Skip to content
נועם האור - אידיש

שיעור אור החיים הקדוש לך לך תשפ”ז די גרעסטע שמחה - זיין נאנט צום אייבערשטן

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אויף וואס האט אברהם אבינו געבויט דעם מזבח?

שטעלט אייך פאר א איד וואס ווארט יארן אויף א קינד.

ער האט שוין אזויפיל געבעטן. אזויפיל טרערן פארגאסן. אזויפיל מאל ארויסגעקוקט מיט האפענונג.

ער גייט אן מיטן לעבן, אבער אין הארץ טראגט ער מיט זיך א שטילע בענקעניש: רבונו של עולם, ווען וועל איך אויך געהאלפן ווערן?

און יעצט באקומט ער א זיכערע בשורה פונעם אייבערשטן אליין: דו וועסט האבן א קינד!

ווער קען באשרייבן זיין שמחה? ווער קען זיך פארשטעלן וואס עס טוט זיך דעמאלט אין זיין הארץ?

מיט דעם קענען מיר אביסל צוגיין צו דער בשורה וואס אברהם אבינו באקומט אין אונזער פרשה. דער אייבערשטער באווייזט זיך צו אים און זאגט: ״לְזַרְע ך אֶתֵּן אֶת הָאָרֶץ הַזֹּאת״. דו וועסט האבן קינדער. און דיינע קינדער וועלן באקומען דאס הייליגע לאנד - ארץ ישראל. צוויי געוואלדיגע בשורות אין איין מאמענט. און וואס טוט אברהם אבינו? ״וַיִּבֶן שָם מִּזְבֵּחַ לַה׳ הַנִּרְאֶה אֵּלָיו״. ער בויט א מזבח פארן אייבערשטן. מיר וואלטן פארשטאנען פארוואס. נאך אזא בשורה איז דא אויף וואס צו דאנקען!

אבער דער אור החיים הקדוש זאגט אונז, אז אין אברהם אבינו׳ס הארץ איז דעמאלט געווען עפעס נאך גרעסער. דאס לערנט ער פון די ווערטער:

״לַה׳ הַנִּרְאֶה אֵּלָיו״.

״לכלום בערך שמחתו״

דער אור החיים הקדוש שרייבט, וזה לשונו הקדוש:

וַיֵּרָא ה׳ אֶל וְגֹו׳ וַיִּבֶן שָם וְגֹו׳. כַוָנַת הַכָתוב לְהֹודִּיע הַפְלָגַת חִּבַת אַבְרָהָם בְקֹונֹו, כִּי ה׳ נִּגְלָה אֵּלָיו ובִּשְרֹו בְזֶרַע ובִּנְתִּינַת הָאָרֶץ וְהוא לֹּא הֶחְשִּיב בְׂשֹורַת ב׳ מַעֲלֹות טֹובֹות לִּכְלום בְעֵּר ך שִּמְח יִּתְבָר ך אֵּלָיו, לְקַיֵּם מַה שֶנֶאֱמַר (תהלים, טז) ת ו בְגִּּלוי שְכִּינָתֹו שֹּבַע שְמָחֹות אֶת פָנֶיָך, וְהוא אֹומְר ו וַיִּבֶן מִּזְבֵּחַ לַה׳ הַנִּרְאֶה אֵּלָיו, כָאן פֵּרֵּש סִּבַת שִּמְחָת ו אֲשֶר עָלֶיהָ בָנָה מִּזְבֵּח הוא לְצַד הֵּרָאֹות ו יִּתְבָר ך אֵּלָיו וְהָבֵּן. וְזֶה אֹות לְבָנָיו כַמָה מֵּהֶם אֲשֶר הִּרְחִּיקו חֵּשֶק הַזֶרַע בְעֵּר ך חֵּשֶק הַתֹורָה וְהַמִּצְֹות, וְצֵּא ולְמַד מִּבֶן עַזַאי (יבמות דף סג:) בְטַעֲנָת ו ומָה אֶעֱׂשֶה וְנַפְשִּי חָשְקָה בַתֹורָה:

לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין די ווערטער.

״כונת הכתוב להודיע הפלגת חיבת אברהם בקונו״.

די תורה וויל אונז ווייזן ווי אויסערגעווענליך גרויס אברהם אבינו׳ס ליבשאפט צום אייבערשטן איז געווען.

ווי זעט מען דא זיין ליבשאפט?

דער אייבערשטער האט זיך צו אים באוויזן און אים מבשר געווען מיט קינדער און מיט ארץ ישראל.

