Skip to content
Project Likkutei Sichos

לקוטי שיחות - מקץ ג

  • Mikeitz
  • 5784
  • Yiddish
View printout

מקץ ג

א. אין פסוקי' "ויאמרו אליו גו' חלילה לעבדך מעשות כדבר הזה", זאגט רש"י צוויי פירושים אויף די ווערטער "חלילה לעבדך": "חולין הוא לנו ל' גנאי. ותרגום חס לעבדך חס מאת הקב"ה יהי עלינו מעשות זאת והרבה יש בגמרא חס ושלום".

פריער אין פ' וירא, ביי דער טענה פון אברהם'ן צום אויבערשטן "האף תספה צדיק עם רשע", שטייט אויך דער לשון "חלילה לך מעשות כדבר הזה", און רש"י אין דאָרט מפרש די ווערטער "חלילה לך": "חולין הוא לך יאמרו כך הוא אומנתו וכו'".

דארף מען פארשטיין:

א) פארוואס אין פ' וירא, וואו עס שטייט דער לשון "חלילה" צום ערשטן מאָל, איז זיך רש"י מסתפק מיטן אָפּטייטש "חולין הוא לך", און אין אונזער פרשה באנוגנט ער זיך ניט מיט זאגן "חולין הוא לנו" און ער איז מוסיף: "לשון גנאי" — אויב "חולין" פאָדערט הסברה, האָט רש"י געדארפט דאָס מסביר זיין ביים ערשטן מאָל?

ב) נאָכמער: רש"י איז דאָ ניט נאָר מוסיף די ווערטער "לשון גנאי", נאָר ער גיט אויך צו א צווייטן פירוש — "ותרגום וכו'"; פארוואס איז אין פ' וירא גענוג דער פירוש "חולין הוא לך", און דאָ איז דאָס ניט מספיק און מ'דארף אָנקומען צו א צווייטן פירוש?

ב. דער ביאור אין דעם:

אין פ' וירא איז דער לשון "חלילה" געזאָגט געוואָרן כלפי דעם אויבערשטן, וואָס ביי אים איז כלל ניט שייך דער ענין פון "חולין" וחול, איז דעריבער גענוג צו זאגן אז "עשות כדבר הזה" (בתמי') — איז ווייל "חולין הוא לך" און מיט דעם אליין איז שוין קלאָר אז דאָס איז ביי דעם אויבערשטן אינגאנצן אָפּגעפרעגט.

אין אונזער פרשה אָבער, וואו עס רעדט זיך בנוגע בני אדם וועלכע פארנעמען זיך יאָ מיט "חולין" — וואָכעדיקע זאכן — ביי זיי איז (בלויז) "חולין הוא לנו" ניט קיין טעם מספיק צו שולל זיין "מעשות כדבר הזה" (פון צו נעמען דעם גביע הכסף), ווארום וואָס איז אזוי דער געוואלד אויב בני אדם האָבן געטאָן א זאך איז "חולין"?

דעריבער מוז דאָ רש"י מוסיף זיין, אז "חולין הוא לנו" איז "לשון גנאי": "חולין" דאָ איז ניט באַגרענעצט צום תוכן פון וואָכעדיקייט, נאָר ס'איז אויך א לשון וואָס באַצייכנט אז די זאך איז מגונה, ובמילא אָפּגעפרעגט.

ג. אָבער דער פירוש איז ניט גלאַטיק, ווייל ווען איז שייך צו זאגן אז "חולין הוא לנו" איז א "לשון גנאי" — ווען ס'רעדט זיך וועגן אן מענטש וואָס מצד זיין מעלה וחשיבות האָט ער לגמרי ניט צו טאָן מיט עניני חול; און דעריבער ווען ער באַצייכנט א געוויסע זאך אלס "חולין", איז דאָס א "לשון גנאי", באַ אים איז די זאך (זייענדיק חולין) א דבר מגונה.

