וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה בְּאָזְנֵי כָּל קְהַל יִשְׂרָאֵל אֶת דִּבְרֵי הַשִׁירָה הַזֹּאת עַד תְּמָּם : (לא ל) דארף מען פארשטיין אז דער לשון "עַד תְּמָּם" איז לכאורה איבעריג, ווייל אז משה האט געזאגט די שִׁירֶה, האט ער דאס זיכער געזאגט פון אנפאנג ביזן סוף? נאר מען קען זאגן אז די תורה איז מרמז אז די ווערטער פון משה האט אריין געגעבן א רושם אין די הערצער פון כלל ישראל און איז געבליבן איינגעקריצט אין זיי זייער גאנצן לעבן, קומט אויס אז די ווערטער "עַךְ תְּמָּם" מיינט "די ענדע", ביז עס האט זיך געענדיגט זייער לעבן, איז שוין גוט די ווערטער "עַד תְּמָּם". (ערוגת הבושם הרה"ק מחוסט) און דאס איז וואס שטייט אין די גמ' (חגיגה דף ג ע"ב) אויפן פסוק דִבְרֵי חֲכָמִים כַדְרְבּנוֹת וּכְמַשְׁמְרוֹת נְטוּעִים (קהלת יב יא) און אויף נְטוּעִים מה נטיעה זו פרה ורבה אף דברי תורה פרין ורבין, דאס מיינט אז דברי תורה פון א צדיק גייט אריין ביים מענטש ווי א קערענדל און עס וואקסט אריין אין מענטש און גיט אים חיזוק, און עס איז ידוע וואס צדיקים שרייבן, אז די תורה וואס זיי זאגן מוז נישט העלפן אויפן פלאץ ביים מענטש, נאר אפילו יארן שפעטער וועט דער מענטש נתעורר ווערן פון די תורה וואס ער האט געהערט יארן פריערט, און עס ווערט געברענגט פון הייליגן בעל שם טוב זיע"א אויפן משנה (אבות פ"ו מ"ב) אָמַר רַבִי יְהוֹשָׁעַ בֶן לֵוִי: בְכָל יוֹם וָיוֹם בַת קוֹל יוֹצֵאת מֵהַר חוֹרֵב וּמַכְרֶזֶת וְאוֹמֶרֶת: אוֹי לָהֶם לַבְרִיּוֹת מֵעֶלְבּוֹנָהּ שֶׁל תּוֹרָה! און שטייט אין גמ' (חגיגה דף טו ע"א) אז דער אויבערשטער זאגט יעדן טאג שְׁוּבוּ בָנִים שְׁוֹבָבִים, און די קשיא איז אז מען הערט עס נישט? נאר דער בת קול איז וואס ליגט אין מענטש וואס אלע נשמות האבן געהערט ביים בארג סיני, און פונקט יעצט ווערט דער מענטש נתעורר צו תשובה טאן ווייל עס ליגט אין אים און עס שפראצט יעצט ארויס, קען מען מוסיף זיין אויפן מהלך פון הייליגן ערוגת הבושם אז דאס איז פשט אין פסוק וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה, אז משה האט גערעדט און עס איז נאר אריין בְּאָזְנֵי כָּל קְהֵל יִשְׂרָאֵל, אבער די רייד איז געבליבן אין אלע נשמות, עד תְּמָּם, ביז סוף כל הדורות, וואס דעם בת קול וואס זיי הערן שפעטער און איז מחזק די מענטשן אין די ריכטיגע מינוטן, איז נאך פון די רייד פון משה, און בס"ד האב איך געזען א מהלך אין ספה"ק (אמרי יהודה- ברעזאן) וַיֵּלֶךְ מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל: (ל"א א') איז דען מעגלאך אז משה האט גערעדט צו גאנץ כלל ישראל? נאר ביים הייליגן ר' אשר ישעי' מראפשיץ זצוק"ל איז געקומען א חסיד צו אים און איז געווען דארטן א פאר וואכן, און דער חסיד טראכט ער איז שוין דא עטליכע וואכן און דער רבי האט אים נאך נישט געגעבן א דרך אין עבודת ה'! און ער טראכט אז ער וועט גייט פרעגן דעם רבין א דרך, און ווען ער קומט צום רבין און ער עפענט די טיר זעהט ער ווי דער רבי גייט אהין און צוריק אין צימער, און ווען דער רבי מערקט דעם חסיד, הויבט ער אן זאגן די קשיא פון וַיֵּלֶךְ מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל, האט משה גערעדט צו גאנץ כלל ישראל? נאר דער תירוץ איז: אז משה איז געגאנגען אין זיין חדר אהין און צוריק מיט א שטארקן דביקות, און האט אזוי גערעדט צו כלל ישראל אז ער האט אריינגעשיינט א דרך אין עבודת ה', דער חסיד האט שוין נישט געדארפט פרעגן א דרך אין עבודה וויסנדיג אז דער רבי שיינט אריין אין אים דעם ריכטיגן דרך, דאס איז געווען ביי משה רבינו און אזוי אויך ביי אלע צדיקים שפעטער. (שמח זבולון תשפ"ו)
More in this printout
- פרשת נצבים וילך תשפ"ודער ארטיקל באהאנדלט די וויכטיגקייט פון טראכטן פאר מען טוט א זאך, כדי צו פארמיידן זינד און זוכה זיין צו השראת השכינה, ווי אויך די באדייטונג פון שבת און שמירת שבת
- פרשת וילךא שיינער רמז אויף פרשת וילך פון ספר קרן לדוד, וויאזוי דאס ווארט לקח איז מרמז אויף שמירת שבת וואס העלפט דעם מענטש שטייגן העכער אין עבודת השם.
- א מתנגדישער וויין סוחר האט געוואלט מכשיל זיין רבי שמואל מקארוב און איז געווארן זיין חסידא מעשה איבער רבי שמואל מקארוב און א מתנגדישן וויין סוחר וואס האט געוואלט אים פרובירן מיט יין נסך, אבער דער רבי איז געראטעוועט געווארן דורך השגחה פרטית. די מעשה