שַׁבָּת סְלִיחוֹת

לב שומע | September 03, 2026

☆ כִּי הִיא מְקוֹר הַבְּרָכָה * תְּשׁוּבָה טוּן אִין דֶעם שַׁבָּת ☆* דֶער אוּנְטֶערְשְׁטֶער שַׁבָּת פוּן דֶער יָאר

כִּי הִיא מְקוֹר הַבְּרָכָה

קוּמֶענְדִיגֶע וָואךְ, קוּמֶען שׁוֹין אַרָאפּ אוֹיף שַׁבָּת. אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין זְהַר הַק' (בראשית דף פח.) כָּל בִּרְכָאִין דִּלְעֵילָא וְתַתָּא בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תַּלְיֵין, וכו' מִשּׁוּם וְהַהוּא יוֹמָא מִתְבָּרְכָאָן מִנֵּיהּ כָּל שִׁיתָּא יוֹמִין עִלָאִין, וְכָל חַד וְחַד יָהִיב מְזוֹנָא לְתַתָּא מֵהַהוּא בְּרָכָה דְמִתְבָּרְכָאָן בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה אַלֶע הַשְׁפָּעוֹת קוּמֶען אַרָאפּ בְּמֶשֶׁךְ דִי וָואךְ אִיז גֶעוָואנְדְן אִין דֶער שַׁבָּת פְרִיעֶר, אִין אוּם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ וֶוערְט גֶעבֶּענְטְשׁ דִי גַאנְגֶע קוּמֶענְדִיגֶע וָואךְ. קוּמְט אוֹיס לוֹיט דֶעם, אַז דֶער נֵס וָואס הָאט פַאסִירְט אִין מִצְרַיִם אִינְמִיטְן דִי וָואךְ, אִיז נִשְׁפַּע גֶעוָוארְן פוּן דֶער שַׁבָּת קוֹדֶשׁ פְרִיעֶר, דֶערְפַאר רוּפְן מִיר דֶעם שַׁבָּת: 'שַׁבָּת הַגָּדוֹל' צוּלִיבּ דֶעם וָואס דֶער עִיקָר נֵס אִיז שׁוֹין אַרָאפּ גֶעקוּמֶען אִין שַׁבָּת קוֹדֶשׁ.

אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם' כֻּלְכֶם וכו' (כט ט). עֶס שְׁטֵייט אִין זהַר הַק' (פרשת פִּנְחָס דף רלא.) בְּכָל אֲתַר וַיְהִי הַיּוֹם דָא רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וואוּ סְ'שְׁטֵייט 'הַיּוֹם' מֵיינְט עֶס רֹאשׁ הַשָּׁנָה. עֶס שְׁטֵייט אִין דִי סְפָרִים הַקְדוֹשִׁים בַּאזִירְט אוֹיף דֶעם כְּלַל פוּן דִי זֹהַר הַק' אַז דִי פָּרָשָׁה אִיז מְרַמֵז אוֹיף רֹאשׁ הַשָּׁנָה, דִי פָּסוּק זָאגְט אוּנְז: אַתֶּם נִצְבִים הַיּוֹם, אוֹיף דֶעם טָאג וָואס רֹאשׁ הַשָּׁנָה - טוּט מֶען אוּנְז אַלֶע שְׁטֶעלְן צוּם מִשְׁפָּט, אוּן דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער אִיז אוּנְז דָּן פַארְ'ן קוּמֶענְדִיגֶע יָאר.

דֶער בְּאֵר מַיִם חַיִּים עֶרְקְלֶערְט דֶעם עִנְיַן, לוֹיט וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין שֶׁלְחָן עָרוּךְ (או"ח סימן ת"ל) אַז דֶער שַׁבָּת פַאר פֶסַח וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן 'שַׁבָּת הַגָּדוֹל' אַלְס אַ זֵכֶר צוּ דֶעם נֵס וָואס הָאט דֶעמָאלְטְ פָּאסִירְט מִיט דִי אִידְן. כָאטְשׁ דֶער נֵס פוּן דִי מִצְרִים אִיז גֶעוֶוען אוֹיף י' נִיסָן וָואס דָאס גֶעפַאלְט נִישְׁט אוֹיס גֶעדֶע יָאר אוֹיף שַׁבָּת, דָאךְ רוּפְט מֶען דֶעם שַׁבָּת אֵיידֶער פֶּסַח: 'שַׁבָּת הַגָדוֹל', אוּן מֶען גִייט נִישְׁט לוֹיט דִי דָאטוּם פוּנֶעם טָאג 'י' נִיסְן', וִויבַּאלְד דִי הַשְׁפָּעוֹת פוּן דֶעם רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וֵוייל דָאס אִיז מְרֵמָז אִין רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אוּן דֶער אֱמֶתֶ'ע 'אָנְפַאנְג יָאר' אִיז גֶעבִּינְדֶען אוּן גֶעוָואנְדְן שׁוֹין אִין דֶער שַׁבָּת פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה.7

