דער כח פון בטחון קען דיר שטארקן אפילו אין די שווערסטע מצבים!
דער כח פון בטחון קען דיר שטארקן אפילו אין די שווערסטע מצבים!
וְהָיָה בְּעַנְנִי עָנָן עַל הָאָרֶץ וְנִרְאֲתָה הַקֶּשֶׁת בֶּעָנָן (ט יד)
און ווען איך וועל וועלן ברענגען א פינסטערע צרה אויף דער וועלט, און עס וועט געזען ווערן דעם בויגן אין די וואלקן
הרה"ק מאיזביצא זי"ע טייטש אריין אין דעם פסוק א מורא'דיגע בחינה. 'ענן' איז מרמז אויף יראה און באהאלטנקייט (א וואלקן פארשטעלט), און 'קשת' איז מרמז אויף שטארקייט און פעסטקייט (א פייל און בויגן), און השי"ת האט צוגעזאגט פאר נח 'ונראתה הקשת בענן', אז אפילו ווען אידישע קינדער וועלן זיין בבחינת 'ענן', זיי וועלן ח"ו דורכגיין שווערע מצבים, און זיין אין א מצב פון פחד און הסתרת פנים, דאך וועלן זיי בלייבן שטענדיג בבחינת 'קשת', דהיינו זיי וועלן האבן א שטארקע און פעסטע בטחון אין השי"ת, און זיי וועלן נישט ווערן צובראכן און געפאלן ביי זיך פון אלעם וואס גייט אריבער אויף זיי.
דאס איז פשט אין דאס וואס שטייט אין זוה"ק (ח"א דף ע"ב) 'לא תצפה לרגלי דמשיחא עד דתחזי קשתא בגוונין נהורין' [דו זאלסט זיך נישט רעכטן אויף משיח, נאר ווען דו וועסט זען דעם 'קשת' אין ליכטיגע קאלירן], דאס מיינט צו זאגן, אז נאר ווען די גרויסקייט און שטארקייט פון השי"ת וועט זיין ביי דיר אזוי קלאר, ממש ווי עס וואלט געלאכטן מיט אלע קאלירן, דעמאלטס קענסטו זיך רעכטן אז משיח וועט שוין אט אט קומען.
דאס האט רבי שמעון בן יוחאי געפרעגט פון רבי יהושע בן לוי (כתובות עז:) 'נראתה קשת בימיך'? [אין דיינע צייטן איז געזען געווארן א 'קשת'?], ס'שטייט נישט 'ראית קשת מימיך' [דו האסט אמאל געזען א 'קשת' אין דיינע צייטן?], ווייל 'נראתה' איז א לשון הוה, און רשב"י האט אים געמיינט צו פרעגן צי די 'קשת' איז שטענדיג געזען געווארן אין דיינע צייטן, ווייל אין די צייטן פון רשב"י זעלבסט האט מען שטענדיג געזען דעם 'קשת'.
און וואס איז דאס די 'קשת' און די שטארקייט פון אידישע קינדער? דאס איז די פרשה פון 'שמע ישראל', וואס דארט שטייט די הייליגע אמונה, וואס דאס גיבט אריין א שטארקייט אין די הערצער פון די אידן וואס האפן צו השי"תטז.
טז מי השלוח פ' נח: והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן. ענן היינו יראה והסתר, וקשת היינו מבטח עוז, כי בכל תוקף היראה יהיה לך בטחון גדול וזאת הבטיח הקב"ה לנח. וזה שנאמר בזוה"ק [בראשית ע"ב ע"ב] לא תצפה לרגלי דמשיחא עד דתחזי קשתא בגוונין נהורין, היינו שיהיה התקופות מהש"י בולט ומפורש נגד עיניך אז תצפה לרגלי דמשיחא. וזה ששאל רשב"י את ריב"ל [כתובות ע"ז ע"ב] נראתה הקשת בימיך ולא שאל אותו בלשון ראית, דנראתה משמע לפעמים ולא בתמידות, ולרשב"י היתה הקשת בתמידות. והקשת והתקופות של ישראל הוא הפרשה שמע ישראל שהוא נותן תקופות בל המיחלים לחסדו.