איז יצחק געווען גרעסער ווי נח?
דער טשעטשנאווער רב ז"ל וואס האט געוואוינט דא אין בארא פארק האט אמאל געזאגט א יסודות'דיגע ווארט אין חינוך. פרשת נח הייבט זיך אן מיט'ן פסוק "אלה תולדות נח", פיר וואכן שפעטער האבן מיר א פרשה וואס הייבט זיך אן מיט'ן פסוק "אלה תולדות יצחק בן אברהם". שטעלט זיך די שאלה, פארוואס איינס ווערט גערופן פרשת "נח", ווידער די סדרה וואס רעדט פון די קינדער פון יצחק אבינו ווערט גערופן "תולדות"; פארוואס זאל עס נישט הייסן פרשת "יצחק"?
זאגט ער זייער א זיס ווארט. מיר טרעפן גארנישט אין דער תורה וועגן דעם שידוך טון פון נח און וועגן זיין חתונה האבן מיט נעמה. אגב, אין מדרש שטייט אז זי איז געווען פינף הונדערט יאר עלטער פון אים. נח האט געטון א שוואכן שידוך, ער האט נישט געהאט קיין סאך קינדער, די מענטשן האבן אים געטשעפעט און אפגע'חוזק'ט פון זיין תיבה, אבער דאך האט זיך נח געהאלטן מיט זיין אמונה טהורה אין אייבערשטן.
נח האט אוודאי מקיים געווען אלע מצוות, ווי די תורה איז מעיד אז ער איז געווען אן "איש צדיק תמים", אבער דער פסוק דערמאנט גארנישט וועגן זיין אירוסין און נישואין, ווייל ער איז צוגעגאנגען צו דעם ענין פון תולדות, פון חינוך תולדות און קיום המין ווי צו נאך א מצוה, ווי איינע פון די אלע אנדערע תרי"ג מצוות.
משא"כ יצחק אבינו האט מקיים געווען מיט א מורא'דיגע התרגשות די מצוה פון קידושין, די שידוך שליסן מיט רבקה, און חינוך הבנים, ווי די תורה דערציילט בפרטיות אין די פרשיות פון חיי שרה און תולדות. ער האט געטון די אלע פעולות מיט אזויפיל מחשבה און דערהויבנקייט, מיט אזויפיל תשוקות און רצונות לעשות רצון אבינו שבשמים.
און וויבאלד יצחק אבינו האט געלייגט אזא ספעציעלן דגש אויף דער מצוה, דערפאר האט דוקא ער באקומען די פרשת "תולדות", און נישט נח. ער האט געמאכט דעם גרויסן עסק פון זיין שידוך און פון זיינע "קינדער", ער האט געהאט די שטארקע שאיפה און רצונות און יראת הכבוד פאר'ן חינוך פון דורות הבאים, ממילא האט ער זוכה געווען אז זיין פרשה זאל הייסן "תולדות" און עס זאל פאראייביגט ווערן זיין ספעציעלע חביבות און זהירות אין דער מצוה.
אן איין-מאל-אין-לעבן מצוה
דאס דארף אונז דינען אלס מוסר השכל ווי יעדע איינציגע מצוה האט א ספעציעלע חשיבות און פאדערט א ספעציעלע כוונה און התייחסות.
ליינען קריאת שמע של שחרית איז פונקט אזא מצות עשה דאורייתא און האט נישט קיין שום צד קולא מער ווי שופר בלאזן דעם ערשטן טאג ראש השנה, שאקלען לולב דעם ערשטן טאג סוכות, אדער עסן מצה די ערשטע נאכט פסח. דאך שפירן נישט מענטשן די זעלבע הרגשה און דעם גרויסן אור ביי פארשידענע מצוות.
ווען עס קומט צו דער מצוה פון קידושין, וואלט דאך געדארפט זיין די גרעסטע התחדשות. אויב תקיעת שופר און אכילת מצה איז א מצוה וואס מען טוט איין מאל א יאר, איז דאך קידושין א מצוה וואס א מענטש האפט צו מקיים זיין בלויז איין מאל אין לעבן, וואלט מען געדארפט צוגיין דערצו מיט א ספעציעלע הכנה און א מורא'דיגע הרגשה.
