Skip to content
פרדס יהודה

שיעור דרוש: אברהם אבינו האט גערן געוועזן אז לוט זאל שטייגן

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַיֵּלֶךְ אַבְרָם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה' וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים וְשִׁבְעִים שָׁנָה בְּצֵאתוֹ מֵחָרָן: (בראשית י"ב ד') עס איז דא א דיוק פארוואס דארף מען דערציילן ווי אלט אברם איז געווען פונקט דא ווען ער איז ארויס פון חרן נישט פריער? אויך וואס איז די כוונה אז וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט, וואס איז אונז א נפקא מינה אז לוט איז מיט געגאנגען? נאר מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס דוד המלך ע"ה זאגט (תהלים ל"ד ד') גַּדְּלוּ לַה' אִתִּי וּנְרוֹמְמָה שְׁמוֹ יַחְדָּו: מאך גרויס דעם נאמען פון אויבערשטן מיט מיר, און לאמיר דערהויבן זיין נאמען צוזאמען, דאס מיינט אז דער רצון פון א צדיק איז אז דער נאמען פון ה' זאל ווערן גרויס און דערהויבן אויף דער וועלט, און עס איז אים נישט גענוג וואס ער דינט דעם באשעפער נאר זיין הארץ גלוסט אז עס זאלן זיין נאך מקדשי און עובדי ה' אויף דער וועלט, דעריבער ווען א מענטש טוט באמת דעם רצון ה' בשלימות, דעמאלט ווערט דער נאמען פון אויבערשטן באקאנט אויף ביי אנדערע, ווייל די עבודה שיינט ארויס און ציעט אן אנדערע, דאס איז טייטש וַיֵּלֶךְ אַבְרָם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה' אז ער איז געגאנגען און געדינט, פונקט ווי דער אויבערשטער האט צו אים גערעדט, און האט געטאן דעם רצון ה' קיין שום חשבונות, דעריבער וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט: דעמאלט איז געווארן א רצון אויך ביי לוט, ווייל די עבודה פון אברהם האט אזוי געשיינט, אז אפילו לוט האט זיך אויך אויפגעוועקט און איז מיט געגאנגען, און מיט דעם פארשטייט מען דעם סוף פון פסוק: וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים, די ווארט חָמֵ"שׁ איז די אותיות שָׂמֵ"חַ, ווייל אברם איז געווען זייער אנגעפילט מיט שמחה פון טאן דעם רצון פון אויבערשטן, וְשִׁבְעִים שָׁנָה, שִׁבְעִים איז א לשון פון שביעה, זאטקייט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ס"ג ו') כְּמוֹ חֵלֶב וָדֶשֶׁן תִּשְׂבַּע נַפְשִׁי, ווי פון פעטס און פולקייט וועט זאט ווערן מיין נפש, און עס איז אים געווען א תענוג, און ווען א צדיק זעט אז עס איז דא נאך איינער וואס טוט דעם רצון השם יתברך, איז ער בשמחה און איז זיך מתענג, דעריבער שטייט דוקא נאך וואס עס שטייט וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט: וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ שָׁנִים וְשִׁבְעִים שָׁנָה. ער איז געווען בשמחה און זאט, דאס מיינט ער האט געהאט א תענוג פון דעם, אז ער האט געזען אז נאך א נשמה גייט מיט אים אויפ'ן וועג פון אויבערשטן ממילא איז גוט וַיֵּלֶךְ אַבְרָם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה', און האט געטאן דעם גאנצן רצון וואס דער אויבערשטער האט געזאגט, ממילא האט דאס געהאט די השפעה אז וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט און האט זיך אויך דערנענטערט צום אויבערשטן, ממילא איז וְאַבְרָם בֶּן חָמֵשׁ, געווען פריילאך, און וְשִׁבְעִים שָׁנָה זאט מיט תענוג, בְּצֵאתוֹ, ווען ער איז יעצט ארויס מֵחָרָן: און דאס מיינט גַּדְּלוּ לַה' אִתִּי, מאך גרויס דעם נאמען פון אויבערשטן מיטן טאהן דעם גאנצן רצון ה', ממילא וועט זיין וּנְרוֹמְמָה שְׁמוֹ יַחְדָּו, נאך מענטשן וועלן לויבן דעם אויבערשטן מיט דיר צוזאמען צוליב דיר. (אור ליהודה לעלמאן תלמיד קאצק) און דאס מיינט אויך דער פסוק נאכדעם וואס כְּמוֹ חֵלֶב וָדֶשֶׁן תִּשְׂבַּע נַפְשִׁי, אז איך בין אנגעזעטיגט און פול מיט עבודת ה', וועט זיין וְשִׁפְתֵי רְנָנוֹת יְהַלֶּל פִּי, נאך מענטשן וועלן לויבן דעם אויבערשטן צוליב דיין עבודה, אזוי ווי עס שטייט תְּהִלַּת ה' יְדַבֶּר פִּי, איך וועל לויבן דעם אויבערשטן און דינען, און וועט זיין וִיבָרֵךְ כָּל בָּשָׂר שֵׁם קָדְשׁוֹ, וועט גורם זיין אז אנדערע זאלן אויך לויבן דעם אויבערשטן. (שמח זבולון תשפ"ד)

שיעור דרוש: ווי אזוי האט אברהם אבינו געמעגט נעמען מתנות?

