אפילו דער גרעסטער איד דארף שטענדיג האבן חיזוק
דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט: שטענדיג ווער איך ערשטוינט, ווען איך קום אן צו דער פסוקים וואס רעדן איבער יהושע בן נון, ווייל יהושע איז דאך געווען גאר א גרויסער צדיק, ווי דער פסוק זאגט עדות (דברים לד, ט), אז ער איז געווען פול מיט חכמה, און נאך פאר מתן תורה איז ער אויסגעוועלט געווארן מלחמה צו האלטן מיט עמלק. און מיט דעם אלעס זעט מען, אז דער אויבערשטער האט אים געדארפט אנווארענען (יהושע א, ז), אז ער זאל זיך גאר שטארק מחזק זיין און זיך שטארקן, צו מקיים זיין די תורה און צו לערנען די תורה אן אויפהער.
פון דעם זעט מען, אז יעדער איד, אפילו איינער וואס איז גאר גרויס, דארף האבן חיזוק. פארקערט, ווי גרעסער מען איז, פאדערט זיך מער חיזוק און מער שמירה ווי א צווייטן, ווייל מיט איין האָר וואס מען רירט זיך אוועק פונעם ריכטיגן וועג, קען מען חלילה אריינפאלן אין שאול תחתית.
דעם ענין געפינען מיר אויך אין קריאת שמע, אז נאכדעם וואס דער אויבערשטער וואָרנט אן, אז מען זאל אים דינען מיטן גאנצן הארץ, זאגט ער: "השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים", ווייל אפילו א גרויסער עובד ה' דארף זיך שטארק אפהיטן נישט אריינצופאלן אין שלעכטס, און אזויווי דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געטייטשט, אז א גרויסער מענטש, אין די רגע וואס ער קערט זיך אפ פונעם ריכטיגן וועג ("וסרתם") ווערט דאס פאררעכנט ווי ער וואלט געדינט עבודה זרה ("ועבדתם אלהים אחרים").