער רבי יצחק ז"ל. אנפאנג איז ער געווען רב אין טולטשין און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין שטאט מעזשיבוז וואו זיין שווער הגאון רבי נפתלי האט געדינט אלס רב. דארט איז ער געווארן נתקרב צום הייליגן בעל שם טוב הק' זי"ע און געווען פון זיינע ערשטע תלמידים, עס איז אפילו דא א מסורת אז ער האט געוואוינט ביים בעש"ט אין שטוב און ער איז געווען דער בעל תוקע ביים בעש"ט אין בית מדרש אום ראש השנה. ער איז נפטר געווארן אום י"ב חשון תקמ"ט און ער איז געקומען לקבוער אינעם אוהל פון זיין גרויסן רבי'ן דער בעש"ט אין מעזשיבוז.
די גאנצע סומע אין די ריכטיגע צייט!
דער הייליגער רבי וואלף זצ"ל איז געווען באקאנט אלס א געוואלדיגער גאון און א בקי אין אלע חלקים פון די תורה, אינאיינעם מיט זיין ברייטע קענטעניס אין אנדערע חכמות. ער האט פריער געדינט אלס רב אין די קהילה פון טולטשין, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין מעזשיבוז, וואו זיין שווער האט געדינט אלס רב פון די שטאט. דארט, אינאיינעם מיט דעם הייליגן רבי דוד פורקעס זצ"ל, איז ער געשטאנען בראש פון א חבורה חסידים וואס האבן זיך געפירט מיט אן אויסערגעווענליכע קדושה און פרישות, כאטש זיי זענען נאך דעמאלטס נישט געווען נאנט צום בעל שם טוב הקדוש זי"ע.
ווי עס ווערט דערציילט אין ספר "שבחי הבעש"ט": "ווען דער בעל שם טוב איז אנגעקומען קיין מעזשיבוז, האבן אים די חסידים – דהיינו רבי וואלף קיצעס און רבי דוד פורקעס – נישט אזוי מחשיב געווען, צוליב דעם נאמען וואס מ'האט אים גערופן 'בעל שם טוב', ווייל אזא נאמען האט נישט געפאסט פאר א צדיק." אבער נאכדעם וואס זיי האבן אליין צוגעזען די גרויסקייט פון בעל שם טוב דורך א געוויסע מעשה, זענען זיי געווארן זיינע נאנטסטע תלמידים. ער פלעגט אפילו דינען אלס דער בעל תוקע אינעם בית המדרש פון זיין רבי'ן, דער בעל שם טוב, אום ראש השנה.
דער שטערן פון דעם חשוב'ן איד וואס האט שפאצירט אין די געסלעך פון מעזשיבוז איז געווען פארקנייטשט מיט דאגות. עס איז שוין געווען דריי טעג פאר די חתונה, און עס איז נאך אלץ נישט געווען קיין געלט פאר די הוצאות החתונה. דער איד איז נישט געווען קיין אנדערער ווי דער וואס איז שפעטער געווארן איינער פון די גרעסטע תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זצ"ל – דער הייליגער רבי וואלף קיצעס זצ"ל.
עס איז געווען ביי איינע פון די געלעגנהייטן ווען ער איז געזעסן פריוואט מיט זיין רבי'ן, דער הייליגער בעל שם טוב זצ"ל. אינמיטן דעם שמועס האט זיך דער בעל שם טוב אויסגעדרייט צו אים און געפרעגט: "עס דאכט זיך מיר אז דיין עלטסטע טאכטער איז שוין געקומען צו די יארן פון שידוכים. פארוואס זוימסטו זיך מיט'ן טרעפן א חתן פאר איר?"
"עס זעט אויס אז די ריכטיגע צייט איז נאך נישט אנגעקומען," האט רבי וואלף געענטפערט מיט א שוואכן שמייכל. "אויב עס וואלט שוין געווען די צייט, וואלט השי"ת זיכער צוגעשיקט געלט פאר א נדן, אן וועלכע מען קען דאך אפילו נישט אנהייבן רעדן פון קיין שום געראטענער שידוך."
