דאווענען מיט ענוה און מיט חיות
דאווענען מיט ענוה און מיט חיות
וַיֹּאמֶר ה' לְנֹחַ בֹּא אַתָּה וְכׇל בֵּיתְךָ אֶל הַתֵּבָה (ז, א)
און דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח: קום אריין, דו און דיין גאנצע פאמיליע, אין די תיבה
הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע האט געטייטשט: אז דו זאגסט א ווארט פארן אויבערשטן ("תיבה" איז א לשון פון 'א ווארט'), זאלסטו אריינגיין אינאיינעם מיט אלע דיינע רמ"ח איברים אין דעם ווארט.
ס'איז געווען א געוויסער מענטש וואס איז געשטאנען דארט, און האט געהערט דעם טייטש פונעם קאברינער, האט ער אים געפרעגט: "וויאזוי איז מעגליך, אז א גרויסער מענטש זאל אריינגיין אין א קליינע ווארט?" האט דער קאברינער געענטפערט: "פון דעם מענטש וואס האלט זיך גרעסער פון דעם ווארט, פון אזא מענטש רעדן מיר נישט".
דערנאך האט ער אויסגעפירט, דער פסוק זאגט (ו, טז): "צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה", די כוונה איז: א ליכטיגקייט זאלסטו מאכן צום וואָרט. דאס מיינט, אז דו זאלסט באלייכטן די ווערטער וואס דו זאגסט ארויס אין תורה און תפילה, אז אלעס זאל זיין באלאכטן מיט א חיות פונעם אויבערשטן.