Skip to content
Project Likkutei Sichos

מסעי - בין המצרים

  • Matos-Massei
  • 5783
  • Hebrew
View printout

א.

מסעי איז יענע פרשה פון שבוע אין וועלכער עס איז ניכר גלוי ובולט די שייכות פון דער פרשה צו דעם זמן אין שנה ווען מ'לייענט איר בתורה. זי ווערט אלעמאל געלייענט בסמיכות צו ר"ח מנחם אב (בר"ח גופא; למחרתו; אדער בשבת מברכים החודש מנחם אב) און אין דער פרשה ווערט דערציילט און מפורש אז מיתת אהרן איז געווען "בחודש החמישי באחד לחודש"; מיתת אהרן ובאריכות איז דערציילט פריער אין פ' חקת, אבער זמן מיתתו (ומספר שני חייו) — איז בפרשתנו דוקא.

די שייכות איז ניט נאר אין דער סמיכות אין זמן פון מיתת אהרן כנ"ל, נאר אויך בתוכן ענינם: אין חודש מנחם אב איז געווען דער חורבן ביהמ"ק, שריפת בית אלקינו — און חז"ל זאגן אז "שקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו" און "סילוקן של צדיקים קשה לפני הקב"ה יותר כו' מחורבן בית המקדש".

כשם ווי ביי הסתלקות הצדיקים געפינט מען אז דער סדר ההנהגה איז אין צוויי קצוות: פון איין זייט דארף דעמאלט זיין די הנהגה פון "בוכה ומתאבל" אויף זיין אוועקגיין, ומאידך גיסא, איז עס דער זמן צו לערנען פון "מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו", כדי צו ממשיך זיין און גיין בדרכיו אשר הורנו, וואס דאמאלס איז דאך חל דער מאמר חז"ל אז אויב "זרעו בחיים" איז "אף הוא בחיים" — ובלשון המשנה בנדו"ד "הוי מתלמידיו של אהרן".

עד"ז איז בנוגע צום זמן פון חורבן ביהמ"ק: מצד אחד, איז דעמאלט דער חיוב על פי תורה פון "מתאבל על ירושלים", פון דער צווייטער זייט, איז דוקא בין המצרים דער זמן וואס פארלאנגט א התחזקות מיוחדה אויף ניט אראפפאלן ביאוש פון גלות ח"ו, וויסן, כסיום וחותם הפטורת פ' מסעי אז מעתה "קראת לי אבי אלוף נעורי אתה, ומה טוב — אויף מעודד זיין און אידן בכלל אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא און דערצו נאך בבין המצרים — דורך דעם חיזוק ב"אחכה לו בכל יום שיבוא" און לערנען און עוסק זיין אין "צורת הבית ותכנותו ומוצאיו ומובאיו וכל צורתו ואת כל חוקותיו", וואס דאמאלס איז דאך, כמחז"ל "א"ל הקב"ה (ליחזקאל) גדול קרייתה בתורה כבניינה לך אמור להם ויתעסקו לקרות צורת הבית בתורה ובשכר קרייתה שיתעסקו לקרות בה אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית".

און כשם ווי דאס איז בנוגע צום ביהמ"ק — עד"ז איז בשייכות צו מיתת צדיקים: דורך דעם וואס מ'גייט בדרכיו וכו', איז כנ"ל "אף הוא בחיים", אז די חיים אמיתיים פונעם צדיק, וואס "חיי הצדיק אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה", ווערן נמשך און זיינען "חיים וקיימים" אין "זרעו" — תלמידיו ותלמידי תלמידיו.

און דערמיט קומט צו א הדגשה מיוחדת אין דעם קשר צווישן חורבן בית המקדש (בחודש אב) און מיתת אהרן (בר"ח מנחם אב): די סיבה פון חורבן בהמ"ק (השני) איז געווען דער חטא פון שנאת חינם, איז דער תיקון אויף דעם אין דער ענין: "הוי מתלמידיו (שקרויים בניו — זרעו) של אהרן אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" — אהבת חנם.

ב.

לכאורה קען מען פרעגן: ביי הסתלקות צדיקים איז דער לשון "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" (און ניט "כאילו" הוא בחיים) — אז דורך דעם וואס "זרעו" גייט "בדרכיו" וכו' ווערט אפגעגעבן אז "הוא בחיים" — וויבאלד אז די חיים פון א צדיק "אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחניים", איז "הוא בחיים" (זיינע אמת'ע חיים — חיים רוחניים) ווערן ממש נמשך אויך שפעטער;

משא"כ בנוגע עסק אין צורת הבית, איז דאך נוגע דער בית המקדש הגשמי, (צו מקריב זיין דארט קרבנות גשמיים — דלא כשחרב ביהמ"ק וואס תפילות במקום קרבנות תיקנום) — און דיבור און לימוד הנ"ל וואס "אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית", איז דאס לכאורה נאר כדיבור התפילות?

