ה) מיר געפינען אז די הייליגע אמהות האבן שוין געצינדן לעכט פאר שבת קודש.
ו) מען צינדט לעכט צוליב כבוד שבת, און צוליב עונג שבת.
ז) אין מדרש רבה (בראשית רבה פרק ס' אות ט"ז) אויפ'ן פסוק ויביאה יצחק האהלה שרה אמו, ווערט געברענגט: ווי לאנג שרה אמינו ע"ה האט געלעבט האט געברענט די לעכט פון איין פרייטאג ביינאכט ביז די אנדערע. ווען זי איז נפטר געווארן האט זיך עס געענדיגט. ווען רבקה איז געקומען האט זיך עס צוריקגעקערט. זעט מען פון דא אז שרה און רבקה האבן שוין געצינדן ליל שבת קודש לעכט לכבוד שבת קודש.
אין ספר אמרי קדוש (סטרעליסק, דף ק"פ ע"א) ווערט געברענגט, אז נאך די חתונה האט הרה"ק רבי שלמה בן הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זצ"ל זיך געפירט מיט א גאר גרויסע קדושה וטהרה. אלעס איז געווען באהאלטן אז קיינער זאל נישט זען ארום אים. אמאל ווען זיין רעבעצין האט געצינדן די לעכט פאר שבת קודש, האט ער געגעבן א שריי: קוק און זעה וויאזוי די אמהות צינדן אן די לעכט.
ח) אין די גמרא (מס' פסחים נ"ג ע"ב) ווערט געברענגט, רבי שמעון בן אלעזר זאגט, יום הכפורים וואס געפאלט אין שבת, אפילו אויף אזא פלאץ וואו מען צינדט נישט אן קיין לעכט יום כיפור, צינדט מען אבער יא אויף אזא פאל, צוליב כבוד פון שבת.
אין רמב"ם (הלכות שבת פרק ל' הלכה ה') ווערט געברענגט, א מענטש דארף אנגרייטן זיין שטוב נאך פון פרייטאג בייטאג צוליב כבוד שבת, און עס זאל ברענען לעכט, די טיש זאל זיין אנגעגרייט, די בעט זאל זיין שיין אויסגעשפרייט, ווייל די אלע זאכן איז לכבוד שבת. און אזוי ווערט אויך געברענגט אין סמ"ג (שם ס"ק ה').
אין ילקוט שמעוני (פרשת בהעלותך אות תשי"ט) ווערט געברענגט, לעכט וואס מען צינד לכבוד א מענטש אין לייכטערס פון שארבן אדער פון קופער ווענדט זיך אלעס לויט די כבוד פונעם מענטש. אבער ביי שבת זענען די ליכט איר כבוד. אין ספר קרבן שבת (פרק י' סי' ד') ווערט געברענגט צו פארענטפערן דעם מדרש, ווייל אזוי ווי מיר צינדן אן לעכט אין שבת, איז עס מרמז אז די נשמה יתירה ווערט פארמערט אויבן און אונטן. לכאורה פארוואס איז שבת אנדערש אז דאס פאסירט, נאר די קדושת היום ברענגט דאס צו, אבער אין אלע אנדערע טעג וואס די פינסטערניש פארשטערקט זיך, און דורך די ליכט ווייזן מיר און אנערקענען די כבוד פון שבת, אז עס איז מער מכובד און געהייליגט פון אנדערע טעג.
ט) אין רמב"ם (הלכות שבת פרק ה' הלכה א') ווערט געברענגט, סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב אז אין זייער הויז זאל ברענען לעכט שבת. אפילו ער האט נישט וואס צו עסן, זאל ער גיין אויף די הייזער בארגן, און ער זאל קויפן אויל און אנצינדן לעכט פאר שבת, ווייל דאס איז בכלל פון עונג שבת.
אין ספר ערוך השלחן (סימן רס"ג אות ב') שרייבט ער אויף די ווערטער פונעם רמב"ם, אז דער רמב"ם אליין אין פרק ל' זאגט אז אנצינדן די לעכט איז צוליב כבוד שבת, ווייל ער שרייבט דארט אז מען זאל צינדן די לעכט, ווייל דאס איז לכבוד שבת, און דא זאגט ער אז דאס איז צוליב עונג שבת. נאר די פשט איז אז עס איז טאקע דא ביידע, סיי כבוד און סיי עונג. ווייל דארטן ווי מען עסט דארף צו זיין צוליב כבוד שבת, און די אנדערע שטובער דארף צו זיין לעכט צוליב עונג שבת, אז מען זאל זיך נישט שטרויכלען ווען מען גייט דארט. און דאס וואס חז"ל זאגן אויפ'ן פסוק ותזנח משלום נפשי, אז דאס
ז) ווי אויך צינד מען ליכט פאר שב"ק צוליב שלום בית.
ח) און צו טון פארקערט ווי די צדוקים, וואס זיי זאגן אז עס טאר בכלל נישט ברענען לעכט שב"ק. גייט אויף צינדן לעכט אין שבת, אז ווען עס איז דא לעכט איז דא שלום און מען פאלט נישט אראפ. און דערפאר וויבאלד עס איז דא ביי לעכט צינדן סיי כבוד און סיי עונג, האבן די חכמים מחמיר געווען, און זיי האבן עס געמאכט ווי א מצוה פאר זיך אליינס, אז מען מאכט אויף דעם א ברכה ביחיד.