[ואדרבה: מיט דעם לשון איז ער די זאך שולל נאָך מער ווי דורך א בפירוש'ן לשון גנאי — היות אז דאָס באַווייזט אז א זאך וואָס איז ניט לפי ערכו ומעלתו איז ביי אים אזוי אָפּגעפרעגט, ביז אז א דבר "חולין" איז ביי אים ניט ווייניקער "גנאי" ווי א דבר מגונה ממש (גניבה וכו')].

דאָ אָבער האָבן די שבטים געדארפט מבטל זיין די טענה אז זיי זיינען שייך צו גניבה. איז שווער צו זאגן אז זיי האָבן עס געוואָלט באַווייזן מיט דער טענה "חולין הוא לנו", דאָס איז — תלי תניא בדלא תניא (אז גניבה איז ביי זיי מופרך, ווייל אפילו חולין איז ביי זיי א דבר מגונה); און מכל שכן אז זיי האָבן דערמיט געוואָלט איבערצייגן א גוי (יוסף'ס שליח), און דערצו נאָך א גוי פון ארץ מצרים, ערות הארץ, וואָס ביי אים זיינען דברי "חולין" געוויס ניט קיין ענין פון גנאי.

און וויבאלד אזוי, וואָלט דאָך (עכ"פ) מער מתאים געווען צו אויסדריקן די אָפּגעפרעגטקייט פון גניבה (ניט דורך זאגן "חולין הוא לנו", נאָר) מיט א קלאָרן לשון פון גנאי.

דעריבער ברענגט רש"י דעם פירוש התרגום אז "חלילה לעבדך" מיינט "חס לעבדך" — "חס מאת הקב"ה וכו'": זיי האָבן געזאָגט — "חס ושלום" אז ביי זיי זאָל זיין אן ענין פון גניבה. (און נאָכמער?) — "חס מאת הקב"ה יהי עלינו מעשות זאת", אז דער אויבערשטער האָט אויף אונז רחמנות און דערלאָזט ניט אז מיר זאָלן אפילו (בשוגג) נכשל ווערן אין אזא זאך'.

וויבאלד אָבער אז אין תנ"ך געפינט מען ניט אז "חלילה" זאָל האָבן דעם טייטש פון "חס" — (מוז רש"י באַוואָרענען אז עכ"פ בגמרא איז עס דאָ הרבה און) דעריבער, ברענגט עס רש"י נאָר אלס צווייטן פירוש, און דער פירוש הראשון והעיקרי איז, אז "חלילה" מיינט "חולין הוא לנו".

ד. די הוראה פון דעם פירוש רש"י אין עבודת ה':

דער אלטער רבי איז מבאר אין תורה אור, אז "בחי' האבות צריך להיות בכל אדם", "אבל שאר בחינות . . כגון השבטים . . יש לך אדם שאין בו כלל בחי' ומדריגות אלו" — דער פשט דערפון: ניט יעדער איד מוז האָבן אין זיך די אלע בחינות און ענינים מיוחדים, וואָס דערמיט האָט זיך איין שבט אויסגעטיילט פון די אנדערע; אָבער די בחינות וענינים כלליים, וואָס זיינען געווען ביי אלע שבטים (אלס בנים פון די אבות), מוזן זיי זיין ביי יעדן איד.

און עד"ז בעניננו: וויבאלד אז די טענה "חולין הוא לנו לשון גנאי" איז ניט געקומען פון א שבט פרטי, נאָר פון די שבטים בכללותם, איז מובן, אז דער ענין פון "חולין הוא לנו" איז נוגע יעדן איד:

א איד דארף וויסן אז כל ענינו ומהותו איז קדושה — ער מיט "חולין" (גשמיות) זיינען באַזונדערע וועלטן, ביז אז דאָס האָבן צו טאָן מיט גשמיות אלס "חולין", איז פאר אים א "גנאי" — עס דארף ביי אים זיין אינגאנצן אָפּגעפרעגט.

און אָט דער דרגא דארף זיין ניט נאָר בפנימיות נפשו, נאָר אויך בגלוי און אין אַזאַ אופן אז אפילו אומות העולם זאָלן דערקענען אז ער איז ניט שייך צו "חולין" — ע"ד ווי גערעדט פריער, אז ביי די שבטים איז געווען בפשטות, אז די טענה פון "חולין הוא לנו" אליין איז גענוג הוכחה פאר א גוי פון מצרים, אז ביי זיי איז ניט שייך אַזאַ ענין. ד.ה. אויך א גוי דערקענט און ווייסט אז "חולין" איז פון זיי מופרך פונקט ווי גניבה בא אנדערע.

