ער גייט אין גאס און ער טראגט אויפן האלז א "טאי"
...איינער קען טענה'ן - אז מען קען ניט אנהויבן פון דער פינפטער עס מוז זיין א סדר. און לפי הסדר דארף מען פריער אנהויבן מיט גאר נידעריקע ענינים, און כל זמן ער איז ניט פארטיק גאר אינגאנצן מיט זיי, האט ער ניט וואס צו טראכטן וועגן שאר ענינים ובפרט - פון לערנען דא חסידות, מילי דחסידותא וכדומה.
אז מען קומט צו א אידן און מען מאנט ביי אים אהבת ישראל, אז ער זאל ליב האבן (אפילו) א אידן וואס ער האט פון אים קיינמאל קיין טובה ניט געהאט און אפילו קיינמאל ניט געזען - טענה'ט ער, וואס מאנט מען בא אים דורא אזא הויכע ישראל, בשעת ער האלט נאך ניט דעביי אפילו בא א סך פשוט'ערע דרגות. והראי', אז אפילו בשייכות צו א אידן וואס ער קען אים און האט געהאט פון אים א טובה, פאלט ער אמאל דורך אין "ואהבת... כמוך" - כאטש ער איז זיך ניט חושד אין, ח"ו - משלם רעה תחת טובה!
אזוי אויך, וואס מאנט מען פון אים אז ער זאל היטן די שיעורי חת"ת - לערנען אלע טאג די פרשה חומש מיט פירוש רש"י, זאגן אלע טאג דעם שיעור חדשי אין תהלים און דעם שיעור יומי אין תניא - בשעת ער פארפעלט אמאל פון פריערדיקע עניני התפילה!
יכנס לחדר ויעשה חשבון צדק... מתי חשב אודות משיח
יעשה כאו"א חשבון-צדק בנפשו, מתי היתה הפעם האחרונה שחשב אודות משיח צדקנו אליבא דנפשי', "אז אים מיינט מען טאקע", שהקב"ה - ע"י משיח צדקנו - יוציא אותו מגלות זה בפועל ממש, והוא, ביחד עם משיח צדקנו, ילכו ויבואו לארץ ישראל!...
לא מבקשים מאף אחד לתת דין-וחשבון על זה - מתי חשב בפעם האחרונה על הגאולה - למישהו אחר; יכנס בחדר לפנים מחדר, במקום שאין איש רואה, ושם יעשה חשבון-צדק בנפשו...
וברור הדבר, שכאשר יעשה חשבון-צדק בנפשו, וישפוט ("משפטים") את מעמדו ומצבו בקשר למחשבה ע"ד הגאולה, הרי בודאי יבוא לידי הרהור תשובה... ואז, יפעל הוא את ענין הגאולה תיכף ומיד, "מיד הן נגאלין"!
זיין טענה איז: אמת אז די אלע ענינים דארף מען טאקע מקיים זיין, אבער ער האלט נאך ניט דערביי, דארף ער טאקע גיין מיט א סדר. א משך זמן (ביז עס וועט ווערן זיין הרגל - שלושים יום) - בענינים עיקרים וואס שטייען אין שו"ע, און (וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען) און נאכדעם - במשך זמן הנ"ל - הוספות שלאחרי זה ביזן רמ"א און נאכדעם א משך זמן הו"ל בעניני רמ"א והאחרונים, און נאכדעם - וועט ער אנהייבן פון לפנים משורת הדין, און ענין פון חסידות וכו'.
ער זאגט זיך ניט אפ פון קיין זאך ח"ו, אבער אלץ דארף גיין מיט א סדר.
מ'האט אמאל גערעדט מיט איינעם וועגן אהבת ישראל באופן דלפנים משורת הדין וכו' - זאגט ער עז איז ניט קיין סדר. און ער האט אויף דעם א גרייטן משל:
איינער גייט אין גאס און שיק, און א העמד וכו' - אבער ער טראגט אויפן האלז א "טאי" (עניבה)...
אע"פ אז ע'פ שכל - און אויך שכל דקדושה - האט אזא טענה לכאורה אן ארט, איז אבער דער אמת ועיקר גדול אז עבודת ה' דארף זיך אנהויבן מיט אמונה וקבלת עול און ניט מיט א חשבון ע"פ שכל. און מצד אמונה וקבלת עול, איז ער זהיר (ניט נאר - מקיים) במצוה קלה כבחמורה - און אויך אין דער זהירות שבמצוה איז ביי אים מיט דעם גאנצן שטורם במצוה קלה.
די נקודה פון אלע מצוות - מצוה מלשון צוותא וחיבור - וואס דורך מצות ווערט מען צוגעבונדן מיט עצמות ומהות א"ס ב"ה - איז ביי אלע מצות גלייך, און קיין אונטערשייד צווישן מצות חמורות און מצות קלות, "ראש" אדער "עקב". אין דעם ענין האט ניט קיין ארט צו טראכטן וועגן א סדר פון ראש מיט עקב - צי עס איז א זאך וואס איז נתגלה געווארן דורך אנשי כנסת הגדולה אדער דורך א תלמיד ותיק אחרון שבאחרונים - וויבאלד ער ווייסט אז מיט דעם פארבינדט ער זיך מיט עצמות ומהות א"ס ב"ה.