דִי אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת פוּן רֹאשׁ הַשָּׁנָה קוּמְט שׁוֹין אַרָאפּ אִין שַׁבָּת אֵיידֶער רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וְאֵין בִּפְרָט אֶלָּא מַה שֶׁבִּכְלָל, וֶוען עֶס קוּמְט דֶער טָאג וָואס הקב"ה זִיצְט אוֹיף דֶעם כִּסֵּא הַדִּין אוּן הֵיינְט אָן צוּ מִשְׁפְּטְ'ן דֶער גַאנְגֶע וֶועלְט פַאר דֶעם קוּמֶענְדִיגֶע יָאר, אַלֶעס וָואס גֵייט פָּאסִירְן לִיגְט שׁוֹין אִין דֶער שַׁבָּת פְרִיעֶר, פִּינְקְטְלִיךְ וִויפִיל גוּטְס דֶער מֶענְטְשׁ גֵייט הָאבְּן, מִי יִחְיֶה וכו', אוּן עֶס וֶוערְט נִמְשָׁךְ דֶערְפוּן פוּן דֶער שַׁבָּת אֵיידֶער רֹאשׁ הַשָּׁנָה, דֶער מְקוֹר קוּמְט פוּן שַׁבָּת.

תְּשׁוּבָה טוּן אִין דֶעם שַׁבָּת

דֶערִיבֶּער קוּמְט אַלֶעמָאל אוֹיס צוּ לֵיינֶען 'פָּרָשַׁת נִצְבִים' אוֹיף דֶער לֶעצְטֶער שַׁבָּת אִין יָאר, וָואס אִיז פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה, צוּלִיבּ דֶעם וָואס אַלֶע הַשְׁפָּעוֹת טובות פון רֹאשׁ הַשָּׁנָה אוֹיפְן קוּמֶענְדִיגֶע יָאר וֶוערְט נִמְשָׁךְ דוּרְךְ דֶעם שַׁבָּת, דֶערְפַאר לֵיינְט מֶען פָּרָשַׁת נִצָּבִים וֶועלְכֶע אִיז מְרַמֵז אוֹיף ראש הַשָּׁנָה, אוּן דֶערְבֶּער וֶוערְט גֶע'פַּסְקְ'נְט אִין שֶׁלְחָן עָרוּךְ (או"ח סימן תכח סעיף ד) לְעוֹלָם קוֹרִין אַתֶּם נִצָבִים קֹדֶם רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אֵייבִּיג לֵיינְט מֶען פָּרָשַׁת נִצְבִים פַאר

אִין בֵּית אַהֲרֹן, פְּשִׁיטָא שַׁבָּת שֶׁקֹדֶם רֹאשׁ הַשָּׁנָה צָרִיךְ לְהִתְעוֹרֵר עַצְמוֹ בִּתְשׁוּבָה לִפְנֵי הקב"ה.

אַזוֹי אוֹיךְ שְׁרֵייבְּן דִי סְפָרִים הק' אַז דֶער לֶעצְטֶע שַׁבָּת פוּנֶעם יָאר אִיז סְפֶעצִיעֶל מְסֶגָּל צוּ מְתַכֵּן זֵיין אַלֶע שַׁבָּתִים פוּן דִי גַאנְגֶע יָאר, וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין יִשְׂמַח יִשְׂרָאֵל (פר' וילך) וְעַל יְדֵי שְׁמִירָתוֹ בִּקְדֶשָׁה וּבְטָהֲרָה נוּכַל לְתַכֵּן אֶת כָּל מַה שֶׁפָּגַמְנוּ בְּכָל שַׁבְּתוֹת הַשָּׁנָה שֶׁעָבְרוּ, מִיט דֶעם שַׁבָּת קֶען מֶען מְתַקֵן אַלֶע פְרִיעֶרְדִיגֶער שַׁבָּתִים פוּנֶעם יָאר. אַזוֹי וִוי וֶוען אֵיינֶער הֵייבְּט אוֹיף נָאר דֶער אוּנְטֶערְשְׁטֶער חֵלֶק פוּן אַ שְׁטֶעקְן, שְׁטֵייט אוֹיךְ דֶער גַאנְגֶע שְׁטֶעקְן, אַזוֹי אוֹיךְ

לָאמִיר זִיךְ מְחַזֵק זֵיין אִין דִי גֶעצֵיילְטֶע טֶעג אֵיידֶער עֶס קוּמְט דֶער גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּט, צוּ מְכַבֵּד זֵיין דֶעם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ, אוּן רִיכְטִיג תְּשׁוּבָה טון אוֹיף אוּנְזֶער זִינְד, בִּזְכוּת דֶעם וֶועלְן מִיר אַלֶע בְּעֶזְרַת הַשֵּׁם זוֹכֶה זֵיין צוּ אַרֵיין גִיין אִין דִי סְפָרִים פוּן דִי צַדִיקִים אוּן וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁרִיבְּן לְאַלְתֵּר לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם.

