Skip to content

א געשריי אין חלום

א יונגערמאן האט מיר פארציילט אז ער האט א צרה וואס ער מוטשעט זיך שוין דערמיט עטליכע יאר. איין פרייטאג צונאכטס האט ער געליינט אינעם גליון 'טהור עינים' ווי אידן נעמען זיך אונטער א קבלה אין שמירת עינים און זיי זעען ישועות. האט ער געטראכט: "וואו בין איך?"

אויפ'ן פלאץ האט ער זיך געמאכט א קבלה אין שמירת עינים. ס'איז געווען גאר גאר א שווערע קבלה, און ער האט געבעטן דעם באשעפער אז אין דעם זכות זאל ער זען א ישועה בקרוב. שפעטער, ווען ער איז געגאנגען שלאפן, ליגנדיג אין בעט, האט ער געטראכט צו זיך: "ס'קען טאקע זיין אזא זאך? איך פלאג זיך שוין אפאר יאר מיט א פראבלעם און די ישועה וועט קומען אזוי שנעל?" – דער בעל דבר ברענגט דאך אלץ אריין ספיקות.

אזוי אינמיטן די מחשבות איז ער איינגעשלאפן, און ער הערט אין חלום ווי איינער שרייט: "דעק אים אויף! דעק אים אויף!"... ער וועקט זיך אויף מיט א פחד ובהלה און ער זעט אז זיין קליין פינף חדשים'דיגע בעבי ליגט אין דעם 'קריב' נעבן אים, זייענדיג אינגאנצן איבערגעדעקט מיט א דיקע 'בלענקעט'. ווען ער האט עס אויפגעדעקט האט ער געזען ווי דאס קינד ווארפט זיך ממש און קען זיך נישט כאפן דאס אטעם.

ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עירקאנדישאן האט געבלאזן אינעם צימער, און די מאמע האט מורא געהאט אז דאס קינד וועט זיך פארקילן, האט זי ארויפגעלייגט א דיקע דעקע אויפ'ן קינד. אבער אינמיטן שלאף האט די בעבי געשלעפט די דעקע ביז ער איז געווארן אינגאנצן איבערגעדעקט און האט זיך ממש אנגעהויבן שטיקן. אויב וואלט עס דער טאטע דורכגעשלאפן, וואלט געווען א לוי' ה"י. אבער אין חלום האט אים איינער געשריגן: "דעק אים אויף! דעק אים אויף!" און דורכדעם האט דער טאטע געעפנט די בלענקעט און דאס קינד איז געראטעוועט געווארן.

זאגט מיר דער טאטע: "איך האב געקווענקלט צי א קבלה אין שמירת עינים קען ברענגען א ישועה, האט דער אויבערשטער מיר גלייך געוויזן און געראטעוועט מיין קינד ממות לחיים. הגם אונז גלייבן אלעמאל, אפילו מ'זעט נישט, אבער אסאך מאל וויל דער רבוש"ע ווייזן אז מ'זאל עס זען אפן. איך האב גענומען א קבלה, און צוויי שעה שפעטער האב איך געהאט אזא מעשה. ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!"

הרב מענדל ווייס שליט"א אין א שיעור אויף 'נאר אמונה'

PDF Preview