Skip to content

א קבלה פון נאכמיטאג ביז ביינאכט...

הר"ר ה.כ. הי"ו דערציילט:

ס'איז שוין א לענגערע צייט וואס איך פרוביר זיך צו שטארקן מיט שמירת עינים, און נישט אלעמאל איז עס אזוי גרינג. אסאך מאל האב איך יא זוכה געווען דערצו, אבער ליידער זענען געווען טעג ווען ס'איז נישט געגאנגען אזוי געשמירט. און אפילו אין א טאג ווען כ׳האב פרובירט יא אכטונג צו געבן, האט זיך אלץ געמאכט אז מ׳דארף אריבערגיין א גאס, אויפהייבן די אויגן אדער זיך אומקוקן צוליב עפעס, און מ'זעט ליידער וואס מ׳זעט. און אומבאקוועם, אבער כ'וועל זיך מקבל זיין אויסצוטון די גלעזער אין גאס, און בזכות דעם זאל ער שוין געהאלפן ווערן בקרוב.

מיין ערשטער מחשבה איז געווען צו מאכן די קבלה פאר א גאנצע וואך. אבער ווען עס איז געקומען למעשה, האב איך געשפירט אז איך קען דאס נישט. א גאנצע וואך האט מיר אויסגעזען צו גרויס און צו שווער.

כ'האב אלעמאל געוואוסט אז די בעסטע עצה פאר מיר וואלט געווען צו גיין אויפ׳ן גאס אן די גלעזער. אבער למעשה האב איך זיך קיינמאל נישט געקענט נעמען דערצו. כ'האב זיך געשעמט אז מענטשן וועלן מיר זען, און בפרט אז אמאל מאכט זיך אז מ'גייט צוזאמען מיט חברים וכדומה.

עס איז דעמאלט געווען נאכמיטאג. האב איך געטראכט צו מיר: "א גאנצע וואך קען איך טאקע יעצט נישט מקבל זיין, אבער פון יעצט ביז ביינאכט, קען איך דאך יא"... וכך הוה, כ'האב זיך מקבל געווען, אז כאטש די עטליכע שעה, פון יענעם נאכמיטאג ביז ביינאכט, וועל איך נישט ארויסגיין אויפ׳ן גאס מיט די גלעזער.

א צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו פארן קיין אויסלאנד צו א משפחה־שמחה, און ווען כ'האב געדארפט דורכגיין דעם עירפארט בין איך שוין ב"ה צוגעוואוינט פון אלס יונגער בחור אז ס'איז א דבר פשוט דארט אויסצוטון די גלעזער. דורכאויס די רייזע בין איך טאקע נישט געגאנגען מיט גלעזער, און דעמאלט האב איך ערשט אויפגעפאסט און באמערקט וויפיל ס'האט מיר אפגעהיטן! אפילו ווען כ׳האב געדארפט אויפהייבן די אויגן צוליב עפעס, אדער ווען כ׳בין געזעסן אויפ׳ן פליגער און אומווילנדיג אויפגעהויבן דעם קאפ, האב איך כמעט גארנישט געקענט זען אן קיין גלעזער.

נאכ'ן אהיימקומען פון דער נסיעה האב איך זיך געמאכט דעם חשבון אז כ'האב א נאנטן קרוב וואס מוטשעט זיך שוין זייער לאנג מיט שידוכים. מ'טראגט אים כמעט גארנישט אן, און ווען יא ווערט עס גלייך אפגעווארפן. כ'האב געשפירט אז איך מוז עפעס טון פאר אים, און אויב דאס גיין אן קיין גלעזער האט מיר אזויפיל געהאלפן אין עירפארט, דעמאלט דארף איך דאס ממשיך זיין. ס'איז טאקע שווער

איך האב ב״ה אויסגעפירט די קבלה ביז׳ן סוף פונעם טאג. און 'מצוה גוררת מצוה', ס'האט אנגעהאלטן נאך א טאג, און דערנאך נאך א טאג. די קליינע קבלה פון עטליכע שעה האט זיך ווייטער געצויגן א לאנגע צייט. השי"ת זאל העלפן ווייטער.

ב"ה אז א קורצע צייט שפעטער האט מען געבראכן טעלער און מיין קרוב האט געטראפן א שיינעם שידוך, נאך בעסער ווי אלעס וואס מ'האט שוין אנגעטראגן פריער. אבער דער עיקר חידוש בין איך שפעטער געוואויר געווארן, אז דעם שידוך האט מען צום ערשטן מאל אנגעטראגן ממש יענע נאכט, גלייך נאכדעם וואס איך האב זיך אונטערגענומען מיין קליינע קבלה צו האבן שמירת עינים אויף עטליכע שעה!

פאר מיר איז דאס געווען א מורא׳דיגער חיזוק. איך האב זיך אפילו נישט געקענט אונטערנעמען א גאנצע וואך; אבער פון דער קליינער קבלה איז ארויסגעקומען אזא ישועה פאר מיר אויפ'ן לאנגען טערמין, און אויך אזא גרויסע ישועה פאר מיין קרוב, ממש אויפ'ן פלאץ. תשועת ה' כהרף עין!

PDF Preview