"איך לאז דיר וויסן אז די צייט איז יא אנגעקומען," זענען געווען די ווערטער פון זיין הייליגן רבי'ן. "הער זיך גוט צו צו מיינע ווערטער: דו מוזט שיקן א געטרייען שליח קיין יאס, א עיר ואם בישראל. דער שליח זאל צוגיין צו די ארטיגע שדכנים און זיי זאגן אז ער קומט בשליחות פון א חשוב'ן, געלערנטן און פארמעגליכן איד, וואס איז גרייט צו געבן צוויי טויזנט זילבערנע רובל פאר א חתן א תלמיד חכם מיט גוטע מדות פון א פיינע משפחה."
"צוויי טויזנט רובל?!" האט רבי וואלף איבערגעפרעגט מיט גרויס וואונדער. "וואס האב איך מיט צוויי טויזנט רובל?! איך האב דאך אפילו נישט קיין פאר גראשן אין מיין טאש."
"די הוצאות פאר'ן שליח וועל איך באצאלן," האט דער בעל שם טוב ווייטער געזאגט גאר רואיג. "און פאר די איבעריגע געלט, וועט השי"ת העלפן."
דער שליח פון מעזשיבוז, וואס איז איין שיינעם טאג אנגעקומען אין די גרויסע שטאט יאס, האט נישט געדארפט ארבעטן שווער צו ווערן באקאנט. דער סכום וואס ער האט ארויסגעזאגט פון מויל האט גלייך אויפגעוועקט די שארפע חושים פון די שדכנים אין יאס, און זיין אכסניה איז געווארן א תל תלפיות. פון אינדערפרי ביז ביינאכט זענען שדכנים געקומען און געגאנגען, און אים פארגעשלאגן די בעסטע בחורים פון זייערע רשימות – בחורים מצוינים פון דעם העכסטן קאליבער.
דער שליח האט געטון זיין ארבעט געטריי. ער האט זיך נישט פארלאזט אויף די זיסע רייד פון די שדכנים, נאר ער איז אליין אריינגעשפרינגע ן אין די ארבעט, נאכגעפרעגט און געפארשט, און גערעדט פערזענליך מיט וועמען עס האט זיך נאר געלאזט. אבער קיין איין בחור האט נישט אויסגעזען אין זיינע אויגן ראוי פאר אזא גרויסן נדן.
נאכדעם וואס ער האט דארט פארברענגט עטליכע וואכן, האט דער שליח שוין אנגעהויבן פאקן זיינע זאכן. ער האט זיך געגרייט צו פארלאזן די שטאט יאס און זיך צוריקקערן קיין מעזשיבוז מיט ליידיגע הענט. אבער דעמאלט אין די לעצטע רגע האט פלוצלינג א שדכן אנגעקלאפט אין זיין טיר. "איך האב נאך איין הצעה," האט ער געזאגט, "א שידוך וואס דו האסט נאך נישט געהערט." דער שליח האט אראפגעלייגט
זיינע אראפגעזעצט אויפ'ן בענקל. "זאג ווייטער, איך הער..."
"זיין נאמען איז מנחם מאניש, א געוואלדיגער בחור וואס מ'האט ערשט יעצט אנגעהויבן רעדן פאר שידוכים. זיין פאטער, ר' מרדכי, איז אן אויסערגעווענליכער איד, אן ערליכער איד און א גרויסער נגיד. די גאנצע משפחה ארום איז הערליך און חשוב. אבער פארוואס זאל איך סתם רעדן אזוי פיל ווערטער? קום מיט מיר צום קליינעם שול ביים עק שטאט; דער בחור זיצט דארט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און דו וועסט קענען זען מיט דיינע אייגענע אויגן פון וועמען מיר רעדן."
עטליכע טעג שפעטער, ביי א גאר רירענדע מעמד מיט די באטייליגונג פון פילע חשוב'ע אידן אין יאס, זענען די תנאים געשריבן געווארן צווישן רבי זאב וואלף קיצעס – דורך זיין שליח פארשטייט זיך – און ר' מרדכי, דער פאטער פון חתן. ביידע צדדים האבן אויך אפגעשמועסט דעם זמן החתונה, וואס זאל פארקומען מיט די הילף פון השי"ת אין מעזשיבוזש, די שטאט וואו די כלה וואוינט.