ס'איז אמאל אויסגעקומען צו גיין צום צירונג געשעפט פונעם אלטן חב"ד'סקער חסיד ר' לייבל סימפסאן ז"ל צו קויפן א חתן זייגער, און מיר האבן זיך אנטשולדיגט אז ס'איז די לעצטע מינוט ווייל ס'איז שוין אט דער תנאים, האט ער געזאגט אז ס'איז אייגנטליך נישט קיין שום חסרון, ווייל כאטש ביי יעדע מצוה איז א וויכטיגע עבודה די הכנה, "והכינו את אשר יביאו", אבער די איינציגסטע מצוה וואס די הכנה דערפון איז היסח הדעת, איז קידושין און פרו ורבו.
פון דער אנדערער זייט דארף יעדער חתן אריינלייגן אסאך קאפ אין מסכת קידושין און הלכות קידושין וויפיל ס'איז נוגע, בפרט פון ווען מ'ווערט א חתן ביז די חתונה. די כלה וועט מען בעז"ה האבן א גאנץ לעבן, די שטריימל וועט מען האבן לאנגע יארן און דאן קויפן אן אנדערע, אבער מצות קידושין וועט מען האפנטליך טון נאר איין מאל אין לעבן, דארף עס א באזונדער שטארקע הכנה און שטארקע עבודה, אזוי ווי מיר זעען ביי יצחק אבינו.
די וויכטיגקייט פון "חינוך עצמו"
די אנדערע מצוה אין וואס יצחק האט זיך אויסגעצייכנט, דער ענין פון חינוך, איז זיכער עפעס פון וואס מיר אלע דארפן זיך אפלערנען.
"פרשת תולדות" איז א פרשה וואס יעדער איד וויל האבן און וויל מצליח זיין דערין, און די תורה איז דא מדגיש, מעשה אבות סימן לבנים אז ס'פאדערט זיך פאר יעדן מענטש אריינצולייגן כח און מוח אין זיין אייגענע חינוך הילדים און גידול הבנים, ס'זאל זיין אן עסק און א נושא און א שאיפה, ווייל אין דעם ליגט דער עתיד פון זיינע דורות און פון כלל ישראל.
געווענליך היינט ווען מ'וויל מפרסם זיין א זאך און פרובירן אז ס'זאל כאפן די אויגן פון מענטשן, איז איינע פון די זאכן צו פרובירן צו טרעפן דערין עפעס א סגולה לעשירות, א סגולה לפרנסה. אבער יעדער פארשטענדליכער מענטש וואלט געדארפט טאנצן הונדערט מאל מער ווען ער זעט א סגולה אויף גוטע קינדער ווי אויף עשירות. דאס איז דאך אונזער גאנצע מציאות, אונזער גאנצע לעבן, אונזער גאנצע נצחיות.
דער בריסקער רב האט געזאגט אויף זיך א ביטוי אז ער האט נישט קיין רגע מסיח דעת געווען פונעם חינוך פון זיינע קינדער. מען דערציילט אז ער האט נישט געלאזט זיינע קינדער זיך חבר'ן נאר מיט צוויי אנדערע קינדער אין דער גאנצער שטאט בריסק, און מ'ווייסט ווער די צוויי יונגלעך זענען. זעט מען טאקע ווי ער האט איבערגעלאזט אזעלכע גאונים וראשי ישיבות און אלע זיינע דורות האבן א מורא'דיגן עכטן חותם פון בריסק.
עס איז קיינמאל נישט צו פרי צו אנהייבן מיט חינוך. דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע שרייבט ערגעץ אז דער גיל צו מחנך זיין הייבט זיך שוין אן גאר יונג, ביי ארום דריי פיר יאר אלט.
א איד איז געקומען צום חפץ חיים בעטן אן עצה אדער הדרכה אויף חינוך, האט ער אים געפרעגט ווי אלט דאס קינד איז, האט דער טאטע געזאגט פינף יאר. האט דער חפץ חיים אים געזאגט: דו ביסט שוין זעקס יאר שפעט... דו האסט געדארפט קומען א יאר פאר דאס קינד איז געבוירן געווארן!