און דא זאגט דער אור החיים:

״והוא לא החשיב בשורת ב׳ מעלות טובות לכלום בערך שמחתו בגילוי שכינתו יתברך אליו״.

אין פשוטע אידישע ווערטער:

די צוויי געוואלדיגע בשורות האבן ביי אים נישט געהאט קיין שום חשיבות אין פארגלייך צו דער שמחה וואס ער האט געהאט דערפון, וואס דער אייבערשטער האט זיך צו אים באוויזן.

לאמיר גוט הערן. ״לכלום, בערך שמחתו״.

די בשורות זענען געוואלדיג טייער. אבער זיין שמחה אין דער התגלות איז געווען אזוי גרויס, אז אין פארגלייך דערצו זענען אפילו די בשורות געווען - גארנישט.

די בשורה איז גרויס - אבער די שמחה איז נאך גרעסער

מען דארף דא נישט מיינען, אז אברהם אבינו האט נישט געשעצט די בשורה אויף קינדער.

ער האט דאך געבענקט צו קינדער. דורך זיינע קינדער וועט זיך ווייטער ציען די הכרה אינעם אייבערשטן אויף דער וועלט.

אבער דער אור החיים הקדוש זאגט:

״בערך שמחתו בגילוי שכינתו יתברך אליו״.

ווען מען שטעלט די בשורה נעבן דער שמחה וואס האט דעמאלט אנגעפילט זיין הארץ, האט עס נישט קיין חשיבות אין פארגלייך דערצו.

דאס איז דער געוואלדיגער חידוש.

מיר פארשטייען א שמחה פון א ישועה. מיר פארשטייען ווי א מענטש קען איבערגענומען ווערן ווען ער באקומט עפעס אויף וואס ער האט יארן ארויסגעקוקט.

דער אור החיים הקדוש אנטפלעקט אונז, אז עס איז דא א שמחה וואס איז נאך גרעסער.

דער אייבערשטער האט זיך צו אים באוויזן!

דאס האט אנגעפילט אברהם אבינו׳ס הארץ. אויף דעם האט ער געבויט דעם מזבח.

״כאן פירש סיבת שמחתו אשר עליה בנה מזבח הוא לצד הראותו יתברך אליו״.

די תורה זאגט אונז די סיבה פון זיין שמחה:

״לה׳ הנראה אליו״.

וואס פאר א ליבשאפט צום אייבערשטן האט געפלאקערט אינעם הארץ פון אברהם אבינו! וואס פאר א זיסקייט האט זיין הייליגע נשמה געשפירט!

און דער אור החיים ברענגט דערויף דעם פסוק:

״שֹּבַע שְמָחֹות אֶת פָנֶיָך״.

דאס הארץ ווערט אנגעפילט. מען קען פשוט ווערן זאט פון פרייליכקייט, מען דארף שוין נישט גארנישט נאכדעם.

דער נפש איז זאט פונעם התגלות הפנים פונעם אייבערשטן. א שמחה וואס נעמט איבער דעם גאנצן מענטש.

״איך וויל מער ניט אז דיך אליין״

אזא בענקעניש געפינען מיר ביי די הייליגע צדיקים.

אינעם ״היום יום״ (י״ח כסלו), ביים ענין פונעם פסוק:

״מִּי לִּי בַשָמָיִּם וְעִּמ ך לֹּא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ״.

ווערט געברענגט די פלאם'פייערדיגע רייד פונעם הייליגן צמח צדק: "שלא לחפוץ שום דבר זולתו יתברך, ולא אפילו שמים וארץ שהם גן עדן עליון ותחתון... אלא תהיה האהבה רק לו יתברך לבד, דהיינו למהותו ועצמותו יתברך ממש."

דערנאך ברענגט ער די לשון פונעם זיידן, דעם הייליגן בעל התניא נשמתו בגנזי מרומים.

"וכך היה נשמע הלשון ממו"ר נ"ע בדביקותו, שהיה אומר בזה הלשון".

אז בשעת זיין דביקות האט מען געהערט פון אים, אט די הייליגע רייד, מיט א פייער פון ליבשאפט האט ער זיך צוגאסן פארן אייבערשטן:

״איך וויל זע גאר ניסט, איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא כו׳ איך וויל מער ניט אז דיך אליין״.

דא שרייט א הייליגע נשמה צו איר באשעפער.

איר גאנצע בענקעניש קומט ארויס אין די ווערטער:

איך וויל נישט גארנישט. איך וויל נאר דיך אליין.

