טון דעם רצון השם אן קיין חשבונות...
וַיֵּלֶךְ אַבְרָם כַאֲשֶר דִּבֶר אֵּלָיו ה' וַיֵּלֶךְ אִּתוֹ לוֹט וְאַבְרָם בֶן חָמֵּש שָנִּים וְשִּבְעִּים שָנָה בְצֵּאתו מֵּחָרָן: (בראשיתי"ב ד')
די וואכעדיגע פרשה דערציילט אונז ווי אזוי דער אייבערשטער האט אויסגעפרואווט אברהם אבינו מיט א שווערן נסיון און אים געזאגט, "לך לך מארצךוממולדתך ומבית אביך"–גיי ארויס פון דיין לאנד, פון דעם פלאץ וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, פון דיין טאטע'ס הויז, און הייב אן א לעבן פון דאס ניי.
לכבוד דעם, האט דער באשעפער אים צוגעזאגט א געוואלדיגע שכר: ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך – דו וועסט זוכה זיין צו פיל קינדער און עשירות, איך וועל גרויס מאכן דיין נאמען אויף די וועלט און נאך פיל ברכות וואס ווערן אויסגערעכנט ווייטער אין די פסוקים.
שטייט אין פסוק ווייטער: וילך אברם כאשר דבר אליו ה'. אברהם אבינו איז טאקע ארויסגעגאנגען אזוי ווי דער אייבערשטער האט אים באפוילן.
פרעגט דער אור החיים הקדוש: לכאורה זעט דער פסוק אויס איבריג, ווייל גלייך אינעם קומענדיגן פסוק (פסוק ה') שטייט שוין ויקח אברם את שרי אשתו - אברהם אבינו האט גענומען זיין פרוי שרה, ויצאו ללכת - און זיי זענען ארויסגעגאנגען פונעם לאנד. אויב אזוי, וואס קומט אונז דער פריערדיגע פסוק לערנען?
טון דעם רצון השם אן קיין חשבונות...
ענטפערט דער אור החיים הקדוש: דער פסוק קומט פארענטפערן א געוואלדיגע קשיא וואס מענטשן קענען פרעגן: וואס איז געווען די מורא'דיגע גרויסקייט פון אברהם אבינו'ס נסיון? ער האט דאך קלאר געהערט פונעם אייבערשטען אליין וואס האט אים באפוילן דירעקט, ובפרט ווען עס קומט נאך מיט א צוזאג פאר אזעלכע גרויסע ברכות, אודאי האט ער געפאלגט ארויסגעגאנגען פון זיין לאנד. ווער וואלט דען נישט געטוהן אזוי, אויב דער באשעפער אליין זאגט צו פאר א מענטש אזעלכע ריזיגע ברכות, וואלט דען נישט אפילו דער שוואכסטער איד געטון פונקט דיזעלבע?וואס איז די גרויסקייט?!
זאגט דער אור החיים הקדוש: דער פסוק וויל אונז דא לאזן הערן אז נישט אזוי, אברהם אבינו האט נישט געפאלגט דעם אייבערשטען צוליב די ברכות און הבטחות, נאר "כאשר דבר אליו ה'" – פשוט ווייל דער באשעפער האט אים אזוי געהייסן. דאס איז געווען זיין גאנצע כוונה.
זאגט דער אור החיים הקדוש: ווען מען איז מדייק אין די ווערטער, זעט מען אז דער פסוק ניצט א לשון פון "דיבור" – כאשר דבר אליו ה', און נישט "כאשר אמר", ווי די פרשה הייבט זיך אן – ויאמר ה' אל אברם. לכאורה וואלט דאך מער געפאסט עס זאל שטיין 'כאשר אמר אליו ה''.
נאר עס איז באקאנט דער כלל אז "אמירה" איז א ווייכע לשון און "דיבור" איז א שטרענגערע לשון. דערפאר, אנהייב פרשה וואס דעמאלטס האט אים דער באשעפער צוגעזאגט אלע גוטע ברכות,שטייט "ויאמר", א ווייכע לשון.אבער ווען עס קומט צום אויספירן דעם ציווי, שטייט שוין "כאשר דבר", א שטרענגע לשון, א לשון פון א באפעל, צו לאזן הערן אז אברהם אבינו איז ארויסגעגאנגען בלויז ווייל דער באשעפער האט אים באפוילן, און נישט צולויב קיין שום אנדערע חשבונות.
דעם
אייבערשטען
און
איז
אברהם אבינו טוט דעם רצון השם אפי' עס קען זיין אז ער גייט נישט באקומען דעם שכר...
דער ספר "ערבי נחל" ברענגט נאך דעם שטיקל פונעם אור החיים הקדוש אין לייגט צו א געוואלדיגע חידוש: דער אור החיים הקדוש איז מבאר פריער אין פסוק אויף די ווערטער מארצך וממולדתך ומבית אביך, דער באשעפער האט באפוילן אברהם אבינו אז ער זאל ארויסגיין אינגאנצן אליין אן קיינעם, אפילו נישט מיט זיין משפחה, און נאר דעמאלטס וועט ער זוכה זיין צו די ברכות. למעשה זעט מען אז לוט איז יא מיטגעקומען מיט אים. (דער אור החיים הקדוש איז דאס מסביר מיט צוויי סברות: אברהם אבינו האט נישט פארשטאנען אז דאס איז א חלק פונעם ציווי, אדער האט ער זיך פשוט נישט געקענט ארויסדרייען פון אים.) קומט אויס, אז ווען אברהם אבינו איז ארויסגעגאנגען, האט ער געהאלטן אז עס איז מעגליך אז ער גייט פארלירן די ברכות ווייל ער האט מיטגענומען איינעם פון זיין משפחה און טראץ דעם איז ער נאך אלץ געגאנגען. פארוואס? ווייל אברהם אבינו וויל פשוט טון דעם רצון השם אן קיין חשבונות.