איז דאס אבער ניט אזוי. ווען תורת אמת פארגלייכט צוויי זאכן (ווי בנדו"ד, אז דורך לימוד אין צורת הבית כו', איז "אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקים בבנין הבית") איז דאס דערפאר וואס באמת זיינען זיי איין זאך;

נאר, וויבאלד אז די תוצאות גשמיות פון עוסק זיין בפ"מ קומט אראפ למטה שפעטער, ווערט עס געזאגט מיטן לשון "כאילו" — אבער אויך איידער דאס קומט אראפ אין פועל ממש (כבנדו"ד — איידער מ'מעג און מ'קען בויען דעם ביהמ"ק למטה בגשמיות) — איז דאס ניט באופן אז דער לימוד אין צורת הבית כו' איז בלויז א זכר (וכיו"ב) צום בנין ביהמ"ק, אדער (און אויך) אז דער אויבערשטער גיט דעם זעלבן שכר ווי ער גיט אויף בנין ביהמ"ק — נאר דורך דעם עסק בלימוד איז מען עוסק בבנין הבית.

ג.

דער ביאור אין דעם איז מובן פון דעם וואס רז"ל זאגן בנוגע לקרבנות, אז "כל העוסק בתורת חטאת כאילו הקריב חטאת וכל העוסק בתורת אשם כאילו הקריב אשם" וכיו"ב, וואס דער "כאילו הקריב" בא קרבנות איז ניט בלויז אלס שכר, אדער אז דער אויבערשטער איז מכפר עיי"ז אויף די עוונות (דאס פועל'ט דעם זעלבן ענין) פונקט ווי דער קרבן, נאר דאס איז (לכמה דעות, עכ"פ) א גדר פון הקרבת הקרבן, ביז אז מ'זאגט להלכה בנוגע לאיסור הקרבה בחוץ (בזמן שקורין פרשת קרבנות) אז "כאילו הקריב בחוץ" — וואס דאס איז דאך א גדר פון הקרבה ממש.

און דערמיט קומט צו א הדגשה מיוחדת אין דעם קשר צווישן חורבן בית המקדש (בחודש אב) און מיתת אהרן (בר"ח מנחם אב): די סיבה פון חורבן בהמ"ק (השני) איז געווען דער חטא פון שנאת חינם, איז דער תיקון אויף דעם אין דער ענין: "הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" — אהבת חנם.

ד.

ואת"ל, איז דאס דער רמב"ם מרמז פאר די הלכות ביהמ"ק, אין אנפאנג סדר עבודה, וואס ער ברענגט דעם פסוק "שאלו שלום ירושלים ישליו אוהביך": מיט דעם וואס ער איז מקדים דעם פסוק פאר הל' ביהמ"ק וספר עבודה, איז ער מרמז ומגלה, אז ס'איז דא א חיוב וציווי פון "שאלו שלום" (בדיבור וכו'), וואס דאס איז דער לימוד אין די הל' ביהמ"ק וספר עבודה.

ומכיוון דענין התשובה והכפרה אויף א חטא (בשוגג) איז דורך וידוי דברים מיט א קרבן, פונדעסטוועגן זעט מען, אז בזמן הגלות, ווען ס'איז ניט מעגלעך צו מקריב זיין א קרבן, ווערט דורך תשובה (און וידוי דברים) אויפגעטאן שלימות הכפרה, מ'איז מקיים בשלימות מצות התשובה;

וכדיוע די נפק"מ להלכה בפועל בנוגע לאל תשת גו' רשע להיות עד חמס.

און נאכמער בשייכות לנדו"ד — דער ענין הגירות: הגם אז צוליב דער כניסה לברית צו ווערן א גר "צריך מילה וטבילה והרצאת קרבן", פונדעסטוועגן, בזמן הזה וואס ס'איז ניט מעגלעך צו ברענגען דעם קרבן, ווערט ער א גר גמור ושלם, ווייל "יגלה הקב"ה עינינו . . ולהבין הסתום בדברי יחזקאל ונבנהו, אל מ"מ צריך לסיפור בנין השני שכן רוב ועיקרי הבנין מיוסדים בתבנית ה' אשר השכיל לדוד ולא ימוט". און דאס איז כוונתו של הרמב"ם אין זיין ראי' פון דעם פסוק (אז דוד האט געזאגט צו שלמה) "הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל".

עס איז אבער ניט אינגאנצן גלאטיק: וויבאלד אז עס וועלן אינעם בנין דלעתיד זיין כו"כ שינויים און מ'וועט מוזן אנקומען צו "יגלה הקב"ה עינינו כו' . . ולהבין הסתום בדברי יחזקאל" — איז וואס איז דער הכרח אין דעם "זוכר מדת המקדש וצורתו ובנינו וכל עניניו" פון מס' מדות?