דער אמת איז אז אין א געוויסן זין האלט נאך יעדער איינער פון אונז א יאר פאר'ן געבוירן ווערן און מיר קענען זיך שטענדיג בעסער מחנך זיין און זיך כסדר אלץ מער פארבעסערן. אפילו א מענטש האט שוין א שטוב מיט קינדער שפילט ער כסדר א וויכטיגע ראלע און קען העלפן מחנך זיין זיינע דורות דורכ'ן פארבעסערן זיך אליין.
ווען א זיידע שטייט אויף פארטאגס, בארימען זיך אלע אייניקלעך מיט דעם, אויסער וואס מ'רופט עס אויס ביים מצוה טאנץ... בטבע ווילן קינדער זען בשבחו ובמעלתו פון זייער טאטע און זיידע, און ס'געט א שטארקן חיזוק פאר די אייניקלעך און אור אייניקלעך ווען זיי ווייסן אז זיידי איז שוין אין שול פינף אזייגער.
יעדע גוטע זאך וואס א טאטע, א זיידע צי אן עלטער זיידע פירט איין, וואס מער גוטע הנהגות ער לייגט צו און איז זיך אליין מחנך, איז דאס נאך א זאך וואס די קומענדיגע דורות וועלן ארויפקוקן און מעריך זיין. או-הא, זיידי זאגט אויס תהלים יעדן טאג; ס'גייט נישט דורך א טאג וואס ער לערנט נישט; ער לערנט שבת נאכמיטאג; ער רעדט קיינמאל נישט קיין לשון הרע; ער מאכט קיינעם נישט אוועק; ער איז נישט מצער קיין מענטש; ער ווערט נישט אין כעס. יעדע דבר טוב און יעדע קלייניגקייט איז א פרישע מעלה וואס וועט געשעצט ווערן און בעזהשי"ת אויך נאכגעמאכט ווערן ביי קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך.
חינוך הייבט זיך אן ביי זיך זעלבסט
א איד וואס האט זיך געמוטשעט מיט א קינד, איז אמאל געקומען צו הרה"ק רבי נטע דוב מווילעפאלי זי"ע און אים געבעטן א ברכה אז דאס קינד זאל ליב האבן דעם אייבערשטן און מורא האבן פון אייבערשטן, האט ער אים געענטפערט מיט א זיסקייט: מיין זיסער איד, ס'איז תלוי אין דיר, לפי וויפיל דו וועסט זיך צושטעלן, במקום וואס קיינער זעט נישט און בזמן וואס קיינער זעט נישט, ווען נאר דער אייבערשטער וואס איז צופה נסתרות זעט, דעמאלט וועט דער אייבערשטער משפיע זיין אויף דיינע קינדער אויך.
דער ייטב לב טייטשט, "גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יבורך", ווי א גרויסער גבור, "איזהו גבור הכובש את יצרו", לויט וויפיל א מענטש איז א גבור בינו לבין עצמו און באקעמפט זיין ארציות, אזויפיל וועט ער זוכה זיין אז "יהיה זרעו דור ישרים יבורך". "הנסתרות לה' אלקינו", וויפיל א איד פירט זיך בהסתרה ווי עס דארף צו זיין, "והנגלות לנו ולבנינו", וועט ער זוכה זיין צו זען גוטע און ערליכע קינדער.
דער ייטב לב זאגט נאך א חידוש דא אין פרשת נח. ער טייטשט "אלה תולדות נח - נח", אז נח האט זיך אליינס געבוירן. דאס זעלבע טייטשט ער (בראשית י, כא) "ולשם יולד גם הוא", שֵׁם האט זיך אליינס געבוירן. וואס מיינט דאס אויף אונזערע ווערטער? אז א מענטש קען זיך אליינס געבוירן און ווערן ווי זיין אייגענער טאטע, דערפאר איז נח געווען ווי דער קינד פון נח, דאס הייסט ער האט צוגעשטעלט א געוויסן חינוך פאר זיך אליין, ער האט זיך זעלבסט מחנך געווען, ער האט געשאפן אין זיך נייע תכונות.
