א איד וואס איז דבוק אינעם אויבערשטן ווערט קיינמאל נישט אין כעס
דברי חיזוק - אידיש | October 14, 2026
- ה -
א איד וואס איז דבוק אינעם אויבערשטן ווערט קיינמאל נישט אין כעס
אֶת הָאֱלֹהִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ (ו, ט)
[נח איז געגאנגען מיטן אויבערשטן, ער איז געווען באהאפטן צו אים]
דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע טייטשט: 'נח' איז א לשון פון 'רואיגקייט', דאס איז מרמז אז מען טאר נישט זיין קיין כעסן, נאר מען דארף זיך פירן מיט א רואיגקייט.
דער פסוק איז מרמז: "את האלקים התהלך" – אויב א מענטש איז שטענדיג באהאפטן און דבוק אין השי"ת, דאן "נח" – איז ער זוכה זיך צו האלטן אלעמאל רואיג, און קיינמאל נישט ווערן אין כעס.ה
הזכרון זאת (ד"ה ונח מצא חן): את האלקים התהלך נח דהנה נח לשון נייחא דצריך להיות נייח ולא כעסן וכן הפרושים הנ"ל ומזה בא למדרגות הנ"ל וקאמר את האלקים התהלך, אם הוא תמיד דבוק בה', נח על ידי זה בא נמי ממילא להיות נח.
View The Full Article (PDF)