וְהֶאֱמִן בַּה' וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה
אַבְרָהָם אָבִינוּ בַּאלַייכְט דִי וֶועלְט * הִכִּיר אֶת בּוֹרְאוֹ * אַבְרָהָם אָבִינוּ - אוּנְזֶער טַאטֶע * מִיר דַארְפְן צִיעְן דֶעם קֵייט * קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן * אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה * אֲפִלּוּ בְּהַסְתָּרָה
אַבְרָהָם אָבִינוּ בַּאלַייכְט דִי וֶועלְט
דִי גְּמָרָא (עבודה זרה ט.) זָאגְט, דִי וֶועלְט אִיז צַאמְגֶעשְׁטֶעלְט פוּן זֶעקְס טוֹיזְנְט יָאר, שְׁנֵי אֲלָפִים תֹּהוּ, דִי עֶרְשְׁטֶער צְווֵיי טוֹיזְנְט יָאר – וָואס דָאס אִיז גֶעוֶוען דִי צֶען דּוֹרוֹת פוּן אָדָם הָרִאשׁוֹן בִּיז נֹחַ, אוּן דִי צֶען דּוֹרוֹת פוּן נֹחַ בִּיז אַבְרָהָם – אִיז דִי וֶועלְט גֶעוֶוען לֵיידִיג אוּן וִוּסְט. דָאס וָואס חַזַ"ל רוּפְן דִי עֶרְשְׁטֶער צְווֵיי טוֹיזְנְט יָאר וִוּסְט אוּן לֵיידִיג, מֵיינְט אוֹיךְ אַז דִי וֶועלְט אִיז גֶעוֶוען לֵיידִיג פוּן עֶרְלִיכְקֵייט אוּן אָנְגֶעפִילְט מִיט פַארְדָארְבֶּנְקֵייט.
אָנְגֶעהוֹיבְּן הָאט זִיךְ עֶס פוּן דִי דּוֹר הַמַּבּוּל, וָואס הָאבְּן גֶעזִינְדִיגְט אִין הקב"ה, דֶערְנָאךְ דִי דּוֹר הַפְלָגָה וָואס הָאבְּן וִוידֶערְגֶעשְׁפֶּענִיגְט אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט זִיךְ קְרִיגְן אוּן קֶעגְן שְׁטֶעלְן מִיט דֶער בַּאשֶׁעפֶער וָואס פִירְט דִי וֶועלְט, בִּיז עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַ צַיְיט וָואס דִי גַאנְצֶע הָארִיזָאנְט הָאט גֶעדִינְט עֲבוֹדָה זָרָה, אוּן זֵייעֶרֶע גֶעטְקֶעס, עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען וֶוער עֶס זָאל מְקַדֵּשׁ זַיין דֶעם נָאמֶען פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דִי וֶועלְט אִיז לֵיידֶער גֶעוֶוען לֵיידִיג אוּן פּוּסְט.
דִי מִדְרָשׁ (בראשית רבה פרשה ב סימן ג) דָּרְשְׁ'נְט דִי פָּסוּק (א ב) וְהָאָרֶץ הָיְתָה תֹהוּ וָבֹהוּ וְחֹשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְהוֹם, זָאגְט דִי מִדְרָשׁ, תֹּהוּ גֵייט אַרוֹיף אוֹיף אָדָם הָרִאשׁוֹן, בֹּהוּ מֵיינְט קַיִן, חֹשֶׁךְ מֵיינְט דִי דּוֹר אֱנוֹשׁ, אוּן עַל פְּנֵי תְהוֹם אִיז דִי דּוֹר מַבּוּל. זָאגְט דִי מִדְרָשׁ אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַד מָתַי יְהֵא הָעוֹלָם מִתְנַהֵג בָּאֲפֵלָה, דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעזָאגְט "נָאךְ וִוילַאנְג וֶועט דֶער וֶועלְט אָנְגֵיין מִיט אַזָא טוּנְקְלְקֵייט, מִיט אַזֶעלְכֶע סָארְט מֶענְטְשְׁען וָואס פִירְן זִיךְ אוֹיף שְׁלֶעכְט" תָּבוֹא הָאוֹרָה, זָאל שׁוֹין אוֹיפְשַׁיְינֶען דִי לִיכְטִיגְקֵייט וָואס זָאל בַּאשַׁיְינֶען דִי וֶועלְט, וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים יְהִי אוֹר, דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעזָאגְט עֶס זָאל שׁוֹין וֶוערְן לִיכְטִיג, זָאגְט דִי מִדְרָשׁ אַז דָאס גֵייט אַרוֹיף אוֹיף אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.ה
הִכִּיר אֶת בּוֹרְאוֹ
אַבְרָהָם אָבִינוּ אִיז גֶעזֶעצְן אוּן גֶעטְרַאכְט; וֶוער הָאט בַּאשָׁאפְן דִי וֶועלְט? וֶוער מַאכְט דִי אַלֶע גְרָאזְן אוּן גְרִינְצַיְיגְן וַואקְסֶען? וֶוער מַאכְט לִיכְטִיג אוּן טוּנְקְל? וֶוער מַאכְט שַׁיְינֶען דִי זוּן? וֶוער מַאכְט אַז עֶס זָאל זִיךְ דְרֵייעֶן אַרוּם דִי וֶועלְט? אָט דִי אַלֶע פְרַאגֶעס אוּן נָאךְ, הָאבְּן אִים נָאכַאנַאנְד גֶעבָּאדֶערְט, עֶר הָאט גֶעוָואלְט וִויסְן וֶוער הָאט בַּאשָׁאפְן דִי וֶועלְט, וֶוער אִיז דֶער אֱמֶת'ע בַּעַל הַבַּיִת וָואס צוּ אִים גֶעהֶערְט דִי וֶועלְט