מען קען עס ליינען, מען קען עס הערן, מען קען עס איבערזאגן, אבער וואס קענען מיר פארשטיין צו דעם.

דער הייליגער גרויסער בעל התניא, מיט זיין ברייטקייט אין תורה, מיט זיין געוואלדיגע קדושה, מיט זיין טיפער השגה - וואס האט ער געזוכט? וואס האט זיין הארץ געוואלט?

נאר דעם אייבערשטן אליין.

אזוי שטארק האט די אהבה געברענט אין אים, אז דאס איז געווען דער אויסגוס פון זיין הארץ בשעת דביקות.

אזוי ווי די לשון פון צמח צדק "תהיה האהבה רק לו יתברך לבד", נאר צו אים, קיין שום גן עדן, נאר צו "מהותו ועצמותו יתברך ממש".

און אין אונזערע אויערו הילכן אפ די פייערדיגע ווערטער פונעם הייליגן אור החיים הקדוש, וואס ער אליין איז געווען איין שטיק ליבשאפט צום אייבערשטן.

ווי ער ברענגט ארויס די אייביגע ליבשאפט פון אונזער טאטע אברהם, דעם גרעסטן ליב-האבער פונעם אייבערשטן, אברהם אוהבי, ווי אזוי ער האט רעאגירט ווען דער אייבערשטער האט זיך צו אים באוויזן:

" וְהוא לֹּא הֶחְשִּיב בְׂשֹורַת ב׳ מַעֲלֹות טֹובֹות לִּכְלום בְעֵּר ך שִּמְחָת ו בְגִּּלוי שְכִּינָת ו יִּתְבָר ך אֵּלָיו."

אבער איך פארשטיי עס נאך נישט

דא קען זיך אויפוועקן א שאלה.

גן עדן איז דאך אליין הנאה מזיו השכינה. עולם הבא איז דאך דער הייליגער שכר פון די צדיקים.

וואס מיינט עס, אז דער בעל התניא האט געבענקט צום אייבערשטן אליין, העכער פון דעם אלעם?

מען מעג זאגן מיט אן אמת: איך פארשטיי עס נאך נישט.

איך גלייב די הייליגע ווערטער. אבער איך האב נאך נישט קיין השגה אין דער מדרגה פון וועלכער דער צדיק רעדט.

אבער מיר קענען יא עפעס מיטנעמען.

דער צדיק ווייזט אונז ווי טיף א נשמה קען בענקען צום אייבערשטן. עס איז דא אין דעם קשר עפעס וואס מיר קענען נישט מעסטן מיט אונזערע השגות.

א מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט געשפירט א געוויסע זיסקייט, קען הערן דערפון און גלייבן אז עס איז דא. אבער ווען ער איז אליין זוכה צו טועם זיין, ווייסט ער שוין אביסל פון וואס מען האט גערעדט.

אזוי קענען מיר צוגיין צו אונזער עבודה.

איך פארשטיי נאכנישט די מדרגה פונעם צדיק. אבער איך וויל אויך אנהייבן צו שפירן א טעם אין קרבת ה׳.

איך וויל אז מיין תורה זאל זיין ווארעמער. מיין תפילה זאל זיין מיט מער הארץ. א מצוה זאל מיר אביסל מער פרייליך מאכן.

דאס איז א ירושה אין דיר

אבער אפשר טראכט א מענטש:

דאס זענען דאך הייליגע צדיקים. פון וואו זאל איך נעמען אזא אהבה?

איך בין פארנומען מיט פרנסה, מיטן שטוב, מיט אלע טרדות. אמאל זיץ איך שוין ביים לימוד, און מיין קאפ איז נאך ערגעץ אנדערש.

ווי קומט מען פון דארט צו אזא בענקעניש?

דער בעל התניא אליין געבט אונז א געוואלדיגע חיזוק.

ער לערנט אונז (תניא פרק י״ח), אז אין יעדן אידישן הארץ איז דא:

״אהבה מסותרת שבלב כללות ישראל, שהיא ירושה לנו מאבותינו״.

א באהאלטענע ליבשאפט צום אייבערשטן.

א ירושה פון אברהם, יצחק און יעקב.

דאס איז א ידיעה וואס קען מאכן ליכטיג אין הארץ.

דער שורש איז שוין דא. אין מיין נשמה איז דא א כוח וואס בענקט צום אייבערשטן.

אפשר איז עס צוגעדעקט מיט געוואוינהייט. מיט מידקייט. מיטן גאנצן לויפעניש פונעם טאג.