דער רמב"ם זאגט אז עס זענען דא געוויסע תכונות הנפש וואס א מענטש ווערט געבוירן דערמיט, אנדערע תכונות הנפש קומען פון דער סביבה, ווידער זענען דא אזעלכע תכונות וואס א מענטש מאכט אין זיך אליינס. "נח הוליד את עצמו", ער איז געווען זיין אייגענער טאטע.
די זעלבע בחינה געפינען מיר ביי אברהם אבינו, ווי דער תפארת שלמה זאגט אז אברהם איז געווען פטור פון כיבוד אב אויף תרח, ווייל עס איז גערעכנט כאילו ער האט זיך אליין געבוירן, וויבאלד ער האט זיך אויסגעארבעט און מזכך געווען אפילו דעם חלק האב.
קיינמאל נישט צו שפעט זיך צו טוישן
עלטערן קענען זיך אמאל וואונדערן אויב זייער פארבעסערונג קען נאך אויסמאכן אויף זייערע קינדער, אדער אפשר איז שוין צו שפעט אז זייער תיקון המעשים זאל האבן א השפעה אויף די קינדער. צום ביישפיל, אויב א טאטע איז א כעסן, און ער האט שוין פינף קינדער וואס האבן די זעלבע נטיה, נאכדעם ארבעט ער אויף דער מידה און רייסט אויס פון זיך די מידת הכעס, וועט עס משפיע זיין אויף די פינף קינדער וואס ער גייט נאך האבן אדער נישט?
קודם, פראקטיש גערעדט, אויב די נעקסטע פינף קינדער וועלן זען א דוגמא פון א טאטן וואס ווערט נישט אין כעס, וועט עס האבן א שטארקע השפעה אויף זיי. אבער לויט'ן דערמאנטן ייטב לב זעען מיר נאך א טיפערע בחינה, אז א מענטש קען זיך פונדאסניי געבוירן, דאס הייסט ער קען ווערן זיין אייגענער טאטע, זיין אייגענער חלק האב המוליד את עצמו, און אויב אזוי איז דאך כל שכן וכל שכן אז ער קען איבערמאכן דעם חלק פון זיינע קינדער. די גאנצע סיבה פארוואס קינדער האבן די טבעיות פון זייער טאטן איז ווייל זיי זענען א פועל יוצא פון זייער טאטן, איז מה-דאך זיך אליין קען א מענטש גענצליך טוישן און איבערמאכן, איז אוודאי אז ער קען משנה זיין זיינע קינדער.
אזוי איז אויך משמע אין מהר"ל. די גמרא (בבא קמא נ.) דערציילט אז די טאכטער פון נחוניא חופר שיחין איז אריינגעפאלן אין א גרוב, און דער טאטע האט געוואוסט אז זי וועט געראטעוועט ווערן ווייל "דבר שאותו צדיק מצטער בו, יכשל בו זרעו?", זאגט אויף דעם דער מהר"ל, אז א קינד איז דאך זיכער מער מעשה ידיו פון א מענטש ווי א גרוב, ממילא זענען קינדער פון א צדיק זיכער גלייך צו מעשי ידם, און פונקט ווי מעשי ידיו ווערט נישט נתקלקל, איז אוודאי לא יכשל בו זרעו.
אין דעם הערליכן ליקוט מעדנים לנפשך, ברעגט ער פון א ספר בשם דעם הייליגן בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע, אז דער בעלזער רב האט געזאגט: ווען א איד טוט תשובה און ער פארבעסערט זיך, ער איז משנה פון זיינע פריערדיגע וועגן און ער פאררעכט זיינע חלקים וואס האבן געדארפט א תיקון, איז דאס אויטאמאטיש מתקן אויך דעם 'חלק האב' וואס איז דא אין די קינדער.