בִּפְרָט אִין דֶעם שַׁבָּת פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וָואס פוּן דֶעם שַׁבָּת וֶוערְט נִמְשָׁךְ דִי הַשְׁפָּעוֹת פוּן רֹאשׁ הַשָּׁנָה, דֶערִיבֶּער דַארְף מֶען גֶעמֶען אִין בַּאטְרַאכְט דֶעם שַׁבָּת אוּן זֶען צוּ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט

דֶער אוּנְטֶערְשְׁטֶער שַׁבָּת פוּן דֶער יָאר

וֶוען מִיר הַאלְטְן שׁוֹין בֵּיים אוּנְטֶערְשְׁטֶער שַׁבָּת פוּנֶעם יָאר, דַארְף מֶען גֶעדֶענְקֶען אַז שַׁבָּת אִיז אַ זְמַן מְסֶכָּל אוֹיף תְּשׁוּבָה, וִוי עֶס וֶוערְט אַרוּם גֶערֶעדְט אִין סְדּוּרוֹ שֶׁל שַׁבָּת (חלק א שורש א ענף ד), און עֶר שְׁרֵיינְט דָארְט אַז שַׁבָּ"ת אִיז נוֹטְרִיקוֹן שַׁבָּת בּוֹ תָּשׁוּב, אִין שַׁבָּת דַארְף מֶען תְּשׁוּבָה טון.8

בִּפְרָט אִין דֶעם שַׁבָּת פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וָואס פוּן דֶעם שַׁבָּת וֶוערְט נִמְשָׁךְ דִי הַשְׁפָּעוֹת פוּן רֹאשׁ הַשָּׁנָה, דֶערִיבֶּער דַארְף מֶען גֶעמֶען אִין בַּאטְרַאכְט דֶעם שַׁבָּת אוּן זֶען צוּ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט

ז. אלס א זכר צו דער נס וואס האט פאסירט אין דעם טאג, ווען אלע אידן האבן צוגעבינדן א שעפסל צו זייערע בעט, וועלכע זיי האבן דערנאך גענוצט פאר דער קרבן פסח, וואס דער שעפעלע איז דאן געווען דער עבודה זרה פון די מצרים, און זיי האבן נישט געקענט טשעפענען די אידן. די פוסקים פרעגן פארוואס האט מען קובע געווען צו מאכן א זכר צו

ח. הרה"ק ר' לייבעלע אייגער זי"ע האט געזאגט, מיט דעם כלל פארשטייען מיר פארוואס מען בענטשט נישט מברכין החודש שבת פאר ראש חודש תשרי, ווייל אלע צוועלף חדשים ווערן נמשך פון ראש השנה, און דער שבת איידער ראש השנה איז דאך דער מקור הברכה, קומט אויס אז דער שבת איז אזוי ווי א קוואל וואס פון דעם גיסט זיך ארויס פאר אלע אנדערע חדשים אינעם יאר, אבער דער קוואל אליינס - שבת פאר ראש השנה - איז דאך דער מקור וואס דאס גיבט דער השפעות פאר די אנדערע חדשים.

ט. מען קען אפשר זאגן דער שייכות צווישן שבת מיט תשובה, לויט ווי ס'שטייט אין זוה"ק (ויקהל רה:) האי יומא, יומא דנשמתין הוא ולא יומא דגופא, שבת איז א טאג פאר די נשמה, און ווי באקאנט אז דער רמב"ם שרייבט אז בטבע האט יעדער מענטש ליב דער אייבערשטער, נאר וויבאלד מען ווערט אנגעלייגט מיט עבירות, ווערט די נשמה פארשמירט, אבער ווען עס קומט שבת וואס איז נישטא קיין גוף, נאר די נשמה, ווערט מען ארום גענומען מיט אהבה, און ממילא איז שבת א פאסיגע צייט צו תשובה טון אויף די עבירות, שבת איז יומא דנשמתא מען איז מער דערהויבן.

י. אפילו עס איז דער לעצטע שבת פון יאר, און מען האלט שוין סוף אלול, פארט טאר מען נישט טראכטן אז וויבאלד מען האלט שוין אזוי נאנט צו ראש השנה קען מען מער נישט אויפטון, ווייל ביים באשעפער איז חשוב יעדע קליינע פעולה פון תשובה, נישט קיין חילוק ווען, און אפילו אויב מען איז זיך מחזק אין די שבת און מען פירט זיך אויף ערליך, האט דער באשעפער א געוואלדיגע נחת, און נעמט אן די תשובה.

יא. אזוי ווי ס'שטייט אין ספר תולדות יצחק (ריש פר' עקב) והיה איז א לשון פון שמחה, עקב איז א לשון פון סוף, דאס מיינט צו זאגן אפילו מען האלט שוין סוף יאר, און מען האט נאכאלס נאכנישט תשובה געטאן, און מען כאפט זיך אין די לעצטע מינוט, און מ'פארבעסערט זיך, דאן האט דער אייבערשטער א געוואלדיגע שמחה. יפה שעה אחת קודם!

PDF Preview