אבער די ירושה איז נישט פארלוירן געווארן.

ווען איך פרוביר זיך צו דערוועקן פארן דאווענען, ארבעט איך מיט א כוח וואס ליגט שוין אין מיר.

ווען איך בעט אויף אהבת ה׳, בעט איך אז די הייליגע ירושה פון מיינע אבות זאל זיך אנטפלעקן אין מיין לעבן.

איך בין דאך א קינד פון אברהם אבינו!

״וזה אות לבניו״

קוקט ווי דער אור החיים הקדוש אליין פירט אונז ווייטער.

נאך דעם וואס ער שילדערט די שמחה פון אברהם אבינו, זאגט ער: ״וזה אות לבניו״.

עס ווייזט אויף די קינדער, אויף זייער חשק צו תורה און מצוות.

און ער ברענגט בן עזאי, וואס האט געזאגט:

״ומה אעשה ונפשי חשקה בתורה״.

זיין נשמה האט אזוי געבענקט צו תורה, אז אפילו דער טיפער חשק אויף קינדער האט זיך צוריקגעצויגן אין פארגלייך דערצו.

דא קומט ווידער דער יסוד: ״לכלום בערך שמחתו״.

ווען די נשמה שפירט אזא זיסקייט, באקומען אנדערע רצונות אן אנדערן וואג.

מיר זענען נישט אויף דער מדרגה פון בן עזאי. אבער דער שורש פון אהבה צום אייבערשטן איז א ירושה פאר יעדן איד.

און דערפאר מעגן מיר בעטן: רבונו של עולם, לאז אויך מיין הארץ זיך אויפוועקן צו דיין תורה. געב מיר א חלק אין דער הייליגער אהבה.

די שכינה איז מיט דיר ביים טיש

וואו הייבט מען אן?

חז״ל זאגן (ברכות ו.): ״ומנין שאפילו אחד שיושב ועוסק בתורה ששכינה עמו״.

אפילו איין איד וואס זיצט און לערנט תורה - די שכינה איז מיט אים.

לאמיר עס אריינברענגען אין אונזער אייגענעם טאג.

א איד זיצט אין אפיס. ער האט אסאך ארבעט. ער מאכט זיך פריי פאר אפאר מינוט און זעצט זיך לערנען מיט א חברותא, אדער אליין.

חז״ל זאגן אונז: די שכינה איז דא.

יא, אויך דא איז דער אייבערשטער מיט מיר, "שכינה עמו", מען קען זיך מקשר זיין צו אברהם אבינו וואס עס איז געווען "ה' הַנִּרְאֶה אֵּלָיו".

די ווערטער זענען געזאגט געווארן אויך אויף דעם לימוד. אויך אויף די אפאר מינוט וואס דער איד האט זיך ארויסגעריסן פונעם ארבעטסטאג.

אה, וואס פאר א אהבה, וואס פאר א שמחה ליגט דא!

מען דארף נישט קודם שפירן א געוואלדיגע התלהבות כדי צו גלייבן אין די ווערטער פון חז״ל.

מען דארף עס גלייבן כפשוטו, אזוי איז עס, איך גלייב.

דערצו קען מען מיט אביסל התבוננות, דאס אריינברענגען אין הארץ.

טראכטן מיט א פשטות: איך לערן יעצט דעם אייבערשטנ׳ס תורה. די שכינה איז מיט מיר.

דערנאך הייבט מען אן לערנען אביסל די ווערטער פון תורה, מען עפנט א ספר, מען פרובירט פארשטיין די שורה, מען הערט צו דעם חברותא, מען פרעגט און מען טראכט.

אבער מען ווייסט אביסל מער ווי טייער דער לימוד איז.

אביסל צוגרייטן דאס הארץ

אמאל זיצט דער מענטש שוין ביים טיש, אבער אינעווייניג לויפט ער נאך.

דער קאפ איז ביי די ארבעט. ביי דעם וואס מען דארף נאך ערלעדיגן. ביי דעם וואס מען האט פריער געהערט.

דא קען א קליינע הכנה אסאך העלפן.

מען שטעלט זיך אפ פאר אפאר סעקונדעס און מען טראכט:

דער אייבערשטער האט מיר יעצט געגעבן צייט צו לערנען זיין תורה. לאמיר די מינוטן אביסל שעצן.