וּמַלְכִּי צֶדֶק מֶלֶךְ שָׁלֵם הוֹצִיא לֶחֶם וָיָיִן וְהוּא כֹהֵן לְאֵל עֶלְיוֹן: (בראשית י"ד, י"ח) נאך די גרויסע מלחמה, ווען אברהם אבינו קומט צוריק פון באזיגן די פיר מלכים, גייט אים אנטקעגן מַלְכִּי צֶדֶק, דער מֶלֶךְ פון שָׁלֵם, און ברענגט אים ברויט און וויין, עס איז דא א דיוק פארוואס שטייט אין פסוק דער לשון "הוֹצִיא" ארויס געברענגט און נישט "הֵבִיא"? נאך א פלא, אז דער חזקוני זאגט אז "וְהוּא", גייט ארויף אויף אברהם אבינו, כֹּהֵן לְאֵל עֶלְיוֹן איז געווען א כהן, איז שווער וואס איז די שייכות פון וּמַלְכִּי צֶדֶק מֶלֶךְ שָׁלֵם הוֹצִיא לֶחֶם וָיָיִן ווייל "וְהוּא" אברהם איז געווען א כהן לְאֵל עֶלְיוֹן? נאר די גמרא (חולין דף מ"ד ע"ב) דערציילט אז ר' זירא ווען מען האט אים געשיקט א מתנה פון הויז פון דער נשיא, האט ער דאס נישט אנגענומען. ער האט געזאגט וואס עס שטייט אין פסוק (משלי ט"ו כ"ז) וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת יִחְיֶה, ווער עס האט פיינט מתנות, דער וועט לעבן, אבער ווען מען האט אים איינגעלאדנט צו קומען עסן, איז ער יא געגאנגען, ווייל ער האט געזאגט: "אִיתָּקוּרֵי דְּמִיתַּקַּרִי בִּי", זיי ווערן אליין מכובד דורך מיר, ווייל אז מען לאדענט איין א תלמיד חכם, איז עס נישט א מתנה נאר א כבוד פארן בעל הבית אז דער ת"ח קומט צו אים, אבער מען שיקט צו אים אהיים, דאס הייסט "וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת", און פון דעם האט זיך ר' זירא אפגעהאלטן ע"כ הגמ'. אבער ביי א כהן איז נישטא שונא מתנות יחיה, אזוי ווי עס שטייט אין גמרא אויפ'ן פסוק (ויקרא כ"א י') וְהַכֹּהֵן הַגָּדוֹל מֵאֶחָיו אֲשֶׁר יוּצַק עַל רֹאשׁוֹ שֶׁמֶן הַמִּשְׁחָה. דרשענט די גמ' (יומא דף י"ח ע"א) "גדלוהו משל אחיו", מען דארף גרויס מאכן דעם כהן פון די געלטער פון זיינע ברידער, און דער כהן לעבט פון מתנות: תרומות, מעשרות, מתנות כהונה, ממילא איז א כהן מותר צו נעמען מתנות, יעצט איז שוין גוט דאס וואס שטייט: וּמַלְכִּי צֶדֶק מֶלֶךְ שָׁלֵם "הוֹצִיא", ער האט ארויסגעברענגט לֶחֶם וָיָיִן צו אברהם, איז דאך די קשיא: ווי אזוי האט אברהם אבינו געמעגט דאס נעמען, ער האט אים נישט איינגעלאדנט צו זיך אהיים, און דאס איז שוין א מתנה און וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת יִחְיֶה? דעריבער ענטפערט די הייליגע תורה: וְהוּא כֹּהֵן לְאֵל עֶלְיוֹן, אברהם אבינו איז געווען א כהן, און א כהן מעג נעמען מתנות, ווייל דאס איז זיין חלק גדלוהו משל אחיו וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן. (ספר אמרי בינה, מגאון ר' יעקב הכהן, אב"ד פלאצק)

פליאה אויפן פריערדיגן ווארט און א מהלך ווען מעג א כהן נעמען מתנות:

עס איז שווער אז עס שטייט גלייך נאכדעם (פסוק כג) אז אַבְרָם האט געזאגט צו מלך סדום אִם מִחוּט וְעַד שְׂרוֹךְ נַעַל וְאִם אֶקַּח מִכָּל אֲשֶׁר לָךְ וְלֹא תֹאמַר אֲנִי הֶעֱשַׁרְתִּי אֶת אַבְרָם, און אברם האט נישט געוואלט נעמען, און אויב א כהן מעג נעמען מתנות, פארוואס האט ער נישט געוואלט נעמען? נאר דער תירוץ קען זיין אז נאר מתנות כהונה מעג א כהן נעמען, און דעריבער שטייט מַלְכִּי צֶדֶק מֶלֶךְ שָׁלֵם הוֹצִיא לֶחֶם וָיָיִן, און דאס מיינט מתנות כהונה, איז זייער גוט וואס שטייט נאכדעם וַיִּתֶּן לוֹ מַעֲשֵׂר מִכֹּל, ווייל לֶחֶם מיינט חלה, און יָיִן מיינט תרומה, און דאס ווייל אברהם איז געווען א כהן האט ער אים דאס געגעבן, און אברם האט דאס געמעגט נעמען, אבער שפעטער איז דאס נאר געווען א מתנה, און דאס האט אברהם נישט געוואלט נעמען. (שמח זבולון תשפ"ד)