Skip to content

דער אויבערשטער קוקט אויף דיין פנימיות'דיגע גוטס!

וַיָּבֹא נֹחַ... אֶל הַתֵּבָה מִפְּנֵי מֵי הַמַּבּוּל (ז, ז)
און נח איז אריינגעקומען צו די תיבה, צוליב די וואסער פון די מבול

רש"י ברענגט פון חז"ל (בראשית רבה לב, ו), אז נח איז געווען פון די קליינע מאמינים, ער האט געגלייבט און נישט געגלייבט.

הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע פרעגט, אז לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, ממה נפשך, אויב האט ער געגלייבט, איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט נישט געגלייבט, און אויב האט ער נישט געגלייבט, איז נישט שייך צו זאגן, אז ער האט געגלייבט? ווי אויך דארף מען פארשטיין, וויאזוי קען מען זאגן אויף אזא צדיק ווי נח, אז ער האט נישט געגלייבט, דער אויבערשטער אליין האט דאך געזאגט אויף אים (ז, א): "כי אותך ראיתי צדיק לפני"?

נאר די טיפע כוונה פונעם מדרש איז, אז נח איז דאן געווען אין א מדריגה פון אן עובד ה' וואס קען נאך צומאל אראפפאלן פון זיין מדריגה, אבער מיט דעם אלעם פלעגט ער זיך תיכף שטארקן מיט א נייע אמונה, צוריק אנצוהייבן מיט זיין עבודת ה' פונקט ווי פריער, און אין די רגע וואס ער איז אראפגעפאלן פון זיין קלארע אמונה ווערט דאס אנגערופן אז ער האט נישט געגלייבט, און אין די רגע וואס ער האט זיך מחזק געווען מיט א נייע אמונה ווערט דאס צוריק אנגערופן אז ער גלייבט.

וויבאלד דער אויבערשטער ווייסט וואס טוט זיך טיף אינעווייניג אינעם מענטש, דעריבער האט ער אים אנגערופן 'צדיק', ווייל ער האט מגלה געווען אז באמת איז נח געווען א צדיק תמים מיט א ריינע אמונה שלימה, ווייל אין זיין פנימיות איז באמת געווען באהאלטן א פעסטע, אומרירבארע אמונה, און אזויווי מען זעט, אז פון אים איז ארויסגעקומען אזא הייליגער אייניקל ווי אברהם אבינו וואס איז געווען דער סימבאל פון אמונה (זע בראשית טו, ו; נחמיה ט, ח).

PDF Preview