באגאדזשן
און זיך
מיט א הארץ פול מיט התרגשות האט דער שליח געמאכט דעם וועג צוריק פון יאס קיין מעזשיבוזש. "מזל טוב, ר' וואלף!" האט דער שליח אויסגערופן צו רבי וואלף קיצעס גלייך ביים טיר. "ברוך השם, השי"ת האט באגליקט מיין וועג. איך האב געפונען א שידוך פאר אייער טאכטער פון די סאמע בעסטע – א זעלטענער און אויסערגעווענליכער בחור, א שלימות מיט אלע מעלות."
רבי וואלף האט אויפגענומען די בשורה מיט געמישטע געפילן. די פרטים וואס דער שליח האט דערציילט האבן אנגעפילט זיין הארץ מיט גרויס שמחה, אבער אין די רגע וואס ער האט גענומען דעם שטר תנאים אין זיין האנט און געזען די ווערטער "צוויי טויזנט זילבערנע רובל" ארויסגעשריבן מיט גרויסע אותיות, איז זיין שמחה פארגאנגען. דער ריזיגער סכום – אויף וואס ער אליין איז געווען אונטערגעשריבן – האט אים ממש דערשראקן.
ער איז שנעל געלאפן צום הויז פון זיין רבי'ן, דער בעל שם טוב. "רבי," האט ער געפרעגט מיט א ציטערדיג קול נאכ'ן געבן מזל טוב, "פון וואו וועל איך נעמען אזא סכום געלט? אפילו אויב איך וועל גיין קלאפן אויף אלע אידישע טירן פון יעצט ביז די חתונה, וועל איך נאך אלץ נישט מצליח זיין צו שאפן אפילו א צענטל דערפון?!" "בארואיג זיך," האט דער בעל שם טוב געענטפערט מיט אן אינערליכע רואיגקייט. "ביז די חתונה וועסטו האבן דאס געלט."
די קלארע ווערטער פון זיין רבי'ן האבן אראפגענומען די דאגה פון רבי וואלף'ס הארץ, אבער דעמאלטס האבן אנגעהויבן אנקומען בריוו פון דעם ווייטן יאס. אנהייב זענען זיי נאך געווען געשריבן מיט שיינעם: "טייערער מחותן! איז נאך נישט געקומען די צייט צו שיקן פאר אייער חתן נר"ו א געוויסע מתנה? א גאלדענע זייגער? א גאנצן ש"ס געבונדן? אזוי ווי עס פירט זיך ביי אידן?!"
דער צדיק רבי זאב וואלף האט אויפגעהויבן די אויגן פונעם בריוו, און זיין הארץ איז אים ממש איינגעגאנגען. א גאלדענע זייגער? א שיינע ש"ס? ער האט דאך אפילו נישט געהאט קיין שטיקל ברויט אויף נאכטמאל. ער האט דעריבער מחליט געווען צו נוצן די טאקטיק פון "שב ואל תעשה", און פשוט נישט ענטפערן גארנישט. ווען עס זענען אריבער וואכן און חדשים, זענען די בריוו געווארן אלץ שארפער און שארפער, ביז ער האט געזען אז דער גאנצער שידוך הענגט אויף א האר און עס איז דא א סכנה של ממש אז אלעס וועט זיך איבעררייסן.
רבי וואלף האט מער נישט געקענט זיצן מיט פארלייגטע הענט. ער איז געלאפן צום הייליגן בעל שם טוב און אים אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ מיט גרויס דאגה.
"דו קענסט עס נישט איגנארירן," האט אים דער בעל שם טוב געענטפערט. "גיי שרייב פאר דיין מחותן אז ער קען קומען צו די חתונה אין די באשטימטע צייט, און דעמאלטס, בעזרת השם, וועסטו איבערגעבן פארן חתן אלע מתנות און דעם דרשה-געשאנק".