עפ"י הנ"ל איז מובן: וויבאלד די מ"ע פון ועשו לי מקדש איז א שטענדיקע, ר"ל אז ס'איז אלעמאל פאראן די מצוה פון עסק אין בנין המקדש, ד. ה. די מצוה באשטייט ניט נאר אין דעם עצם לימוד און ידיעה אין תורת הבית, נאר אויך אין גרייטן און מ'זאל קענען בויען תיכף, ביז אז דאס טוט אויך "אין בנין הבית בטל", כנ"ל.

ה.

און דאס וואס לעתיד וועט מען בפועל דארפן אנקומען צו "יגלה הקב"ה עינינו ולהבין הסתום בדברי יחזקאל", אדער וואס בכמה ענינים איז דעמאלט "כשייבנה משה ואהרן יהא עמנו" און זיי וועלן מגלה זיין ווי עס דארף זיין — איז דאס ניט קיין גרעניץ אין דער מצות העסק בלימוד שהוא בגדר בנין ביהמ"ק, נאר דאס איז אן עילוי וואס וועט צוקומען לעת"ל.

אדער באופן אחר: דער בנין הבית למטה וועט זיין בידי אדם — ע"י משיח (וואס אים וועט מען מגלה זיין דאס וואס "אינו מפורש ומבואר"), און אין דעם מקדש דלמטה וועט זיך "אנטאן" דער מקדש שלמעלה, ובדוגמת וע"ד אש שלמעלה וואס האט זיך אנגעטאן אין אש שלמטה — שמצוה להביא מן ההדיוט.

וואס דאס וועט אריינברענגען די נצחיות אין דעם בנין דלעתיד.

און דערמיט איז מוסבר דער טעם השינוי והחילוק צווישן די ב' דעות הנ"ל — דעת הרמב"ם אז משיח וועט בויען דעם מקדש, און דאס וואס דער זוהר ומדרשים כו' זאגן אז ס'וועט געבויט ווערן בידי שמים:

דער רמב"ם וואס איז א ספר פון הלכות, וואס עפ"י הלכה איז בנין המקדש א חיוב מצוה אויף אידן, דערפאר איז ער מדגיש דעם חלק פון בנין המקדש וואס וועט געבויט ווערן דורך אידן (און דורך דעם פסוק זאגט ער, אז יבנה שוא עמלו בוניו בו", אז (דער בית ראשון ושני זיינען) "בניינא דבר נש דלית בי' קיומא כלל", אבער) דער בית השלישי וויבאלד ער איז "בניינא דקוב"ה" וועט ער זיין קיים לעולם — דארף אויסצוקומען, אז דער קיום מצות בנין ביהמ"ק בזה"ז דורך עסק בתורת וצורת הבית דארף אויך זיין מעין ודוגמת דעם בנין בפועל ע"י בנ"י לעת"ל — דער חיוב ומצות הלימוד והעסק אין מדות ותבניות וכו' וועלכע בנ"י ווייסן, אין דעם חלק הבנין וואס ווערט אויפגעטאן דורך בנ"י.

לאידך, כשם ווי די שלימות פון מקדש לעת"ל וועט דערגרייכט ווערן דוקא דורך דעם וואס יגלה ויבוא מן השמים כנ"ל, עד"ז איז אויך אין מצות הלימוד והעסק אין יעדן פרט וחלק פון מעשה הבנין, אז אויך אין דעם דארף מען אנקומען צו "אני מעלה עליהם", וואס דוקא דערמיט טוט זיך אויף תכלית השלימות (דעתה) אין דעם מצות הבני' דורך עסק אין תורת הבית.

ו.

פון כל הנ"ל איז דא א הוראה מיוחדת פאר יעדן אידן: ראשית, אויף וויפיל עס איז מתאים, ובפרט אין די ימי בין המצרים, דער עסק אין תורת וצורת הבית ומוצאיו ומובאיו וגו', וויבאלד דורך דעם איז מען מקיים אין זמן הגלות די מצוה פון בנין ביהמ"ק, ובמילא איז דאס גופא מחליש דעם ענין פון חורבן ביהמ"ק (און גלות בכלל), און איז מחליש די ימי בין המצרים כו', און דאס גופא פועל'ט, אז פון דעם "כאילו אתם בונים אותו", ווערט דער בנין ביהמ"ק כפשוטו בגשמיות דורך משיח צדקנו, און אין דעם וועט גלייך נתגלה דער ביהמ"ק שלמעלה, ובמהרה בימינו ממש.

More in this printout

View the whole printout