אוּן פַאר וֶועמֶען דַארְף מֶען אָפּגֶעבְּן דִי רִיכְטִיגֶע כָּבוֹד, בִּיז עֶס הָאט אוֹיפְגֶעשַׁיְינְט דִי לִיכְטִיגְקֵייט אוּן בַּיי דִי דְרַייו יָאר אַלְט הָאט עֶר שׁוֹין פוּן זִיךְ אַלַיִין אֵיינְגֶעזֶען אַז עֶס מוּז דָאךְ זַיין אַז עֶס אִיז דָא אַ בַּאשֶׁעפֶער וָואס פִירְט דֶער גַאנְצֶע וֶועלְט לַה' הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ, אוּן דֶער גְרוֹיסֶע בַּאשֶׁעפֶער אִיז דֶער מַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, אוּן מֶען דַארְף אִים פָאלְגְן אוּן טוּן וָואס עֶר בַּאפֶעלְט, אוּן נָאר אִים דַארְף מֶען דִינֶען.ז
אוּן אַזוֹי הָאט עֶר אַרַיין גֶעבַּאקְן אִין זִיךְ אַ פֶעסְטֶע אֱמוּנָה, עֶר הָאט זִיךְ גֶעלָאזְט אַרַיין וַוארְפְן אִין קַאלֶעךְ-אוֹיווען, אוּן עֶר אִיז אַרוּם גֶעגַאנְגֶען פַארְשְׁפְרֵייטְן אֱמוּנָה בַּה'. אוּן וִוי דִי גְּמָרָא זָאגְט טַאקֶע אַז נָאכְדֶעם אִיז גֶעוֶוען שְׁנֵי אֲלָפִים תּוֹרָה, צְווֵיי טוֹיזְנְט יָאר וָואס דֶער וֶועלְט הָאט גֶעלַאכְטְן אוּן גֶעשַׁיְינְט פוּן דֶעם וָואס אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט אוֹיסְגֶעלֶערְנְט אַלֶע מֶענְטְשְׁען אַז עֶס אִיז בְּלוֹיז דָא אֵיין בַּאשֶׁעפֶער וָואס הָאט בַּאשָׁאפְן דִי וֶועלְט, אוּן נָאר דֶער בַּאשֶׁעפֶער פִירְט דֶער גַאנְצֶע וֶועלְט.ח
אַבְרָהָם אָבִינוּ - אוּנְזֶער טַאטֶע
אַבְרָהָם אָבִינוּ אִיז דֶער פוּנְדַאמֶענְט פוּן כְּלַל יִשְׂרָאֵל, דֶער עֶרְשְׁטֶער אִין דִי קֵייט פוּן דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים, עֶר הָאט אוּנְז אוֹיסְגֶעטְרָאטְן דִי וֶועג, עֶר הָאט אוּנְז אוֹיסְגֶעלֶערְנְט וָואס מֵיינְט אֱמוּנָה בַּה', וִוי אַ טַאטֶע וָואס שְׁטֶעלְט אוֹיס אַ קְלָארֶע וֶועג פַאר זַיינֶע קִינְדֶער, הָאט אַבְרָהָם אַוֶועק גֶעשְׁטֶעלְט דִי יְסוֹדוֹת פַאר כְּלַל יִשְׂרָאֵל, צוּ וִויסְן אוּן גְלֵייבְן אִינֶעם הֵיילִיגְן בַּאשֶׁעפֶער אִין יֶעדְן מַצַב אַלֶעמָאל אוּן אִיבֶּערְאַל.ט
נָאכְמֶער שְׁטֵייט אִין תּוֹסְפוֹת יוֹ"ט (אבות פרק ה משנה ג) דֶער סִבָּה פַארוָואס אַבְרָהָם וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן מִיט אַ צוּנָאמֶען 'אָבִינוּ – אוּנְזֶער טַאטֶע', וִויבַּאלְד מִיר טוּעֶן נָאךְ אַלְס גֶענִיסְן פוּן דֶעם וָואס אַבְרָהָם אָבִינוּ אִיז בַּייגֶעשְׁטַאנְען דִי צֶען נִסְיוֹנוֹת, וַוייל דּוּרְךְ דֶעם וָואס עֶר אִיז בַּייגֶעקוּמֶען דִי אַלֶע נִסְיוֹנוֹת, הָאבְּן מִיר אַ פַארְדִינְסְט.י
עֶס שְׁטֵייט אִין מִדְרָשׁ (בראשית רבה מב ח) אוֹיף דִי פָּסוּק (יד יג) וַיַּגֵּד לְאַבְרָם הָעִבְרִי, כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ מֵעֵבֶר אֶחָד, דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז גֶעשְׁטַאנְגֶען אוֹיף אֵיין זַייט, וְהוּא מֵעֵבֶר אֶחָד, אוּן אַבְרָהָם אִיז גֶעוֶוען דֶער אֵיינְצִיגְסְטֶער מֶענְטְשׁ וָואס אִיז גֶעגַאנְגֶען קֶעגְן אַלֶע מֶענְטְשְׁען, זַיין מִיסְיֶע פוּן אַרוּם גֵיין פַארְשְׁפְרֵייטְן אַז עֶס אִיז דָא אֵיין אֵיינְצִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף דִי וֶועלְט, הָאט עֶר גֶעטוּן מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ מַמָּשׁ, וִוי דֶער רַמְבַּ"ם (פרק א עבודה זרה הלכה ג) שְׁמוּעֶסְט אוֹיס דֶער גַאנְצֶע הִשְׁתַּלְשְׁלוּת וִוי אַבְרָהָם אָבִינוּ אִיז אַרוּם גֶעגַאנְגֶען אוּן אוֹיפְגֶעקְלֶערְט דִי מֶענְטְשְׁען אַז עֶס אִיז דָא אַ בַּאשֶׁעפֶער, דֶער רַמְבַּ"ם רוּפְט אָן אַבְרָהָם אָבִינוּ 'אֵיתָן' דָאס בַּאדַיְיט דֶער 'שְׁטַארְקֶער מֶענְטְשׁ' וָואס אִיז גֶעגַאנְגֶען אַקֶעגְן דִי שְׁטְרָאם פוּן דִי וֶועלְט.