אין רזא דעובדא (שער האותיות, עמוד ק"א) ברענגט ער אז רבי מאיר'ל קרעטשניפער זי"ע, א זון פון רבי ר' מרדכי'לע מנדבורנא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, האט אמאל געזען א איד שלאגן א קינד, האט ער אים געזאגט, וואס שלאגסטו דאס קינד? שלאג דיך אליינס?! ער האט געמיינט צו זאגן, דו ביסט ברוגז אויף דעם וואס דיין קינד איז נישט ערליך? ער איז נישט ערליך ווייל ס'איז דא אין אים דער 'חלק האב', און דו ביסט דאך דער טאטע, איז פארוואס שלאגסטו דיין קינד, שלאג זיך אליין!
אויך די נאטור איז אז ווען א מענטש האט א געוויסע נישט גוטע מדה, למשל ער איז א כעסן, ווערט ער מער אויפגעברויזט און גערעגט אויף זיין קינד ווען ער זעט זיינע אייגענע טבעיות'ן אין אים. דער אמת איז אבער, ער דארף ארבעטן אויף זיך אליין! עס קומט נישט יעצט צו שלאגן דאס קינד ווייל בעצם איז ער ברוגז אויף זיך זעלבסט, און די פעטש וועט ממילא קיין סאך נישט העלפן, ווייל אויב וועט מען נישט אויסארבעטן די אייגענע מדות וועט זיך עס אויטאמאטיש ארויסווייזן ביי די קינדער.
אלזא, די ערשטע נקודה וואס מ'דארף געדענקען, איז די גרויסע וויכטיגקייט פון חינוך אויף זיך זעלבסט. דער בעסטער חינוך מיטל פאר גוטע קינדער, איז דאס מחנך זיין זיך אליין. "חנוך לנער על פי דרכו", אויף וועלכע וועגן דער מענטש אליין גייט, וויאזוי ער אליין פירט זיך, דאס וועט זיין דער חינוך וואס זיין קינד וועט באקומען.
א "זיסע" חינוך
ווען עס קומט צו מחנך זיין די קינדער, איז דער ערשטער יסוד אריינצוברענגען אין זיי א זיסקייט.
ס'איז היינט א שווערע וועלט, ס'איז א וועלט וואס געט אסאך זיסקייט אין גשמיות - זיסקייט אין נאש, זיסקייט אין כלים, זיסקייט אין כל מיני שפילערייען, און אין זייער אסאך זאכן פרובירט מען היינט אריינצולייגן אסאך זיסקייט.
זה לעומת זה, דארפן מיר די ערשטע זאך זען צו אריינגעבן אין די קינדער די געוואלדיגע טעם און זיסקייט פון תורה ועבודה.
אין נתיבות שלום ברענגט ער בשם דעם בעש"ט הק', אז דער בעל שם טוב האט געזאגט, אז דאס זאגן פאר א מענטש וועגן דעם יום המיתה און וועגן א גיהנום, דאס פלאקערט נישט אויף א מענטשנ'ס הארץ צו דינען דעם אייבערשטן. נאר אז מ'וויל אריינברענגען א תשוקה אין א איד צו דינען השי"ת, דארף מען ארויסברענגען די זיסקייט, ליכטיגקייט און גוטסקייט פון רוחניות, פון קדושת האדם, פון מידות טובות, פון התמדת התורה, פון זיין א תלמיד חכם. די שיינקייט און הערליכקייט פון א איד'ס לעבן. דאס איז דער וויכטיגסטער חלק, אז רוחניות און עבודת השם זאל זיין זיס און אנגענעם.
יעדע זאך אויף דער וועלט קען מען זאגן אויף צוויי וועגן. מ'קען זאגן פאר א קינד "גיי ארויס פון דיינינג רום", "גיי ארויס פון שבת צימער", אדער קען מען אים זאגן, "גיי אריין אין שלאף צימער", "גיי אריין אין שפיל צימער". מ'קען זאגן פאר א קינד "גיי ארויס, טאטי וויל יעצט עפעס רעדן מיט מאמי", אדער קען מען זאגן, "אפשר גייסטו יעצט טון עפעס אן אנדערע זאך אין אן אנדערע צימער"; מ'קען זאגן "שוין ווייטער דארף איך דיר הייסן גיין טון דאס און דאס", אדער "איך האב דיך זייער ליב, איך וואלט געוואלט זאלסט יעצט גיין טון די און די זאך". יעדע זאך קען ווערן געזאגט אויף אן אופן וואס איז שטעכעדיג אדער אויף אן אופן וואס איז זיס און ליבליך.