י) אין די גמרא (מס' שבת כ"ה ע"ב) ווערט געברענגט אויפ'ן פסוק ותזנח משלום נפשי נשיתי טובה (איכה ג'), אז ותזנח משלום נפשי מיינט אז מען צינדט לעכט פאר שבת. און רש"י (בד"ה הדלקת נר בשבת) זאגט אז ער האט נישט געהאט פון וואס צו צינדן, און דארט וואו עס איז נישט דא קיין לעכט איז נישט דא קיין שלום, ווייל מען גייט און מ'שטרויכלט זיך אין די פינסטערניש.
נאך ווערט געברענגט אין די משנה (מס' שבת ל"ד ע"א), דריי זאכן דארף א מענטש זאגן ביי זיך אין שטוב ערב שבת, און איינס איז הדליקו את הנר. און דער רבינו חננאל איז מפרש אז מ'דארף עס זאגן רואיגערהייט כדי די שטוב מענטשן זאל עס אננעמען פון אים. פון וואו ווייסט מען אז מען דארף צו האבן בכלל לעכט שבת, נאר עס שטייט וידעת כי שלום אהלך, און שלום איז נאר דא ווען עס איז ליכטיג, אזוי ווי עסשטייט וירא אלקים את האור כי טוב.
אין ערוך השלחן (הנ"ל ס"ק ח') איז מפרש אז איינס האט צו טון מיט די אנדערע, אז עונג שבת איז דורך דעם וואס ער האט שלום בית.
אין ספר מלאכת שלמה (משניות מס' שבת פ"ב מ"ו) ווערט געברענגט אז ער האט געטראפן וואס עס שטייט אויף וואס מען זאגט אין די גמרא (דף כ"ג) נר ביתו ונר חנוכה איז קודם נר ביתו, משום שלום בית. זאגט רש"י ווי מיר געפינען אז וואס עס שטייט ותזנח משלום נפשי, גייט ארויף אויף הדלקת נר בשבת, ווייל די בני בית זענען זיך מצטער צו זיצן אין די פינסטערניש. און דאס איז פארוואס פרויען גייען פון דער וועלט רח"ל צוליב צינדן לעכט, ווייל אויב זי וועט נישט צינדן קיין לעכט לכבוד שבת, וועט נישט זיין קיין שלום בית, ווייל זי וועט ח"ו נפטר ווערן.
יא) אין ספר ילקוט הגרשוני (שו"ע או"ח סי' רס"ג אות א') ווערט געברענגט, אז ער האט געהערט פון הגאון רבי יעקב באריט זצ"ל, אז צינדן לעכט לכבוד שב"ק איז ארויסצונעמען פון די הארץ פון די צדוקים וואס זיי זאגן אז שבת טאר נישט ברענען בכלל קיין לעכט, אפילו מען האט דאס אנגעצינדן ערב שבת, ווייל עס שטייט אין פסוק לא תבערו אש בכל מושבותיכם. אבער באמת וואו די צדוקים האבן געזאגט אזעלכע פשטים, איז דארט אליין דא די ענטפער, ווי עס ווערט געברענגט אין ספר מגיד מישרים (למרן הבית יוסף ז"ל פרשת ויקהל) אז דערפאר האט דער פסוק געדארפט ארויסזאגן לא תבערו אש ביום השבת. לכאורה מען רעדט דאך פון שבת, וואלט געווען גענוג עס זאל שטיין לא תבערו בו אש בכל מושבותיכם, נאר עס קומט ארויסצונעמען פון די הערצער פון די צדוקים אז דוקא יום השבת טאר מען נישט אנצינדן, אבער אנצינדן ערב שבת, עס זאל ברענען שבת, מעג מען יא. קען מען זאגן אז עס איז א מצוה צו פארמערן ווי מער לעכט, עס זאל ווערן באקאנט אז מען צינדט לעכט, אנדערש ווי די צדוקים, ווי מיר געפונען ביים שניידן דעם עומר (מס' מנחות דף ס"א ע"א במתניתין).
אין ספר חסידים (אות תתשמ"ז) ווערט געברענגט, אז די תשובה האט רבינו משולם געענטפערט פאר מינים וואס זיי צינדן נישט קיין לעכט אין זייערע הייזער אין שבת, ווייל דער פסוק האט געזאגט לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת. האט ער געענטפערט, עס שטייט ויברך אלקים את יום השביעי, ווייסט מען נישט מיט וואס השי"ת האט עס געבענטשט. נאר מיר געפינען ביי די קללות וואס איוב האט געשאלטן זיין טאג, האט ער געשאלטן אז עס זאל זיין פינסטער, ווי עס שטייט (איוב ג' ו') הלילה ההוא יקחהו אפל וגו', יקו לאור ואין (שם ט'), זעען מיר אז די ברכה מיט וואס השי"ת האט געבענטשט דעם שבת איז ליכטיגקייט, וואס דאס איז די שלום אין שטוב, און וואס איוב האט געזאגט אין א קללה, דארפן מיר טון פארקערט ביי שבת פאר א ברכה.