מִיר דַארְפְן צִיעְן דֶעם קֵייט
אַפִלּוּ מִיר הַאלְטְן שׁוֹין אַסַאךְ דּוֹרוֹת וַוייטֶער, אָבֶּער בִּיזְן אִיצְטִיגְן טָאג לֶעבְּן מִיר מִיט דֶער אוֹיסְגֶעטְרָאטֶענֶעם וֶועג פוּן אוּנְזֶער פָאטֶער אַבְרָהָם, טְרָאץ וָואס דֶער וֶועלְט בּוּדְזְשֶׁעוֶועט מִיט פַארְשִׁידֶענֶע עֶרְלֵיי שִׁיטוֹת, אוּן עֶס פַארְקוֹיפְט זִיךְ אִין דִי גַאס גֶעדַאנְקֶען פוּן כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי... וָואס מִיטְן עֶרְשְׁטֶער בְּלִיק דֶערְקֶענְט זִיךְ נִישְׁט אַז דֶער רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם פִירְט דֶער וֶועלְט, אָבֶּער מִיט אַבִּיסְל הִתְבּוֹנְנוּת אוּן מַחֲשָׁבָה אִיז מֶען זִיךְ מְחַזֵּק מִיט אַ פֶעלְזְן פֶעסְטֶע אֱמוּנָה, אוּן מִיר מַאכְן זִיךְ נִישְׁט צוּ טוּן פוּן דִי בִּלְבּוּל הַמּוֹחוֹת וָואס דְרֵייט זִיךְ אַרוּם אִין דִי גַאס אוּן פוּן אַלֶע "גְרוֹיסֶע פִירֶער'ס", נָאר מִיר וִוייסְן אַז יֵשׁ מַנְהִיג לַבִּירָה, אוּן אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ פִּינְקְטְלִיכְן חֶשְׁבּוֹן.
אוּנְזֶער פְּלִיכְט הַיְינְט צוּ-טָאגְס אִיז, צוּ זִיכֶער מַאכְן אַז דִי גְרוֹיסֶע לִיכְטִיגְקֵייט וָואס אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט אַרָאפּ גֶעבְּרֶענְגְט אוֹיף דִי וֶועלְט, זָאל זִיךְ וַוייטֶער צִיעֶן אוּן זִיךְ וַוייטֶער אָנְהַאלְטְן, אַפִלּוּ וֶוען עֶס קוּמְט אָן שְׁוֶוער, בְּרוֹיכְן מִיר וַוייטֶער צִיעֶן דָאס קֵייט פוּן אֱמוּנָה, אוּן זִיךְ מְחַזֵּק אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס פָּאסִירְט אוֹיף דֶער וֶועלְט, קוּמְט פוּנֶעם בַּאשֶׁעפֶער אַלַיִין.
קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן
בִּפְרָט וֶוען מִיר הַאלְטְן בַּיי דִי פָּרָשִׁיוֹת פוּן אֱמוּנָה, דִי סְדָרוֹת וָואס רֶעדְט זִיךְ וֶועגְן אַבְרָהָם אָבִינוּ, אִיז דָאךְ דֶער פַּאסִיגֶע צַיְיט פוּן קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן, דֶער חִדּוּשֵׁי הָרִי"ם (לך לך ד"ה על השבת) הָאט גֶעזָאגְט וֶוען מֶען לֶערְנְט דֶער פָּרָשָׁה פוּן לֶךְ לְךָ אִיז דֶער בַּעַל הַשְּׁמוּעָה – אַבְרָהָם אָבִינוּ עוֹמֵד כְּנֶגְדּוֹ, אוּן עֶר בַּאלַייכְט אוּנְזֶער נְשָׁמָה, וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין יְרוּשַׁלְמִי (שקלים פ"ב ה"ה) יִרְאֶה בַּעַל הַשְּׁמוּעָה כְּאִלּוּ עוֹמֵד לְנֶגְדּוֹ, זַיין כֹּחַ פוּן בַּיישְׁטֵיין דִי צֶען נִסְיוֹנוֹת, זַיין כֹּחַ פוּן מְגַלֶּה זַיין דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער'ס נָאמֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט, דִי דָאזִיגֶע כֹּחַ שַׁיְינְט עֶר אַרַיין אִין אוּנְז וֶוען מִיר לֶערְנֶען דִי פָּרָשִׁיוֹת פוּן אַבְרָהָם אָבִינוּ.יא
ה דער חתם סופר ברענגט א מדרש אז אברהם אבינו איז געווען נ"ח שנים – אכט און פופציג יאר ווען נח איז נפטר געווארן. זאגט דער חתם סופר אז נח איז אוועק פון דער וועלט מיט א רוהיגע געפיל; ער האט געזען ווי ער האט אן אייניקל וואס האט ליכטיג געמאכט די וועלט, ער האט זוכה געווען אז עס איז ארויס געקומען פון אים אזא צדיק ווי אברהם אבינו. דער חתם סופר טייטש דאס אריין אין די פסוק (ו ט) אלה תולדות נח, דער עיקר תולדות פון נח איז געווען אז נ"ח אברהם אבינו וואס זיין יארגאנג איז געווען אכט און פופציג ווען נח איז נפטר געווארן, האט ער געהאט דער זכיה צו זען אן איש צדיק 'תמים' אזוי ווי די תורה זאגט אויף אברהם אבינו (יז א) התהלך לפני והיה 'תמים', וואס איז ארויס געקומען בדורותיו פון דער דורות פון נח, את האלקים התהלך נח אזוי האט נח געקענט אוועק גיין פון די וועלט, מיט גאר א גוטע געפיל, אז ער האט אן אייניקל וואס גייט אין זיינע וועגן.
