Skip to content

דער אויבערשטער נעמט אן די תפילות פון די צעבראכענע אידן!

דער אויבערשטער נעמט אן די תפילות פון די צעבראכענע אידן!

רבי אשר פון סטאלין איז ממשיך: איך האב געהערט פון מיין הייליגן רבי'ן רבי שלמה פון קארלין זי"ע, אויף די ברכה (ברכת יוצר): "הפותח בכל יום דלתות שערי מזרח", אז די כוונה איז, אז דער אויבערשטער עפנט אויף יעדן טאג די טויערן פון הימל, פאר די אלע וואס שפירן זיך אין א מצב פון 'דלות' – ארעמקייט, און נידריגקייט, פאר זיי עפנט ער אויף אלע טויערן אנצונעמען זייערע תפילות און משפיע זיין אלע ישועות.

PDF Preview