מען קען אויך שטיל בעטן:

רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל גלייבן אז "שכינה עמו," איך זאל גלייבן אז דו ביסט דא מיט מיר, און איך זאל דערהערן אז אט דאס אליין איז די זיססטע און פרייליכסטע זאך אויף דער וועלט.

מען דארף נישט אונטערזוכן יעדע מינוט צי מען שפירט שוין עפעס.

מען לערנט. מען טוט וואס מען דארף. אבער מען קומט צום לימוד מיט אמונה, מיט א קליינער הכנה און מיט א בקשה.

אזוי קען די באהאלטענע אהבה אנהייבן באקומען אן אויסדרוק אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן.

״אתה״ - איך רעד צו דיר

אויך ביים דאווענען לערנען אונז חז״ל (סנהדרין כב.): ״המתפלל צריך שיראה עצמו כאילו שכינה כנגדו״. דער מענטש שטעלט זיך שמונה עשרה. פאר וועמען שטיי איך יעצט? ער זאגט: ״ברוך אתה ה׳״. די ווערטער זענען אונז אזוי באקאנט, אז מען קען דורכגיין דערביי אן אריינטראכטן. אבער לאמיר א רגע הערן דאס ווארט: ״אתה״. רבונו של עולם, איך רעד צו דיר. דו ווייסט וואס גייט דורך אויף מיר. דו פארשטייסט אויך וואס איך קען נישט גוט מסביר זיין. איך קען פאר דיר עפענען מיין הארץ.

א מענטש קען אמאל טראגן מיט זיך א שוועריקייט און נישט וויסן פאר וועמען זיך אויסצורעדן.

און דא שטעלט ער זיך פארן אייבערשטן. ער דארף זיך נישט שעמען פון זיין צעבראכן הארץ. ער מעג בעטן אויף וואס עס פעלט אים.

ווען מען כאפט דאס אביסל, קען די תפילה באקומען אן אנדערן טעם.

מען זאגט די זעלבע ווערטער, אבער מען דערמאנט זיך צו וועמען מען רעדט.

אויך אין א ברכה קען מען דאס ארייננעמען. אויך אין א קאפיטל תהילים.

וויפיל מאל אין טאג געבט אונז דער אייבערשטער א געלעגנהייט זיך צו ווענדן צו אים, און גלייבן אז מיר שטייען פאר אים און ער הערט אונז צו!

פון דער שמחה נעמט מען כוח קעגן דעם יצר

און יעצט קומען מיר צוריק צו די הייליגע ווערטער פונעם אור החיים הקדוש:

״והוא לא החשיב בשורת ב׳ מעלות טובות לכלום בערך שמחתו בגילוי שכינתו יתברך אליו״.

דא ליגט אויך א געוואלדיגע הילף אין דער מלחמה מיטן יצר.

דער יצר קומט צום מענטש מיט א הבטחה פון הנאה.

דא וועסטו האבן חיות. דאס וועט דיר אנפילן. נעם נאך אביסל, קוק אהין, לויף נאך יענער זאך.

דאס הארץ זוכט דאך א טעם אין לעבן. און דער יצר פרובירט אים צו ווייזן וואו ער וועט דאס טרעפן.

אבער דער אור החיים אנטפלעקט אונז א העכערע זיסקייט.

קרבת ה׳ קען ברענגען אזא גרויסע שמחה, אז אפילו די בשורה אויף קינדער און ארץ ישראל ווערט ״לכלום בערך שמחתו״.

אויב אזעלכע טייערע טובות ווערן קליין אין פארגלייך דערצו - וואס איז דען די הנאה וואס דער יצר האלט מיר פאר?

ווי קליין קענען זיי ווערן ווען דאס הארץ שפירט א טעם אין דער קרבה צום אייבערשטן!

ווען דאס הארץ איז זאט פון קרבת השם, " שֹּבַע ךׂשְמָחֹות אֶת פָנֶי", איז מען נישט הונגעריג אויף עפעס אנדערש.

דערפאר בעטן מיר אויף דער נעימות אליין.

רבונו של עולם, געב מיין הארץ א הייליגע חיות. לאז מיר טועם זיין דיין תורה און דיין קרבה, אז איך זאל האבן כוח אפצולאזן וואס ציט מיך אוועק פון דיר.

א טעם וואס מען וויל צוריקגעפינען

מיר זענען נאך נישט אויף דער מדרגה פון אברהם אבינו. א נסיון קען בלייבן שווער אויך נאך א ווארעמען דאווענען און א געשמאקן בלאט גמרא.

אבער עס קען געבן כוח.