ו עס איז דא עטליכע מדרשים ווי אלט אברהם אבינו איז געווען ווען ער האט מכיר געווען את בוראו, אין געוויסע מדרשים שטייט אז אברהם איז געווען אין די עלטער פון אכט און פערציג יאר ווען ער האט אנערקענט אז דער באשעפער פירט די וועלט.
ז עס איז כדאי צו ציטירן א שיינע רמז וואס ווערט געברענגט אין ספר 'ברכת פרץ' דער ווארט אבר"ם איז ראשי תיבות ראו מי ברא אלה – קוק ווער עס האט דאס באשאפן. באזירט אויף די פסוק (ישעיה מ כו) 'שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה' קוק ארויף צום הימל און זע ווער עס האט באשאפן די וועלט, וואס דאס איז געווען דער יסוד פון אברהם אבינו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די וועלט און אנערקענט אז דער באשעפער איז דער בעל הבירה!
ח הגם אז עס איז נאכנישט געווען 'זמן מתן תורה' אבער פון ווען אברהם האט אנגעהויבן משפיע צו זיין און פארשפרייטן אמונה, – זאגט די גמרא – אז פון דעמאלט ווערט שוין די וועלט אנגערופן 'שני אלפים תורה'.
ט דער שפת אמת (אבות פרק ה משנה יט) זאגט ווען איינער פאררעכט זיינע שלעכטע מדות, און ער פירט זיך אויף מיט ערליכער באשיידנע מדות, ווערט ער אנגערופן א תלמיד פון אברהם אבינו, פונקט ווי אברהם אבינו וואס ער האט אריין געלייגט כוחות, און ער איז בייגעקומען אלע שווערע נסיונות, פאר זיך און פאר די דורות ווייטער, – זאגט דער שפת אמת – ווען איינער וועט ארבעטן אויף זיינע מדות העלפט אים אברהם אבינו בייקומען זיינע נסיונות.
י אין משנה ב' וואו דער משנה רעכנט אויס די דורות פון נח ביז אברהם שטייט נישט 'אבינו', אבער באלד דערנאך ווען דער משנה רעדט וועגן דער נסיונות פון אברהם אבינו רופט דער משנה אברהם מיטן צונאמען 'אבינו'.
יא דער חוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט "פון זונטאג פרשת לך לך האב איך שוין געשפירט אן עקסטערע ליכטיגקייט, וויבאלד עס איז שוין אראפ געקומען דער השפעה פון אברהם אבינו, און דאס האט ליכטיג געמאכט דער וועלט".
אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה
בְּנוֹגֵעַ דֶּער תְּקוּפָה וָואס אַבְרָהָם אִיז אַרוּם גֶעגַאנְגֶען מַשְׁפִּיעַ זַיין אֱמוּנָה אִין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אִיז בַּאקַאנְט דִי מִדְרָשׁ וָואס גְלַייכְט דָאס צוּ מִיט אַ מָשָׁל: צוּ אַ מֶענְטְשׁ וָואס דְרֵייט זִיךְ אַרוּם אִין דִי גַאסְן, אוּן עֶר שְׁפַּאצִירְט פוּן אֵיין פְּלַאץ צוּם צְוֵוייטְן, אוּן עֶר בַּאמֶערְקְט וִוי אַ פַּאלַאץ אִיז אֵיינְגֶעהִילְט אִין אַ פַּייעֶר, עֶר וְואוּנְדֶערְט זִיךְ אוּן עֶר פְרֶעגְט "צוּ דֶען קֶען זַיין אַז אַ הוֹיז זָאל בְּרֶענֶען, אוּן עֶס אִיז נִישְׁטָא וֶוער עֶס זָאל זִיךְ אוּמְקוּקְן דֶערוֹיף?"
הֵצִיץ עָלָיו בַּעַל הַבִּירָה, בַּיים זַייט אִיז גֶעשְׁטַאנֶען דֶער אֵייגֶענְטוּמֶער פוּן דֶער פַּאלַאץ, אוּן עֶר הָאט אַ בְּלִיק גֶעטָאן אוֹיף דֶער דוּרְכְגֵייעֶר אוּן אִים בַּארוּהִיגְט "אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה, אִיךְ בִּין דֶער בַּעַל הַבַּיִת פוּן דֶער פַּאלַאץ, אוּן אִיךְ קוּק דָאס נָאךְ, אוּן אִיךְ זֶעה וָואוּ עֶס בְּרֶענְט אַ פַּייעֶר".