די שמחה פון זיין נאנט צום באשעפער וועגט איבער סיי וועלכע אנדערע שמחה...
דעם זעלבע געדאנק זאגט דער אור החיים הקדוש ווייטער אויף פסוק ז'. נאך וואס אברהם אבינו איז אנקומען קיין ארץ ישראל, האט דער באשעפער זיך באוויזן צו אים און אים מבשר געווען אז "לזרעך אתן את הארץ הזאת" – איך וועל געבן דאס לאנד פאר דיינע קינדער. די בשורה פאר אברהם איז נישט געווען א פשוטע בשורה, נאר צוויי ריזיגע בשורות: איינס אז ער וועט האבן קינדער, און צווייטנס אז זיי וועלן באקומען ארץ ישראל. לכאורה וואלט דאך אברהם געדארפט זיין פרייליך ביז גאר, און לויבן און דאנקן פאר דאס וואס ער גייט באקומען...
שטייט גלייך דערנאך: ויבן שם מזבח לה' הנראה אליו – אברהם אבינו האט אויפגעשטעלט א מזבח פאר'ן באשעפער וואס האט זיך צו אים באוויזן.
זאגט דער אור החיים הקדוש: דער פסוק לערנט אונז די געוואלדיגע גרויסקייט פון אברהם אבינו. כאטש וואס ער האט יעצט באקומען צוויי געוואלדיגע גרויסע בשורות, איז דאס נישט געווען זיין עיקר שמחה, נאר ער האט זיךאסאךמער געפריידט מיטדעםפאקטאז דער באשעפער האט זיך באוויזן צו אים, מער ווי מיט די צוויי גרויסע בשורות. די גאנצע שמחה פון די קינדער און ארץ ישראל איז געווען גארנישטפאר אים אנטקעגן די געוואלדיגע שמחה פון קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. און דאס איז געווען דער סיבה פארוואס ער האט געבויט דעם מזבח און געדאנקט לה' הנראה אליו – אויף דעם וואס דער באשעפער האט זיך באוויזן צו אים,און נישט ווייל ער גייט האבן קינדער, ארץ ישראל וכדו', ווייל די שמחה פון זיין נאנט מיטן באשעפער וועגט איבער סיי וועלכע שמחה.
א לעקציע פאר אונז אין עבודת השם
דעם אט דער שטיקל איז פאר אונז א געוואלדיגע יסוד אין לעבן, וויסן און לערנען אז צדיקים און ערליכע אידן וואס זענען נאנט צום באשעפער, שפירן א מורא'דיגע נאנטקייט און זיסקייט אין זיין נאנט צום אייבערשטן, אז דאס וועגט איבער און איז אסאך מער ווערד פון אלע תענוגים פון די וועלט. זיי זענען גרייט אלעס אין דער וועלט אויפצוגעבן, אן עיקר זיין נאנט מיטן אייבערשטער.
און טאקע דערפאר, איז אברהם אבינו ארויסגעגאנגען פון זיין לאנד, בלויז ווייל דער באשעפער האט אים אזוי געהייסן און נישט וועגן קיין שום גשמיות'דיגע הבטחות וואס ער גייט באקומען, ווייל דאס אלעס איז נאר א טפל אנטקעגן די גרויסע הנאה פון קענען טון דעם רצון השם און זיין נאנט צו אים.
אויספיר: אמת, מיר האלטן טאקע נישט אויףאזאהויכע מדריגה פון אברהם אבינו און מיר לאזן יא אביסל די גשמיות'דיגע זאכן ווי געלט אדער איבערנעמען. פארט אבער, דארף יעדער איד, אויף זיין מדריגה, וויסן און פרובירן זיך אויפצוהייבן און ארבעטן אויף זיך צו וועלן זיין ווי
אנדערע
באדערפענישן
אונז
נענטער מיטן אייבערשטען... ובפרט ווען עס קומט צו טוהן מצות, לאמיר אריינטראכטן אין דעם גרויסן שכר וואס ווארט אונז אפ אויף יענע וועלט ווען מיר וועלן זיצן במחציתו של הקב"ה און נהנה זיין מזיו השכונה. פארוואס באקומען מיר אזא געוואלדיגע זאך, להיכנס אל הקודש פנימה? ווייל יעדעס מאל וואס מיר טוען דעם רצון ה', פארשאפן מיר פאר'ן אייבערשטען א געוואלדיגע נחת רוח. נו, אזא איינער וואס פרובירט כסדר אויף די וועלט צו זיין נאנט מיט קודב"ה, וועט אודאי זוכה זיין דארט אויף יענע וועלט ליהנות מזיו כבודו...
מיר טארן נישט נתפעל ווערן פון קליינע גשמיות'דיגע זאכן, ווייל וואספארא הנאה איז דאס קעגן דעם געוואלדיגע און אמת'ע הנאה וואס ווארט אונז אפ, בזה ובבא?!
לאמיר זיך טאקע מחזק זיין און אריינלייגן מער כוחות אין עבודת השם, און אים דינען מיט'ן גאנצן הארץ און מחשבה.