דער מענטש געדענקט א תפילה אין וועלכער ער האט זיך אויסגערעדט. ער געדענקט ווי גוט עס איז אים געווען צו לערנען מיט א רואיגן קאפ און מיטן הארץ.

ער האט שוין אביסל טועם געווען די קרבת השם וואס זיין נשמה זוכט.

ווען דער יצר קומט מיט אן אנדער הנאה, קען ער בעטן:

רבונו של עולם, העלף מיר. איך וויל צוריקקומען צו דער זיסקייט וואס איך האב געשפירט ביי דיר.

און אפילו ווען מען האט א שווערע מינוט, איז די ירושה נאך דא. מען קען זיך ווידער ווענדן צום אייבערשטן און אנהייבן פון פריש.

די אהבה צום אייבערשטן קען ווערן א כוח וואס העלפט דעם מענטש אין זיין מלחמה.

א בקשה פון טיפן הארץ

לאמיר אליין בעטן אויף דעם:

רבונו של עולם, מיין טאטע, מיין קעניג, מיין גאט! דו האסט אונז מגלה געווען דורך דיינע הייליגע צדיקים, אז מען קען זיך פרייען מיט דיין קרבה מער פון אלע שמחות אויף דער וועלט.

האב רחמנות אויף מיר, לאז מיר אויך טועם זיין פון דער נעימות. " זאל מיר זעטיגן, דיין ליכטיגע פנים וואס דו באווייזט מיר ווען איך ווענד זיך צו דיר.

ך שֹּבַע שְמָחֹות אֶת פָנֶי", דאס

״טַעֲמו ורְאו כִּי טֹוב ה׳״. מאך מיר זיס דיין תורה. געב מיר א ווארעם הארץ אין תפילה. העלף מיר אז עס זאל מיר זיין געשמאק צו זיין נאנט צו דיר, איך זאל נישט זוכן קיין חיות און הנאה אין זאכן וואס דערווייטערן מיך פון דיר.

איך בין דאך דיין קינד. די ברענענדיגע פייערדיגע ליבשאפט פון אברהם אבינו ליגט דאך אויך אין מיין נשמה. וועק אויף מיין הארץ תְעֹורֵּר לִּבִּי ךלְאַהֲבָת, מיין ליבער טאטע. העלף מיר זיך צו פרייען מיט מיין נאנטקייט צו דיר.

דאס איז א בקשה וואס מען קען מיטנעמען אין טאג.

פארן לערנען, פארן דאווענען, אדער ווען מען דארף הילף קעגן א נסיון.

און ווען מען האט נישט קיין כוח פאר לאנגע ווערטער, קען מען בעטן קורץ:

טאטע, העלף מיר איך זאל שפירן ווי גוט עס איז צו זיין נאנט צו דיר.

די ירושה זאל אנהייבן שיינען

לאמיר אויסקלייבן איין זאך א טאג.

איין לימוד, איין ברכה, איין קאפיטל תהילים.

זיך אביסל צוגרייטן. גלייבן וואס חז״ל זאגן, אז די שכינה איז מיט מיר ביים לערנען, און ביים דאווענען שטיי איך פארן אייבערשטן.

און דערהערן אז אט די נאנטקייט וואס מיר האבן צום אייבערשטן בשעת ווען מיר שטייען פאר אים, אט אין דער נאנטקייט ליגט די געוואלדיגע שמחה פון וועלכער די צדיקים האבן אונז דערציילט.

מיר דארפן נישט קודם פארשטיין אלע מדרגות פון די צדיקים.

מיר קענען אנהייבן מיט דעם וואס מיר ווייסן: דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תורה און מצוות, און אין אונזער נשמה ליגט א ירושה פון אהבה צו אים.

און די הייליגע ווערטער פונעם אור החיים זאלן אונז ווייטער באגלייטן:

" וְהוא לֹּא הֶחְשִּיב בְׂשֹורַת ב׳ מַעֲלֹות טֹובֹות לִּכְלום בְעֵּר ך שִּמְחָת ו בְגִּּלוי שְכִּינָת ו יִּתְבָר ך אֵּלָיו."

אברהם אבינו האט געלעבט מיט אזא שמחה מיטן אייבערשטן.

מיר זענען זיינע קינדער.

רבונו של עולם, וועק אויף אין אונז די הייליגע ירושה. לאז אונז אויך טועם זיין ווי גוט עס איז צו זיין נאנט צו דיר.

״וַאֲנִּי קִּרֲבַת אֱֹלהִּים לִּי טֹוב״.