דֶער זֶעלְבֶּער – פִּירְט דֶער מִדְרָשׁ אוֹיס – אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט גֶעזֶען אַ וֶועלְט אָנְגֶעפִּילְט מִיט שְׁלֶעכְטֶע מֵיינוּנְגֶען, גְלוֹיבִּיגֶע אִין גֶעטְקֶעס, אַ 'בִּירָה דּוֹלֶקֶת' דֶער וֶועלְט בְּרֶענְט מִיט כְּפִירָה אוּן מִיט אַפִּיקוֹרְסוּת, הָאט עֶר גֶעפְרֶעגְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטֶען "וֶוער פִּירְט דֶער וֶועלְט?" הֵצִיץ עָלָיו בַּעַל הַבִּירָה, הָאט דֶער בַּאשֶׁעפֶער זִיךְ אַנְטְפְּלֶעקְט אוּן גֶעזָאגְט צוּ אַבְרָהָם אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה, אִיךְ בִּין דֶער בַּאשֶׁעפֶער אוּן אִיךְ פִּיר מַיין וֶועלְטְל אַזוֹי וִוי אִיךְ פַארְשְׁטֵיי.
דֶער שֵׁם מִשְּׁמוּאֵל פְרֶעגְט אַ קַשְׁיָא, אַבְרָהָם אִיז דָאךְ גֶעוֶוען דֶער גְרוֹיסֶע מַאֲמִין דֶער וָואס אִיז אַרוּם גֶעגַאנְגֶען אוֹיסְלֶערְנֶען אֱמוּנָה בַּה' צוּ אַלֶע פֶּעלְקֶער, דֶער וָואס הָאט לוֹחֵם גֶעוֶוען אוּן צוּבְּרָאכְן דִי עֲבוֹדָה זָרָה'ס, עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען אוּן זִיךְ גֶעלָאזְט אַרַיין וַוארְפְן אִינֶעם קַאלְךְ אוֹיווען, אוּן דֶער פֶעלְזְן פֶעסְטֶע אֱמוּנָה הָאט עֶר שׁוֹין גֶעהַאט אַלְץ קְלֵיין קִינְד בַּיים דְרֵיי יָאר אַלְט, אִיז וִוי קֶען זַיין אַז עֶר הָאט גֶעפְרֶעגְט "וֶוער פִּירְט דֶער וֶועלְט?" צוּ דֶען הָאט עֶר בִּכְלַל גֶעהַאט סְפֵקוֹת אִין אֱמוּנָה? נָאכְמֶער פְרֶעגְט דֶער שֵׁם מִשְּׁמוּאֵל, וֶוען דִי רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הָאט אִים גֶעעֶנְטְפֶערְט "אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה – אִיךְ בִּין דֶער וָואס פִּירְט דֶער וֶועלְט", אָבֶער זַיין פְרַאגֶע אִיז נָאכְנִישְׁט פַארֶענְטְפֶערְט גֶעוָוארְן, "פַארוָואס בְּרֶענְט דִי וֶועלְט?"
מֶען קֶען אֶפְשָׁר מַסְבִּיר זַיין, אַוַודַאי הָאט אַבְרָהָם אָבִינוּ גֶעגְלַייבְט אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קֵיין שׁוּם סָפֵק אַז דֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיז דֶער וָואס פִּירְט דֶער וֶועלְט, נָאר עֶר הָאט נִישְׁט פַארְשְׁטַאנֶען פַארוָואס דִי רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם לָאזְט צוּ אַז זַיין נָאמֶען זָאל וֶוערְן פַארְשְׁוֶועכְט, פַארוָואס דִי וֶועלְט אִיז אָנְגֶעפִּילְט מִיט עֲבוֹדָה זָרָה, אוּן פַארוָואס נֶעמְט זִיךְ דֶער בַּאשֶׁעפֶער נִישְׁט אָן אוֹיף זַיין נָאמֶען אַזוֹי וִוי עֶר הָאט גֶעטוּן מִיט דֶער דּוֹר הַמַּבּוּל אוּן בַּיי דִי דּוֹר הַפְלַגָה, פַארוָואס קֶען דֶער וֶועלְט יֶעצְט זַיין הֶפְקֵר?