אזוי ווי דער גוטער נאמען פון רבי וואלף קיצעס איז שוין געווען באקאנט ביז קיין יאס, האט זיך דער מחותן באגנוגנט מיט זיין צוזאג. די בריוו האבן אויפגעהערט צו קומען, אבער דער זייגער האט נישט אויפגעהערט צו טיקן. די חתונה איז געווארן נענטער און נענטער; נאר עטליכע וואכן זענען פארבליבן ביז דער חתן מיט זיין גאנצע חשוב'ע משפחה קומען אן קיין מעזשביזש, אבער דער ארעמאן האט גארנישט געהאט – רבי וואלף'ס הויז איז געווען ליידיג פון סיי וואסערע ווערטפולע אינהאלט.
אפילו א שלייער פאר די כלה האט מען נאך נישט געהאט געקויפט, שוין אפגערעדט פון א דירה אדער מינימאלע הויז-געברויכן. די גאנצע משפחה איז ארומגעגאנגען מיט צעריסענע קליידער, און זיי האבן ממש געציטערט טראכטענדיג פון דעם מאמענט ווען זיי וועלן זיך דארפן טרעפן מיט די אנגעזעענע משפחה פונעם חתן. עס איז געווען א שרעקליכע בושה און חרפה.
עטליכע טעג פאר די חתונה איז אנגעקומען א טעלעגראם וואס האט געהאט נאר צוויי ווערטער: "מיר זענען אויפן וועג." דאס האט שוין אינגאנצן פארוואנדלט די שטימונג ביי רבי וואלף אין שטוב צו א מצב פון תשעה באב... רבי וואלף האט זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט צום הייליגן בעל שם טוב, וואס זאל אים לערנען די וועגן פון בטחון אויף א פראקטישן אופן.
אינמיטן וועג צום בעל שם טוב'ס דירה, האט אים פלוצלינג אפגעשטעלט א פרעמדער איד אויף די גאס: "אנטשולדיגט, ר' איד, איר ווייסט אפשר וואו רבי ישראל בעל שם טוב וואוינט?"
"אוודאי," האט רבי וואלף געענטפערט, פילנדיג א שטארקע השגחה פרטית. "איך גיי אליין יעצט צו אים; קומט מיט מיר."
די צוויי האבן אנגעקלאפט ביים בעל שם טוב אין שטוב און זענען אריין אין די הייליגע צימער. נאך פאר דער פרעמדער גאסט האט געקענט עפענען דאס מויל און מסביר זיין פארוואס ער איז געקומען, האט זיך דער בעל שם טוב אויסגעדרייט צו אים און געזאגט: "איך וויל דיר דערציילן א מעשה..."
ר' חייקל דער סוחר איז געזעסן באקוועם אין זיין רייכע קארעטע, און האט זיך מחי' געווען מיט די פרישע לופט פון די גרויסע וועלדער. דא צווישן די הויכע ביימער האט ער זיך געפילט ממש ווי אינדערהיים. ר' חייקל איז געווען א גרויסער האלץ-הענדלער; יעדעס יאר פלעגט ער אראפשיקן טויזנטער שטיקער האלץ אויפן טייך, און ער האט פארדינט שווערע געלטער פון דעם ביזנעס.
ער האט פונקט געהאלטן ביים צוריקקומען פון פרייסן (איינע פון די היסטארישע מדינות וואס זענען היינט א חלק פון דייטשלאנד) . ארומגעבינדן אויף זיין טאליע, באהאלטן אינעווייניג אין א גארטל, איז געווען נישט ווייניגער ווי פערציג טויזנט רובל אין קעש – דאס איז געווען זיין ריינער פראפיט פון זיין לעצטע געשעפט. יעדע שטיק צייט, ווען די קארעטע האט זיך געשאקלט אויפן וועג, האט ער אנגערירט דעם גארטל צו פילן די געלט.
די פרישע לופט און די באקוועמע זיצן האבן שנעל אריינגעפירט דעם מידן חייקל אין א טיפן שלאף, בשעת זיין געטרייער בעל עגלה האט ווייטער געפירט די קארעטע אין די טונקעלע וועגן פונעם וואלד.
