Skip to content
BET Journal

פרשה געדאנקען

  • Nitzavim-Vayelech
  • 5784
  • Yiddish
View printout

וְשַׁבְתָּ עַד ה' אֱלֹקֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְקֹלוֹ וגו' בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ. (ל, ב)

פארװאס שטייט נישט דא, אזוי װי אין קריאת שמע: בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ – װעלכע חז"ל טייטשן 'בכל ממונך'?

נאר אז עס רעדט זיך דא פון באחרית הימים, װען עס װעט שװער זיין צו דינען דעם רבש"ע מיט געלט, װיבאלד 'אין בן דוד בא וכו' עד שתכלה פרוטה מן הכיס', איז נישט פארלאנג פונעם מענטש דעם קעשענע, בלויז דעם האַרץ און זעל. (שער בת רבים)

ביאת המשיח, האט דער רבי מענדעלע רימאנאװער זי"ע געזאגט, װעט זיין אזוי װי ביאת שבת אין לעמבערג.

װאס איז דאס ביאת שבת אין לעמבערג? אט הערט: איין מאל האט דער רבי געװיילט אין לעמבערג אויף שבת, און אז דער שבת האט געברענט אין אים װי א פייער, האט ער ארויסגעשיקט זיין משמש ערב שבת נאך חצות זען אויב כלל ישראל זענען שוין גרייט פארן שבת. געזען האט דער משמש אידן לויפן אהין און צוריק, האט ער אפגעשטעלט עמיצער אין זיין געלויף און געפרעגט װען זיי גייען מקבל שבת זיין. װארפט דער יעניגער אויף אים מאדנע בליקן: "שבת? מיר האבן נאך פילע אנדערע דאגות און זארגן, מיר טראכטן נאך נישט פון שבת!"

לויפט פארביי איין שעה, און װידער שיקט דער רבי ארויס זיין משמש צו זען אויב די אידן גרייטן זיך אויף שבת. װידער איז זיין ענטפער: לֹא עֵת הֵאָסֵף הַמִּקְנֶה, די טאג איז נאך גרויס. און אזוי האט זיך איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל.

װארט אזוי דער צדיק אויף שבת איינזאם אין זיין צימער, װען אויפאמאל הערט זיך די רעש פון די פילע געשעפטן װאס נידערן די לאָדן, און דאס געקלאנג פון די פארשפארענדע שלעסער דערגרייכן זיינע אויערן. אה, אט קומט שבת!

קערט זיך דער צדיק צו זיין משמש און זאגט: אט אזוי װעט זיין װען משיח װעט קומען. דאס פאלק װעט זיין טרוד, פאריאגט און פארפלאגט, אומוואוסענד צו זיין אנקום, אבער דאן װעט ער פלוצים ערשיינען, און אלע װעלן פארמאכן די געשעפטן און אוועקווארפן די געלט-אָפגאָט... אט איז משיח בן דוד דא! (דור דעה)

רבותי, לאמיר נישט זיין פארשלאפן אין װערן געכאפט אין איבעראשונג מיט זיין אנקום...!

More in this printout

View the whole printout