אוּן אוֹיף דֶעם הָאט אִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא גֶעעֶנְטְפֶערְט "אֲנִי הוּא בַּעַל הַבִּירָה, אוֹיךְ יֶעצְט פִּיר אִיךְ דִי וֶועלְט, אוּן פוּנְקְט אַזוֹי וִויל אִיךְ אַז דֶער וֶועלְט זָאל וֶוערְן גֶעפִּירְט". דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט אַן עֶקְסְטֶערֶע נַחַת רוּחַ וֶוען מֶען זוּכְט אִים אִין דִי בַּאהֶעלְטֶענִישׁ, דֶער רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הָאט אַ פַארְגֶענִיגְן וֶוען מֶען דֶערְנֶענְטֶערְט זִיךְ צוּ אִים וֶוען מֶען אִיז אֵיינְגֶעהִילְט אִין דִי טוּנְקֶלְקֵייט, אַזוֹי וִוי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט טַאקֶע גֶעטוּן, עֶר הָאט גֶעזוּכְט אוּן גֶעדִינְט דֶעם בַּאשֶׁעפֶער, טְרָאץ דִי וֶועלְט אִיז גֶעוֶוען אָנְגֶעפִּילְט מִיט כְּפִירָה אוּן מִיט פַאלְשֶׁע דֵּעוֹת, פוּן אַזָא טוּנְקֶלְקֵייט שַׁיינְט אַרוֹיס דִי לִיכְט נָאךְ אַסַאךְ מֶער, אוּן דִי קִידּוּשׁ שֵׁם שָׁמַיִם אִיז אַסַאךְ מֶער, וִוי עֶס אִיז בַּאקַאנְט דִי וֶוערְטֶער פוּנֶעם זֹהַר הַקָּדוֹשׁ (זוהר חדש קפד א) לֵית נְהוֹרָא אֶלָּא הַהוּא דְנָפִיק מִגּוֹ חֲשׁוֹכָא, עֶס אִיז נִישְׁט דָא נָאךְ אַזָא לִיכְטִיגְקֵייט וָואס קוּמְט פוּן דִי טוּנְקֶלְקֵייט.יב
דֶער שְׂפַת אֱמֶת (תרל"ד) עֶרְקְלֶערְט אַז דָאס אִיז גֶעוֶוען דִי נִסָּיוֹן וָואס דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעפְּרוּאוּוְט אַבְרָהָם אָבִינוּ "לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וגו' גֵיי אַרוֹיס פוּן דַיין וָואוֹינָארְט אוּן גֵיי וָואוּ אִיךְ וֶועל דִיךְ זָאגְן", זָאגְט דֶער שְׂפַת אֱמֶת אַז דֶער נִסָּיוֹן דֶערְפוּן אִיז גֶעוֶוען: גֵיי אֲפִילוּ עֶס זֶעט אוֹיס טוּנְקֶל אוּן שְׁוֶוער, דּוּ וֵוייסְט נִישְׁט וָואוּ אַהִין דּוּ גֵייסט, אָבֶער זָאלְסְטוּ וִויסְן אַז אִיךְ קוּק אַרָאפּ אוֹיף דִיךְ אוּן אִיךְ בַּאשִׁיץ דִיךְ פוּן אוֹיבְן, אַבְרָהָם אִיז גֶעוֶוען אִין אַ מַצָּב וָואס עֶר הָאט נִישְׁט גֶעוָואוּסְט קְלָאר וָואוּ צוּ גֵיין, עֶר הָאט גֶעדַארְפְט זוּכְן דֶעם וֶועג, אָט דָאס אִיז גֶעוֶוען זַיין נִסָּיוֹן, אוּן דָאס הָאט דֶער רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם גֶעוָואלְט פוּן אִים.
אַבְרָהָם אִיז בַּייגֶעקוּמֶען דֶער נִסָּיוֹן וַוייל עֶר הָאט גֶעגְלַייבְט אִינֶעם בַּאשֶׁעפֶער אוּן עֶר הָאט גֶעוָואוּסְט אַז וָואוּ אִימֶער עֶר גֵייט נָאר אִיז דֶער בַּאשֶׁעפֶער מִיט אִים, אוּן דָאס אִיז דֶער לִימּוּד וָואס מִיר דַארְפְן אַרוֹיס נֶעמֶען דֶערְפוּן, אֲפִילוּ וֶוען עֶס אִיז טוּנְקֶל, דֶער בַּאשֶׁעפֶער וַוייזְט נִישְׁט דֶער קְלָארֶע וֶועג, דָאךְ דַארְף מֶען גֶЕДֶענְקֶען אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער קוּקְט אַרוֹיס פוּן זַיין שְׁפַּאלְט אוּן עֶר פַארְלָאזְט אוּנְז נִישְׁט פַאר קֵיין אֵיין רֶגַע.יג
יב תוספות אין פסחים (דח.) ברענגט אראפ א ירושלמי אז עס איז געווען פון די חכמים וואס זענען געווען באהאלטן אין א הייל, כאטש עס איז א גאנצע צייט געווען דארטן טונקל, אבער פארט האבן זיי דערקענט א חילוק צווישן נאכט און טאג, ווייל ביינאכט האט די פלאם פון די ליכט שטערקער געלאכטן ווי בייטאג.