פלוצים האט א שטארקע שאקל אים אויפגעוועקט פון זיין שלאף מיט א שרעק. עמיצער האט אים אנגעכאפט ביים האלז און אים געשאקלט מיט כעס: "וועק דיך אויף, חייקוש, עפן דיינע אויגן!"
חייקל האט געעפנט די אויגן מיט גרויס מורא, קוים גלייבנדיג וואס ער זעט. גריגארי דער בעל עגלה איז געשטאנען פאר אים מיט א געלאדענעם רעוואלווער אין די האנט...
"געב אהער דאס גאנצע געלט!" האט ער געשריגן. מיט ציטערדיגע הענט האט חייקל אים דערלאנגט דעם פולן גארטל. אבער דער בעל עגלה איז נישט געווען צופרידן. "דו פארשטייסט דאך אליין, חייקל, אז איך קען דיך נישט לאזן גיין אזוי פשוט," האט ער געזאגט מיט א שלעכטן שמייכל. "דו וועסט דאך גלייך לויפן צו די פאליציי און מיך איבערגעבן. איך מוז דיך דא ענדיגן אויפן פלאץ." דעם בעל עגלה'ס רציחה'דיגע בליקן האבן קלאר געמאכט אז ס'איז נישטא קיין שום רחמנות.
"לאז מיך כאטש זאגן ווידוי פאר איך שטארב," האט חייקל געבעטן דעם מענטש וואס ביז א מינוט צוריק איז ער געווען זיין געטרייער ארבעטער.
"דו האסט פינף מינוט," האט דער בעל עגלה געענטפערט, און האט אים צוגעבונדן צו א בוים ער זאל נישט קענען אנטלויפן.
"רבונו של עולם," האט חייקל געמורמלט, "אויב לעבעדיגערהייט, וועל איך געבן א צענטל פון מיין גאנצע פארמעגן פאר צדקה."
דו
ראטעוועסט
מיך
פון
דא
צוריק נתעשר געווארן בזכות פונעם צדיק!
אין די שטאט יאמפאלע האט געוואוינט א באקאנטער נגיד, ר' אהרן לאנדא ז"ל. ער איז געווען מפורסם אלס א געוואלדיגער בעל צדקה מיט א גוט הארץ פאר יעדן איד.
מען דערציילט אז ווען דער הייליגער מאור עינים, ר' נחום טשערנאבלער זי"ע (יא"צ י"א חשון), איז געזעסן אין תפיסה, זענען צוויי חשוב'ע שליחים געקומען צו ר' אהרן און אים געבעטן ער זאל זיך משתתף זיין אין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים. ר' אהרן האט זיי געזאגט, "קומט צוריק מארגן". ווען זיי זענען צוריקגעקומען, האט ער ביי זיי נאכגעפרעגט, "וואסערע סכום דארפט איר?" האבן זיי געענטפערט אז עס רעדט זיך דא פון א ריזיגע סכום פון פופצן טויזנט גאלדענע רענדלעך. ר' אהרן איז תיכף אריינגעלאפן אין שטוב, ארויסגעברענגט די גאנצע סכום במילואו, און עס איבערגעגעבן פאר די צוויי אידן.
בעפאר ר' אהרן איז נפטר געווארן, האט ער דערציילט פאר זיין זון ר' יחזקאל, וואס האט געוואוינט אין בארדיטשוב, אז יענע געלט וואס ער האט דעמאלטס געגעבן אויסצולייזן דעם הייליגן מאור עינים, איז געווען זיין גאנצע פארמעגן ביזן לעצטן צענט, און ער איז געבליבן ממש ליידיג פון אלעם. נאר בזכות די דאזיגע מצוה און דאס געלט וואס ער האט אוועקגעגעבן פארן צדיק, האט ער באוויזן צוריק מצליח צו זיין און ווערן אן עושר אדיר אין גאר א קורצע צייט מיט א געוואלדיגע עשירות. (עיר מבצר)
די מינוטן זענען אריבער. דער רוצח איז געשטאנען אומגעדולדיג אין א זייט און געהויבן זיין ביקס קעגן חייקל...