און הגם אז תורה זאָגט אז א איד: "ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך", אז א איד בחול זאָל זיך פארנעמען מיט "חולין" — איז ניט די כוונה אין דעם, אז ער זאָל זיך אראָפּלאָזן צו די "חולין", נאָר אדרבה, ער זאָל זיי מעלה זיין צו דער דרגא ומצב פון ("חולין שנעשו על) טהרת הקודש", וואָס דאָס קומט דורך דער עבודה פון "כל מעשיך יהיו לש"ש", און נאָכמער — "בכל דרכיך דעהו". ביז אז ער איז זיי מקדש ממש — זיי ווערן קדשים קלים און נאָך העכער קדשי קדשים.

ה. דאָס וואָס א איד קען צוקומען צו אַזאַ מדריגה — אז אפילו ווען ער איז פארנומען (ברשות התורה) מיט דברי "חולין", איז ער אינגאנצן מובדל פון זיי, ביז אז זיי (אלס חולין) זיינען ביי אים אן ענין פון "גנאי" —

נעמט זיך עס דערפון, וואָס אזוי איז עס, כביכול, ביי דעם אויבערשטן, אז אויך דער אור אלקי וואָס איז בערך העולמות, ווערט ניט נתפס ח"ו אין די עולמות, און ס'איז אים ניט שייך חולין ח"ו.

[דערמיט איז מובן די הדגשה און הכפלה אין טענת אברהם — "(חלילה לך מעשות גו') חלילה לך השופט כל הארץ גו'" —

דלכאורה: ווען ס'וואָלט אפילו שייך געווען צו זאגן אז דער אויבערשטער איז ח"ו ניט אין דרגת היושר וצדק פון "שופט כל הארץ", איז דאָך אויך מופרך לגמרי צו זאגן "כדבר הזה להמית צדיק עם רשע"?! היינט וואָס איז די הוספה "חלילה לך השופט כל הארץ גו'"? — נאָר

דערמיט האָט אברהם מדגיש געווען, אז אפילו אין דער דרגא פון "השופט כל הארץ", די דרגא פון אלקות וואו מעשה התחתונים זיינען תופס מקום — זיי ווערן דאָרט געמשפט און פון דאָרט ווערט נמשך דער ענין פון שכר ועונש — אויך דאָרט האָט "חולין" גלות ניט פאָרטריבן און אין שעבוד מלכויות ניט איבערגעגעבן".

און דעריבער קען גלות האָבן א שליטה אויף א איד נאָר דעמאָלט, ווען זיין גוף און ענינים גשמיים האָבן ביי אים א תפיסת מקום; אָבער בשעת זיי זיינען ביי אים ניט תופס מקום (נאָר אדרבה, "חולין . . לשון גנאי"), ווייל ביי אים איז מאיר בגילוי זיין נשמה וואָס האָט אינגאנצן קיין שייכות ניט צו עניני "חולין" — דעמאָלט האָט אויך אים דער גלות קיין שליטה ניט.

וי"ל, אז דאָס איז אויך דער טעם פנימי, וואָס די לעצטע פאסירונג וואָס האָט גורם געווען צו ירידת יעקב ובניו למצרים איז געווען דאָס וואָס מ'האָט ביי די שבטים געפונען דעם "גביע הכסף" — ווארום גלות און שעבוד מלכויות קענען ניט שולט זיין אויף אידן סיידן ווען ס'איז ביי זיי דאָ (לכל הפחות) עפעס א חסרון אין דעם הרגש פון "חולין . . לשון גנאי": דאָס וואָס זיי זיינען נכשל געוואָרן צו האָבן ביי זיי דעם "גביע הכסף" אפילו שלא בידיעתם, איז א באַווייז אויף א געוויסן חסרון אין זייער הרגש השלילה פון "חולין"; ע"ד הידוע אז מצד דער נשמה פון א איד איז ניט שייך אז ער זאָל עובר זיין אן עבירה אפילו בשוגג.