אן "עונש" פון א בלאט גמרא
דער ענין פון מעניש זיין איז געווארן היינט זייער א שווערער נושא. עס איז דא סתם מעניש זיין אין דער וועלט אריין, וואס איז גאר אנדערש ווי א געמאסטענע עונש מיט א חשבון און טאקע בלויז מיט'ן ציל פון מחנך זיין. אין פאנעוויטש איז געווען א משגיח הרב גראסבארד, וואס פלעגט געבן פאר בחורים אזא סארט עונש וואס האט זיי אייגנטליך געברענגט א ריוח.
צום ביישפיל, ער האט מעניש געווען א בחור אז ער זאל לערנען א גאנצע מערכה אין רבי עקיבא איגר. דער בחור האט זיך געמוטשעט עס צו לערנען און ער האט עס געמוזט פארשטיין, ווייל דאס איז געווען א חלק פונעם עונש. די בחורים פלעגן גיין בעטן הילף און פרעגן פשט ביי זייער מגיד שיעור, שואל ומשיב, אדער ביים ראש ישיבה רבי מיכל יהודה לעפקאוויטש. און נאכדעם האט דער בחור עס געמוזט איבערזאגן און זיך פארהערן ביים משגיח צי ביים מנהל. אונטערשטע שורה איז דער בחור נענש געווארן, ער האט זיך געדארפט מוטשען, אבער ער איז למעשה ארויסגעקומען מיט א גוטן ריוח, ער האט געקענט א מערכה אין רבי עקיבא איגר.
א בחור וואס קען דאס נישט באווייזן קען מען געבן צו שרייבן א תמצית פון גמרא, אדער ער זאל זיך פארשרייבן א שיעור כללי, און נאכדעם קען מען אויך מכבד זיין דעם בחור צו פארלערנען די שיעור כללי. א בחור וואס האט נישט די כשרונות דערצו, קען סתם אראפשרייבן די גמרא, אבער דער עיקר איז אז דער בחור זאל כאטש בלייבן מיט עפעס.
די עצה פונעם בעש"ט: אהבה
אין אמרי פנחס אין שער טהרת המדות (אות לח) ברענגט ער אז אמאל איז א איד געקומען צום בעל שם הקדוש און געבעטן א ישועה וועגן זיין זון וואס איז געווארן א כופר און איז נעבעך ארויס לתרבות רעה. האט אים דער בעשטה"ק געזאגט אז ער זאל נאך מער ליב האבן זיין קינד, "ועל ידי זה יצא מהכפירה".
אויב ליב האבן א צווייטן העלפט צו מציל זיין יענעם פון כפירה, איז דאך כל שכן ווען עס רעדט זיך פון א איד וואס גלייבט אין אייבערשטן, וויפיל וועט עס אים אויפהייבן אז ער פילט אז דער טאטע האט אים עכט ליב.
דער חזון איש האט דערציילט אז דער חתם סופר האט מורא'דיג ליב געהאט זיינע תלמידים, ממש מיט אן אויסטערלישער הערצה און אהבה, און דער חתם סופר האט אמאל געזאגט אז ער האט מסתיר געווען זיין אהבה און האט עס נישט אזוי שטארק ארויסגעוויזן בפומבי, ווייל ער האט שטארק געליטן פון די בעלי בתים אין שטאט וואס האבן אים מצער געווען, און ער האט מורא געהאט אז אויב זיי וועלן זען ווי שטארק ער האט ליב זיינע תלמידים, וועלן זיי אים וועלן אפטון און וועלן גיין מצער זיין די תלמידים. עד כדי כך איז געווען די אהבה פון חתם סופר צו זיינע תלמידים. און אויב דאס איז געווען צו תלמידים, קל וחומר די נאטירליכע אהבה פון עלטערן צו זייערע קינדער.
