לָקֹחַ אֶת סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה וְשַׂמְתֶּם אֹתוֹ מִצַּד אֲרוֹן בְּרִית ה' אֱלֹקֵיכֶם וְהָיָה שָׁם בְּךָ לְעֵד: (לא כו) זאגט רש"י: אז די ווארט לָקֹחַ, איז אזוי ווי "זָכוֹר", "שָׁמוֹר", און "הָלוֹךְ", מען קען געבן א רמז אין די הייליגע ווערטער פון רש"י ווייל פון דעם הייליגן שבת איז א באווייז וואס האלט דער מענטש אין זיין מדריגה, ווייל דער וואס שפירט דעם שבת מיט א אמת איז א סימן אז ער איז גאנץ מיטן אויבערשטן, און וואס מער מען פילט שבת איז מען אלץ מער מטהר דער נפש, ווייל די גמ' (ברכות דף נז ע"ב) שרייבט אז שבת איז אחד משישים פון עולם הבא, ממילא וואס מער מען איז מרגיש דעם טעם פון שבת אלץ מער איז זיין עולם הבא, און דאס שטייט אַךְ אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ כִּי אוֹת הִוא בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם לְדֹרֹתֵיכֶם לָדַעַת כִּי אֲנִי ה' מְקַדִּשְׁכֶם: (שמות לא יג) אַךְ אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ דורך שמירת שבת כִּי אוֹת הִוא בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם לְדֹרֹתֵיכֶם וועט איר וויסן כִּי אֲנִי ה' מְקַדִּשְׁכֶם אז דער אויבערשטער מאכט אייך הייליג, קען זיין פשט לָקֹחַ אֶת סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מען לערנט ארויס פון די הייליגע תורה אז זָכוֹר און שָׁמוֹר היטן און מרגיש זיין דעם שבת, איז הָלוֹךְ, העלפט דעם מענטש זאל גיין העכער אין זיינע מדריגות אין עבודת השי"ת. (קרן לדוד עה"ת)
More in this printout
- פרשת נצבים וילך תשפ"ודער ארטיקל באהאנדלט די וויכטיגקייט פון טראכטן פאר מען טוט א זאך, כדי צו פארמיידן זינד און זוכה זיין צו השראת השכינה, ווי אויך די באדייטונג פון שבת און שמירת שבת
- א שיינע דרוש: די רייד פון משה האט זיי באגלייט דעם גאנצן לעבןא שיינע דרוש פון פרשת נצבים וילך באשר די רייד פון משה רבינו זענען איינגעקריצט אין די הערצער פון כלל ישראל ביזן סוף הדורות, און ווי צדיקים שיינען אריין א דרך אין
- א מתנגדישער וויין סוחר האט געוואלט מכשיל זיין רבי שמואל מקארוב און איז געווארן זיין חסידא מעשה איבער רבי שמואל מקארוב און א מתנגדישן וויין סוחר וואס האט געוואלט אים פרובירן מיט יין נסך, אבער דער רבי איז געראטעוועט געווארן דורך השגחה פרטית. די מעשה