ז. כשם ווי דאָס איז בנוגע צו א איד — אז דער גאנצער ענין הגלות איז נאָר בחיצוניות, מצד הגוף, אָבער בפנימיות, מצד דער נשמה, איז ער אין א מצב פון חירות וגאולה — עד"ז איז עס בנוגע צום ענין הגלות עצמו:

די כוונה וואָס דער אויבערשטער שיקט אידן אין גלות איז צוליב דער עלי' וגאולה וואָס קומט נאָכדעם; ובמילא איז דאָס א ירידה און גלות נאָר בחיצוניות, אָבער בפנימיות ובכוונה איז דאָס אן ענין פון עלי' וגאולה.

און דאָס איז אויך דער ביאור פנימי פון דעם מאמר חז"ל הידוע, אז תיכף נאָכן חורבן נולד מושיען וגואלן של ישראל, ד.ה. אז גלייך ביי דער התחלה פון דעם גלות האָט זיך אָנגעהויבן די גאולה, וויבאלד אז דאָס איז דער גאנצער תוכן פנימי פונעם גלות.

און אין דעם אויך באַשטייט די עבודה פון א איד: דורך דעם וואָס ער פועלט אז אין זיין הנהגה זאָל זיך הערן זיין פנימיות'דיקער מהות, די נשמה וואָס איז העכער פון צו זיין אין גלות, איז ער (אויך) מגלה די פנימיות און כוונה פון גלות — דעם גילוי פון דער גאולה.

ח. ווי גערעדט שוין פיל מאָל, זיינען דאָ אין פרש"י על התורה "ענינים מופלאים" פון אלע חלקי התורה, אויך ע"ד הרמז והסוד —

געפינט מען אויך א רמז אויף דעם ענין הגלות והגאולה הנ"ל אין פרש"י בסיום פון אונזער פרשה:

אויף די ווערטער "ומה נצטדק" איז רש"י מפרש: "לשון צדק וכן כל תיבה שתחלתה יסודה צד"י והיא באה לדבר בלשון מתפעל או נתפעל נותן תי"ו במקום תי"ו ואינה נתנת לפני אות ראשונה של יסוד התיבה אלא באמצע אותיות העיקר (און רש"י ברענגט אויף דעם אייניקע דוגמאות) . . ותיבה שבתחלתה סמ"ך או שי"ן כשהיא מתפעלת התי"ו מפרדת את אותיות העיקר . . [און רש"י ברענגט דוגמאות — פריער פון ווערטער וואָס הויבן זיך אָן מיט א סמ"ך ("סבל", "סכל"), און דערנאָך פון ווערטער וואָס הויבן זיך אָן מיט א שי"ן ("שמר", "שולל") און איז מסיים] מסתולל בעמי מגזרת דרך לא סלולה".

דארף מען פארשטיין:

א) לויטן סדר אין פרש"י אז צום ערשטן ברענגט ער דוגמאות פון ווערטער מיט א סמ"ך ביים אנהויב און נאָכדעם פון ווערטער מיט א שי"ן ביים אנהויב — האָט ער דאָך געדארפט ברענגען די דוגמא פון "מסתולל" (וואָס תחלתה בסמ"ך): א) צוזאמען מיט אלע דוגמאות פון תיבות שתחלתן בסמ"ך, ב) פאָר די דוגמאות פון תחלתן בשי"ן?

ב) פארוואס זאָגט רש"י דאָ, אז "מסתולל" איז "מגזרת דרך לא סלולה" — אנדערש ווי ער זאָגט בעצמו אויפן פסוק "עודך מסתולל" במקומו (אין פ' וארא), אז "מסתולל" איז "מגזרת מסלה"?

ג) פארוואס זאָגט דאָ רש"י "מגזרת דרך לא סלולה" און ניט בקיצור "מגזרת סלולה" (עד ווי ער זאָגט אין פ' וארא: "מגזרת מסלה")?