די ליבשאפט אין הארץ דארף זיך ארויסגיסן אינדרויסן אז מ'זאל זיך טאקע אויך פירן מיט ליבליכקייט צו די קינדער. נישט ווערן גערעגט, נישט שרייען, און קיינמאל זיי נישט משפיל זיין. אנשטאט "דו ביסט א מחוצף", קען מען זאגן "דאס ווארט איז א ווארט פון חוצפה". אנשטאט "דו ביסט א ליגנער", קען מען זאגן "דאס ווארט איז אפשר נישט אמת". נישט זיי אראפקלאפן, דערנידערן, אדער דערשלאגן. א קינד מוז וויסן און פילן אין זיין הארץ און זיין אמת'דיג איבערצייגט אז מיין טאטע און מאמע האלטן פון מיר.
א חלק פון אהבה איז ארויסווייזן אינטערעסע און געדולד צום קינד. זאל יעדער טראכטן פאר זיך, וויפיל געדולד האב איך עכט צו די קינדער? אויסער נעמען א מלמד פרטי צו לערנען מיט'ן קינד, מעג מען אליין אוועקגעבן צייט פאר'ן קינד, און ס'האט א מורא'דיגע השפעה ווען א טאטע לערנט א לימוד צוזאמען מיט'ן קינד, ווי עס שטייט פון פריערדיגע צדיקים. עס קען זיין אפילו בלויז א משנה א טאג, צי פינף מינוט א טאג משנה ברורה, צי א געוויסן ספר פרייטאג און שבת, יעדע לימוד צוזאמען העלפט בויען א שטארקן, אינערליכן, געזונטן קשר און שייכות מיט'ן קינד.
א מענטש וועט זיך אפט אוועקגעבן פאר א צווייטן, פאר א פרעמדן, פאר א שכן, פאר א יתום. אבער וואס טוט זיך מיט דיינע אייגענע "יתומים", דיין אייגענע "אלמנה", דיין אייגענע "גרושה"? אנדערע קומען דען פריער ווי די אייגענע משפחה?! די אייגענע קינדער קומען דען שפעטער ווי פרעמדע? נאר זעט אויס אז ס'איז דא אין דעם א מורא'דיגע נחיצות און תכלית, דערפאר איז דער נסיון אזוי גרויס. דער יצר הרע וויל מען זאל ענדערש ארויסגיין און טון חסד מיט יעדן איינעם - אבי נישט די אייגענע משפחה!
א סגולה פאר בנים צדיקים
היינט איז דאך א וועלט פון סגולות, ווערט געברענגט א סגולה אויף גוטע קינדער אין כתבי הקודש פון פשעווארסק (מכתב נ"ז), ווי רבי יענקעלע פשעווארסקער זכרונו לברכה האט פארציילט וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן, איבער דעם זכות פון די מאמע פון רבי ר' אלימלך פארוואס זי האט זוכה געווען צו אזעלכע הייליגע קינדער.
האט רבי יענקעלע פארציילט, אז די מאמע פון רבי ר' אלימלך איז געווען א יפת תואר, דאס איז זיין לשון דארטן אין בריוו, און זי האט געהאט א שענק-הויז וואו איינוואוינער פלעגן קומען טרינקען בראנפן און שיכור'ן, פלעגט זי גיין אנגעהאנגען אויפ'ן פנים אזא שטיקל סחורה אויפ'ן פנים, און זי האט גערעדט אזוי שלעפעריג, אונטער דער נאז, אז ס'זאל זיין מאוס בעיני פון מענטשן, עס זאל אויסזען ווי זי איז נישט אזוי הונדערט פראצענט מיט אלעמען, אז קיינער זאל נישט האבן קיין שום חששות אויף איר. און אין זכות פון דעם וואס זי איז געווען אזוי שטארק צניעות'דיג, זאגט רבי יענקעלע אינעם בריוו, האט זי זוכה געווען צו אזעלכע קינדער, אסאך גרעסער ווי מלאכים, די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושא. רבי יענקעלע ענדיגט דעם בריוו מיט'ן לשון אז איר פעלט שוין גארנישט אין גן עדן.
דער אמת איז אז ס'איז א גמרא אין יומא (מז.). "תנו רבנן, שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה. אמרו לה חכמים, מה עשית שזכית לכך? אמרה להם, מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי". צניעות איז א זאך וואס יעדער האט עפעס וואס מ'קען צולייגן און מוסיף זיין, און דער באשעפער העלפט אז אין זכות פון צניעות האט מען גוטע קינדער.