"האלט! שיס נישט!" האט פלוצים א קול אפגעדונערט אויף רוסיש פון צווישן די ביימער, מאכנדיג א סוף צו די שרעקליכע סצענע. א וועכטער אויף פאליצייאישע מאנדירן איז צוגעריטן אין א גאלאפ. דאס איז געווען א וואלד-וועכטער וואס איז פונקט דארט דורך און האט געהערט א פארדעכטיגטע גערודער.
גריגארי האט אראפגעווארפן זיין ביקס און אנגעהויבן לויפן אין די טיפענישן פונעם וואלד, אבער דער פראפעסיאנאלער וועכטער האט אים שנעל געכאפט. דאס גאנצע געלט איז צוריקגעגעבן געווארן פאר חייקל, און דעם בעל עגלה האט מען אריינגעשליידערט אין תפיסה.
חייקל איז צוריק אהיים, און די מעשה פון זיין נס הצלה האט זיך שנעל פארשפרייט. ער האט געפראוועט א גרויסע סעודת הודאה און איבערגעציילט די מעשה פונעם נס אויפ'ן וועג נאכאמאל און נאכאמאל. אבער, ווי ס'איז דער טבע פון א מענטש, האט ער אינגאנצן פארגעסן פונעם נדר וואס ער האט בשעת זיין גרויסע נויט געמאכט.
נישט פיל טעג זענען אריבער און חייקל'ס איינציגע טאכטער איז קראנק געווארן און פלוצים אוועק. חייקל האט נישט געכאפט דעם רמז, פארגעסנדיג וואס חז"ל זאגן אז "בעוון נדרים בניו של אדם מתים". א קורצע צייט שפעטער איז זיין איינציגער זון אויך קראנק געווארן. די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן, קיין שום רפואה האט נישט געהאלפן. דאן האט ער געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב וואס וואוינט אין מעזשיבוז און טוט וואונדער איבער די גאנצע וועלט.
דער בעל שם טוב האט נאך נישט געענדיגט זיין מעשה, ווען א געשריי פון דעם פרעמדן סוחר האט
חייקל... "רבי, אלעס וואס איר זאגט איז דער אמת לאמיתו! איך בין גרייט דא און יעצט צו געבן דעם גאנצן מעשר וואס איך האב צוגעזאגט – פיר טויזנט רובל – אויב נאר מיין זון וועט געזונט ווערן," האט חייקל אויסגעשריגן מיט גרויס התרגשות.
"עס געפינט זיך דא א איד וואס דארף דרינגענד א גרויסע סומע געלט פאר זיין טאכטער'ס חתונה," האט דער בעל שם טוב רואיג געענטפערט, און געוויזן אויף ר' זאב וואלף וואס איז געשטאנען אין א זייט. "געב אים די גאנצע סומע וואס דו האסט צוגעזאגט, און מיט די הילף פון באשעפער וועט דיין זון געזונט ווערן."
דריי טעג שפעטער איז פארגעקומען די חתונה פון די טאכטער פון דעם הייליגן ר' וואלף קיצעס מיט'ן חשוב'ן חתן, דער זון פונעם נגיד פון יאסי, אין שטאט מעזשיבוז מיט גרויס שמחה. איינע פון די חשוב'ע מחותנים ביי די שמחה איז געווען נישט קיין אנדערער ווי דער נגיד ר' חייקל, וואס האט אנגענומען די בקשה פון דעם הייליגן מחותן ר' זאב און איז געבליבן אין שטאט אויף די גאנצע צייט פון די שמחה.
נאך פאר'ן אהיים פארן האט ער באקומען א דרינגענדע טעלעגראם מיט די פרייליכע בשורה אז ב"ה זיין זון איז אינגאנצן געזונט געווארן.
א פערד
אנגעטון
אין
איבערגעהאקט אידענטיטעט איז יעצט אנטפלעקט געווארן אלס
דעם
צימער.
זיין
(מקור: ספר "מאורות הגדולים" פון הגה"ח ר' אהרן ציילינגאלד ז"ל, בילגורייא, תרצ"ט)