Skip to content

א מעשה פארן שבת טיש

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א:

מען זעט בחוש אז סיפורי צדיקים שיינט אריין יראת שמים, זייער אסאך פראבלעמען און שוועריגקייטן וועט מען זיך איינשפארן ווען מען וועט האבן אמונת צדיקים, און דערציילן סיפורי צדיקים - עס ברענגט צו אריינבאקן אין זיך דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים', סיפורי צדיקים וועט אונז האלטן ביי אידישקייט.

יעדן טאג א מארק טאג!

(כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בעצרת חיזוק ובתעוררות לזכר הגאון רבי צבי זאב בערגער זצ"ל מו"ץ דקה"ק בבארא פארק – ג' נח תשפ"ז)

עס איז באקאנט אז דער טאטע זי"ע איז געפארן דאס ערשטע מאל קיין ארץ ישראל דאס ערשטע מאל, סוף חודש חשוון תשט"ו.

"חנוכה" איז ער געווען אין פתח תקוה. ס'איז דארטן געווען א צאנזער שטיבל, און דער טאטע האט דארטן געפראוועט יעדע נאכט, ער האט געצינדן די לעכט און געזאגט א פלפול. נאר דעם לעצטן נאכט האט ער געפיהרט אין ירושלים (אין ישיבת 'חיי עולם'), וויבאלד די ירושלימ'ער אידן האבן זייער געוואלט ער זאל קומען. צומארגנס נאכמיטאג, האט דער טאטע זי"ע געזאגט דארט א לאנגע דרשה און פלפול אין בית המדרש "מאה שערים".

עס איז דא פון דעם דרשה א באקאנטע בילד, ווי דער טאטע שטייט ביי א סטענדער, נאך מיט א שווארצע בארד, און ער זאגט א פלפול. מען קען זעהן אויפן בילד ווי ס'קאכט זיך... ער מאכט מיט די האנט אזוי, ס'איז געווען אש להבה! מ'קען אמאל זען אויף א בילד אויך... און ס'איז אפילו דא א תשובה אין 'דברי יציב' צו איינער וואס פרעגט אויף דעם פלפול.

אבער גאנץ חנוכה איז ער געווען אין פתח תקוה. דער טאטע זי"ע איז איינגעשטאנען ביי א איד, וואס האט געהייסן רבי [שלמה] מיללער ע"ה, ער איז געווען א באקאנטע מוהל, און ער איז נאך דעמאלס געווען זייער יונג. [דער איד איז נאך געווען דא ביי מיר שוין נאכדעם וואס דער טאטע איז נסתלק געווארן].

האט דער איד דערציילט אזוי. זיין שווער איז געווען הגאון ר' משה אילעוויצקי זצ"ל, א ליטווישער, און גאר גרויסער תלמיד חכם. ער האט נאך געלערנט צוזאמען מיט'ן "חזון איש" אין ליטא (אין קאסאווע). א אמת'ע תלמיד חכם וואס איז געליגן אין לערנען יומם ולילה.

דער יונגערמאן [ר' שלמה] וואס האט צוגעזען דעם טאטנס עבודה, ווען ער איז אויף טאג און נאכט, נאכט און טאג, ער לערנט, ער דאוונט, כמעט שלאפט נישט גארנישט, האט ער זיך זייער געוואונדערט. און האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי ס'קען זיין א מענטש, א ילוד אשה, זאל דינען דעם אייבערשטן ממש טאג און נאכט "יום ולילה לא ישבותו!"

איז ער געגאנגען צום שווער, און אים דערציילט, דער קלויזענבורגער רב איז יעצט דא, און ער שטייט איין ביי מיר, און דער איד א גאנצן טאג און ביינאכט לערנט ער תורה, ער נעמט אויף אידן, די דאווענען גייט שעות ארוכות, און ס'גייט אזוי נאך א טאג, נאך א טאג, און ער ווערט נישט מיד!

האט אים דער שווער געזאגט: "ביי מיר איז עס נישט קיין חידוש!" - פארוואס? האט ער געזאגט - "ביי אונז אין ליטא" - ער האט געוואוינט אין א קליין שטעטעלע - איז געווען יעדע שטיקל צייט "א מארק טאג". וואס הייסט א מארק טאג? אין די קליינע שטעטלעך איז נישט געווען די גרויסע געשעפטן, נאר סוחרים זענען געקומען פון די גרויסע שטעט, און זיי האבן אויפגעשטעלט דארטן א 'יומא דשוקא'. און זיי האבן דארטן געהאנדלט און געוואנדלט, יעדער האט ארויסגעלייגט די סחורה וואס ער האט געהאט, און אידן, אלע סוחרים וואס האבן געדארפט קויפן זענען געקומען דארט אהין. מען האט נישט געקענט פארן ווייט, מ'איז געקומען צו פארן אין די דערפער, און פאר די גאנצע געגנט האט מען געמאכט א "מארק טאג". איך האב געקענט אידן סוחרים - זאגט ער ווייטער - וואס זיי זענען געקומען, און די אידן האבן נישט געגעסן און נישט געשלאפן די גאנצע צייט, עס האט געקענט נעמען אמאל דריי פיר טעג, אדער פינף טעג. און בייטאג האבן זיי פארקויפט, און געשטאנען מיט די סחורה וואס זיי האבן ארויסגעלייגט. און ביינאכט, האבן געדארפט צוריק אריינלייגן די פריערדיגע סחורה אינעווייניג, און ארויסנעמען די פרישע סחורה. די אידן האבן נישט געדארפט עסן, און נישט געדארפט שלאפן, פארוואס? ווייל זיי דארפן מאכן נאך אפאר "קאפיקעס!", ס'איז א שאד געווען יעדע רגע! זאגט אים דער שווער: "וואס וואונדערסט זיך? ביים קלויזנבורגער רב איז יעדן טאג וואס ער לעבט א "מארק טאג!", יעדן טאג קויפט ער אריין נאך און נאך פרישע סחורה! יעדן טאג איז א מארק טאג פון תורה און עבודה! דארף ער נישט עסן, און דארף ער נישט שלאפן.

דאס איז די עבודה פון א איד. די יצר הרע רעדט אונז איין מ'זאל אויפטוישן דעם "עולם עובר" מיט'ן "עולם עומד". א מענטש פארקויפט דעם עולם עומד פאר'ן עולם עובר, וואס ער גייט דורך, וואס ער נעמט גארנישט מיט זיך. דאס איז דאך וואס די משנה זאגט "אין מלווין לו לאדם לא כסף ולא זהב, אלא תורה ומעשים טובים בלבד".

PDF Preview