סגולות פאר גוטע קינדער
שטייט אין אמרי קודש פון הייליגן סטרעליסקער (שער הקדושה אות קמג), אז א מענטש וואס היט זיך די אויגן, וועט אויפציען זיינע קינדער אן קיין צער ["השומר עיניו, יחיו בניו ויגדלם בלא צער, ויציל אותם על ידי זה ממקרי הזמן"].
אן אנדערע סגולה געפינען אין מהר"ל (נר מצוה חלק ב'). די גמרא זאגט, "הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים", איז דער מהר"ל מדייק, פארוואס שטייט נישט פון וועלכע לעכט מען רעדט דא, "הרגיל בנר שבת" צי "הרגיל בנר חנוכה"? זאגט דער מהר"ל אז עס שטייט דוקא "הרגיל בנר", ווייל יעדע נר של מצוה האט די סגולה פון בנים תלמידי חכמים און צדיקים. יעדער האט די מעגליכקייט צו מנדב זיין די לעקטער אין א בית מדרש, אין א היכל התורה, אין א ישיבה, וואס דאס הייסט "נר למאור" און איז מסוגל פאר גוטע קינדער.
מ'זאגט נאך פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע אז צו בענטשן ברכת המזון אינעווייניג אין א סידור איז מסוגל אויף גוטע קינדער. בעצם איז דאס א גוטע זאך, ווייל ס'שטייט שוין אין חינוך מ'זאל בענטשן אין א סידור.
אין נפש כל חי פון רבי חיים פאלאג'י, ברענגט ער אז נישט רעדן לשון הרע איז א סגולה אויף גוטע קינדער.
אויב א מענטש שפירט אז ער קען נישט באווייזן נישט צו רעדן קיין שום לשון הרע, קען ער זיך כאטש אונטערנעמען אז אויף כאטש איין געוויסן מענטש וועט ער קיינמאל נישט רעדן קיין לשון הרע, און דאס זאל ער טון לסגולה. נישט אז ס'איז דא א היתר צו רעדן לשון הרע, אבער אז א מענטש וויל אנהייבן ארבעטן צו טון די סגולה אויף גוטע קינדער, קען ער אנהייבן מיט א קבלה אז אויף יענעם איינעם מענטש רעד איך נישט קיין לשון הרע.
כל שכן וכל שכן אויב ס'איז דא אין די משפחה א מחלוקת, און א מענטש איז זיך מרגיל אז ער גייט נישט רעדן וועגן די מחלוקת, בפרט נישט אין שטוב, ער גייט נישט רעדן אויף זיין ברודער, צי שוואגער, צי פעטער, צי סיי ווער דער אנדערער צד זאל נאר זיין, איז בוודאי אז ס'איז א גרויסער זכות, "ויזכה לבנים צדיקים".
•••
דער באשעפער זאל געבן די זכיה אז יעדער איינער פון אונז, און אונזערע קינדער, זאל זיין א "פרשת תולדות", און ס'זאל זיין "שם ויפת", גוטע נעמען, ערליכע נעמען. מיר זאלן אלע האבן די שכל און סייעתא דשמיא צו געבן דעם ריכטיגן חינוך און מיר זאלן האבן נחת פון יעדן פון אונזערע קינדער, מיר זאלן זוכה זיין צו בנים צדיקים קדושים וטהורים, בלתי לה' לבדו, וואס זאלן זיין אזוי גרויס ווי יעקב אבינו, קדושינו קדוש יעקב.
זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן שפירן אז די ליכטיגקייט אין לעבן איז נאר רוחניות, מיר זאלן שפירן א זיסקייט אין תורה, אין יראת שמים, אין מצוות ומעשים טובים, און מיר זאלן טון גוטס פאר א צווייטן איד, משפיע זיין און זיך אוועקגעבן פאר אנדערע מענטשן, און אלעס זאל קומען מתוך רחמים וחסדים גדולים ובהרחבה גדולה עד מאוד, ובא לציון גואל, אמן.