ט. איז דער ביאור אין דעם (ע"ד הרמז שבפרש"י):

דער חילוק צווישן אונזער פרשה און פ' וארא איז: פ' מקץ רעדט, כנ"ל, וועגן דעם (קץ פון) זמן ההכנה צו גלות מצרים, דאקעגן אין פ' וארא רעדט זיך וועגן די ערשטע מכות וואָס דער אויבערשטער האָט געבראַכט אויף די מצרים — התחלת הגאולה, ובפרט ע"פ מרז"ל אז (נאָר) בר"ה בטלה עבודה מאבותינו במצרים.

און דערמיט איז מובן וואָס אין פ' וארא, ביי דער התחלה הגאולה, זאָגט רש"י אז "מסתולל" איז "מגזרת מסלה": הגם אז פרעה איז "מסתולל בעמי לבלתי שלחם", איז דאָס נאָר ווייל ער האָט ניט דערהערט אז ס'איז שוין התחלת הגאולה, אָבער אין אמת'ן איז עס "מגזרת מסלה" — ס'איז שוין אן אויסגעטראָטענע וועג צו דער גאולה; ווייל דאָס גופא וואָס "עודך מסתולל בעמי לבלתי שלחם" איז געווען "בעבור הראותך את כחי ולמען ספר שמי בכל הארץ" און "למען רבות מופתי בארץ מצרים".

משא"כ אין אונזער פרשה, וואו דער תוכן איז (התחלת ה)גלות, איז דער "מסתולל בעמי" אן אופן פון "דרך לא סלולה": עס זעט אויס ווי דאָס וואָלט געווען אן אמת'ער גלות.

אעפ"כ, וויבאלד אז ביידע פירושים אין רש"י — "מגזרת דרך לא סלולה" און "מגזרת מסלה" — זיינען אויפן זעלבן וואָרט, איז א ראי' אז זיי האָבן א תוכן וואָס בינדט זיי צוזאמען: אויך דער "דרך לא סלולה" איז א "דרך" — א "מסלה") וואָס פירט צו דער גאולה, ס'איז נאָר וואָס בתחלת הגלות איז עס א "דרך לא סלולה" — ס'איז ניט קיין אויסגעטראָטענע וועג, ווייל בחיצוניות זעט עס אויס ווי א אמת'ער גלות; בפנימיות אָבער, איז דער "דרך (פון) לא סלולה", גלות גופא איז אן ענין פון "מסלה לשאר עמו גו'" — א "מסלה" צו דער גאולה, ווייל די כוונה און פנימיות פון גלות מצרים איז — יציאת מצרים און מתן תורה.

און דעריבער ברענגט רש"י די דוגמא פון "מסתולל בעמי" (וואָס שטייט ביי די מכות מיט וועלכע עס האָט זיך אָנגעהויבן די גאולה, כנ"ל) אין אונזער פרשה, וואו עס רעדט זיך וועגן דער הכנה והתחלת הגלות — ווייל גלייך בתחלת הגלות איז שוין פאראן בכוונה ובפנימיות דער ענין הגאולה פון דעם גלות.

יוד. עפ"י הנ"ל איז אויך מובן פארוואס רש"י שטעלט די דוגמא פון "מסתולל" צום סוף פון זיין פירוש — ווייל מיט דעם איז ער מרמז, אז דער "אפשלוס" און תכלית פון די מאורעות וואָס ווערן דערציילט אין די פרשיות פון וישב און מקץ, וועלכע האָבן דעפירט צו גלות מצרים, איז שוין פארבונדן מיט דער גאולה, זי איז שוין דאָ אין גלות בפנימיות.

און אַזוי איז עס אויך בנוגע צום גלות זה האחרון, אז ווען א איד דערהערט אז דער גאנצער ענין פון גלות איז נאָר א חיצוניות'דיקער ענין, אָבער בפנימיות שטייט ער העכער פון גלות און ס'איז שוין דאָ דער ענין דלעתיד — דאָס גופא ברענגט ארויס די פנימיות פון דעם גלות מן ההעלם אל הגילוי, עס קומט די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחות ש"פ מקץ תשכ"ה)

More in this printout

View the whole printout