יג הגאון ר' מאיר צוויבל שליט"א האט פארציילט א וואונדערליכער סיפור: א אינגל וואס האט זייער שטארק פארפירט אין כתה, די מלמדים און די קינדער האבן אים נישט געקענט פארנעמען, יעדן טאג איז דער אינגל געקומען מיט אן אנדערע מהלך ווי אזוי צו איבערדרייען די חדר, ביז דער טאטע האט געדארפט אפיר נעמען דאס קינד און אים שיקן צו א "דאקטאר" וואס זאל שמועסן מיט דעם קינד און זען ווי אזוי מען קען פועל'ן ביים קינד, אז ער זאל זיך עטוואס בארוהיגן און זיך אויפפירן וואויל צווישן די קינדער. נאך צוויי שעה וואס דער דאקטאר האט גערעדט מיט אים, האט ער געלאזט וויסן פאר די עלטערן, אז ביז צוויי טעג וועט ער שיקן די צעטלעך מיט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו באגיין מיט דעם קינד. פונקט יענעם טאג, האט דער באשעפער צוגעפירט אז דער טאטע פונעם קינד זאל פארלירן זיין פרנסה, דער מצב האט אויסגעזען שווער, ער וועט נישט האבן מער מיט וואס צו שפייזן זיין פאמיליע, אבער אפילו אין דער גרויסע הסתרה האט ער זיך מחזק געווען מיט אמונה, און געגלייבט אז כל מה דעביד רחמנא, וואס אימער דער באשעפער טוט, לטב עביד, איז גוט און עס איז זיכער נאר לטובה, און ער האט זיך געשטארקט אזוי ווי א איד דארף צו טון אין אזא געלעגנהייט. בהשגחה עליונה האט דער באשעפער ארויס געקוקט פון זיין שפאלטענעס, און אינעם זעלבען טאג האט ער באקומען א רוף פון א יוגנט-פריינד א גרויסער גביר וואס וואוינט אין שיקאגא, אז ער זאל אריבער קומען וואוינען אין שיקאגא און ער זאל אים ארויס העלפן מיט זיינע געשעפטן. באלד דערנאך האט ער געפאקט זיינע פעק, און ער האט מקיים געווען דעם לך לך מארצך, און ער האט געמאכט זיין רייזע קיין שיקאגא, דארט האט ער פארדינט שיין פרנסה, און צוביסלעך איז ער געווארן א שותף מיט זיין בעל הבית, אזוי איז ער געווארן א שטיקל גביר. ווי נאר דער "ווילדער" אינגל איז אנגעקומען קיין שיקאגא, האט ער באשלאסן מיט א פעסטע החלטה, אז ער גייט זיך בייטן, קיינער קען אים נאכנישט דא, און קיינער ווייסט נישט וואספארא אינגעל ער איז געווען ביז היינט, און מיט די הילף פון זיינע מלמדים איז ער געשטיגן און עס האט זיך דערקענט א שטארקער טויש אין זיין אויפפירונג, אז זיינע עלטערן האבן געשעפט אסאך אידיש נחת פון אים. עטליכע יאר זענען פארביי און דער ערשטער בעל הבית פון דער געשעפט איז געשטארבן, און דער שותף האט איבערגענומען דעם געשעפט מיט אלע פארצווייגטע איינצלהייטן. דער באשעפער האט אריין געלייגט א ברכה אין די געשעפטן, און די פארדינסטן האבן זיך שיין געהויבן, און ער איז געווארן א פארמעגליכער איד. ווען דער אינגעל איז עלטער געווארן און ער האט חתונה געהאט, איז ער געזעצן און געלערנט און צו דער זייט האט ער ארויס געהאלפן זיין טאטע מיט די געשעפטן. נאך א וויילע האט ער געענדיגט גאנץ "תלמוד בבלי" און ער האט זיך געגרייט צו פראווענען א סיום הש"ס! זיינע קינדער האבן אים געוואלט ארויס ווייזן עהרע און זייער גרויס שעצונג צו דעם טייערן מאמענט פון זאגן "הדרן עלך ש"ס" האבן זיי זיך באראטן אז זיי שענקען פאר זייער טאטע א טייערע מתנה. אבער זיי האבן נישט געקענט טרעפן א פאסיגע מתנה וואס זאל צופרידן שטעלן זייער טאטע. ביז זיי האבן זיך באראטן אז זיי וועלן פרעגן זייער טאטע זעלבסט, וועלכע מתנה ער וויל? ווען דער טאטע האט געזען אז זיי מיינען דאס ערנסט און זיי ווילן אים שענקען עפעס א ווערטפולע זאך, האט ער זיי פארציילט "אלס קינד בין איך געווען א "לעבעדיגע" קינד, און מען האט מיך געשיקט צו א "מומחה" אז ער זאל מיך געבן א מהלך און א מיטל ווי אזוי זיך צו באגיין, אבער א טאג דערויף בין איך שוין געווען אויפ'ן פליגער אויף די וועג קיין שיקאגא, און איך האב קיינמאל נישט באקומען דער באריכט פון יענעם "דאקטאר", אויב ענק ווילן מיך באמת א טובה טון, וואלט איך זייער הנאה געהאט צו זען דער באריכט וואס יענער האט אלס געשריבן אויף מיך בימים ההם" האט ער צוגעענדיגט זיינע ווערטער. די קינדער האבן זיך נישט געפוילט, און אפירגעזוכט אין די ארכיוון פון יענע "מומחה" און מיט גרויס מיה און מיט אסאך געלט האבן זיי ערלעדיגט צו באקומען דעם צעטל, אויף וועלכן עס איז געשטאנען דערויף ווי פאלגענד: "איך האב גערעדט מיט דעם אינגל פאר צוויי שעה, און איך האב געפונען אז ער איז קליני"ש גענצליך צודרייט, און איך קען נישט טרעפן קיין שום היילונגס מיטל, זיין התנהגות איז עפעס וואס מען קען נישט פאררעכטן, מיין שיטה איז אז מען זאל אים שיקן צו א משוגעים הויז, דאס איז דער איינציגער וועג אפצוהאלטן פון שטערן זיינע ארומיגע ווייל גארנישט אנדערש וועט אים קענען פארבעסערן". ווען דער טאטע האט דאס געזען, האט ער געוויזן פאר זיינע קינדער א לעבעדיגע מוסר השכל, אז קיין שום קינד איז קיינמאל נישט פארפאלן, און אפילו ווען עס זעט אויס ביטערליך שווער, דארף מען שטענדיג גלייבן אז דער באשעפער קוקט זיך צו פון אויבן און ער פירט דער מענטש אין די ריכטיגע וועגן.
אֲפִילוּ בְּהַסְתָּרָה
אֲפִילוּ וֶוען עֶס גֵייט שְׁוֶוער עֶס אִיז דָא אַן הַסְתָּרַת פָּנִים מְ'פַארְשְׁטֵייט נִישְׁט דִי חֶשְׁבּוֹנוֹת שָׁמַיִם, אָבֶער מֶען אַנֶערְקֶענְט אוּן מְ'וִוייטְס אַז דָאס אִיז אַ נִסָּיוֹן פוּן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אוּן עֶר עֶרְוַוארְט פוּן אוּנְז אַז מִיר זָאלְן אִים זוּכְן אִין דִי בַּאהֶעלְטֶענִישׁ, דָאס אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער פַארְגֶענִיגְן וָואס הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ הָאט פוּן אוּנְז אַז דַוְקָא אִין דֶער טוּנְקֶלְקֵייט וֶוען עֶס גֵייט שְׁוֶוער, אִיז מֶען זִיךְ מְחַזֵּק אִין אֱמוּנָה אוּן מִיר גְלַייבְן אַז גַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת, אֲפִילוּ וֶוען מִיר זֶענֶען טִיף אִין דִי פִינְסְטֶערְנִישׁ אִיז דֶער בַּאשֶׁעפֶער שְׁטֶענְדִיג מִיט אוּנְז, כִּי אַתָּה עִמָּדִי!יד
אֱמוּנָה אִיז אַ יְסוֹד וָואס מֶען דַארְף כְּסֵדֶר חַזֶרְ'ן אוּן לֶעבְּן דֶערְמִיט! מֶען זָאל נִישְׁט מֵיינֶען אַז אֵיינְמָאל מֶען אִיז שׁוֹין אַ מַאֲמִין אִיז מֶען שׁוֹין פַארְזִיכֶערְט, דִי מִשְׁנָה (אבות ב ד) זָאגְט אַל תַּאֲמִין בְּעַצְמְךָ עַד יוֹם מוֹתְךָ, גְלַייב נִישְׁט אִין דִיר, בִּיז'ן לֶעצְטְן טָאג פוּן דַיין לֶעבְּן, עֶס קֶען כְּסֵדֶר אוּנְטֶער-קוּמֶען שְׁוֶוערוּגְקֵייטְן אוּן נִסְיוֹנוֹת, מֶען דַארְף אֵייבִּיג שְׁטַייגְן וַוייטֶער אִין אֱמוּנָה, עֶס אִיז נִישְׁטָא קֵיין שִׁיעוּר אִין אֱמוּנָה, אֲפִילוּ מִיר זֶענֶען אַלֶע מַאֲמִינִים בְּנֵי מַאֲמִינִים, אָבֶער פָּארְט אִיז אֱמוּנָה אַ יְסוֹד וָואס מֶען דַארְף נָאכְאַנַאנְד אַרְבֶּעטְן דֶערוֹיף.
עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (טו ו) וְהֶאֱמִין בַּה' וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה, דֶער רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הָאט מַחְשִׁיב גֶעוֶוען דֶער אֱמוּנָה פוּן אַבְרָהָם פַאר אַ גְרוֹיסֶע צִדְקוּת, דִי מְפָרְשִׁים עֶרְקְלֶערְן דִי פָּסוּק, אַז אַבְרָהָם אִיז צוּגֶעקוּמֶען צוּ אַ הֶעכֶערֶע מַדְרֵגָה אִין אֱמוּנָה, אַ גַאנְצֶע לֶעבְּן אִיז עֶר גֶעשְׁטִיגְן, אֲפִילוּ עֶר אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען דֶער גְרוֹיסֶע מַאֲמִין בַּה' אִיז עֶר אָבֶער יֶעצְט צוּגֶעקוּמֶען צוּם שְׁפִּיץ מַדְרֵגָה אִין אֱמוּנָה בַּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה, אוּנְזֶער פְלִיכְט אִיז זִיךְ צוּ אָנְהַאלְטְן מִיטְן רֵיינֶעם אֱמוּנָה, אוּן בִּזְכוּת אֱמוּנָה עֲתִידִין לְהִגָּאֵל (ילקוט שמעוני הושע תקי''ט) בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ אָמֵן.
יד עס שטייט אין פסוק (שיר השירים ב ט) 'משגיח' מן החלונות 'מציץ' מן החרכים דער באשעפער קוקט ארויס פון פענסטער, ער בליקט פון צווישן די שפאלעטנעס. רבינו סעדיה גאון (מובא בספר עסיס רמוני – להישמח משה על מגילת אסתר ג ט) אנטשייד דער חילוק צווישן די צוויי לשונות פון די פסוק, 'משגיח' מן החלונות מיינט אן הנהגה וואס דער רבונו של עולם פירט זיך בהתגלות, מיט אן אפענע הנהגה פאר אלעמען צו זען קלאר, אז מען קען אים זען פון די פענסטער, 'מציץ' מן החרכים באדייט אז ער קוקט ארויס פון א שפאלט אבער מיר קענען אים נישט זען, ווען דער רצון השם איז דוקא אז עס זאל זיך פירן מיט א הסתר פנים. לויט דעם יסוד קען מען זאגן וועגן דעם נוצט דער מדרש דעם לשון 'הציץ' בעל הבירה, וויבאלד דער באשעפער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו מיט א הסתר פנים, מען זאל זיך דארפן מוטשענען צו זען די הנהגת הבורא יתברך.