Skip to content

דער וואס איז מתפלל פערציג טעג, וועט זיכער געהאלפן ווערן!

- י -
דער וואס איז מתפלל פערציג טעג, וועט זיכער געהאלפן ווערן!

וַיְהִי מִקֵּץ אַרְבָּעִים יוֹם וַיִּפְתַּח נֹחַ אֶת חַלּוֹן הַתֵּבָה אֲשֶׁר עָשָׂה (ח, ו)
און ביי די ענדע פון פערציג טעג האט נח געעפנט די פענסטער פון די תיבה וואס ער האט געמאכט

הרה"ק רבי אשר הגדול פון סטאלין זי"ע (דער טאטע פונעם בית אהרן זי"ע) זאגט: דער מדרש ברענגט (במדבר רבה יא, ב), אויפן פסוק (שיר השירים ב, ט): "משגיח מן החלונות", אז די כוונה איז, אז דער אויבערשטער איז משגיח אויף אונז אין זכות פון די אבות.

דער טעם פארוואס די אבות ווערן אנגערופן 'חלון' קען מען ערקלערן, ווייל 'חלון' איז א לשון פון תפילה (אזויווי דער פסוק (שמות לב, יא): "ויחל משה"), און די אבות שטייען שטענדיג און זענען מתפלל אויף כלל ישראל אן אויפהער, אז דער אויבערשטער זאל מוחל זיין אויף זייערע עבירות, און משפיע זיין פאר זיי אלעס גוטס.

לויט דעם [אז תפילה ווערט אנגערופן 'חלון'] קען מען ערקלערן דעם פסוק: "וַיְהִי מִקֵּץ אַרְבָּעִים יוֹם" – נאכדעם וואס א מענטש איז מתפלל פערציג טעג אויף אן ענין, "וַיִּפְתַּח נֹחַ אֶת חַלּוֹן הַתֵּבָה" – עפנט דער אויבערשטער אויף די תפילות, ווייל דאן נעמט ער אן די תפילות, אזויווי עס שטייט אין זוהר חדש, אז איינער וואס איז מתפלל אויף איין זאך במשך פערציג טעג וועט זיכער געהאלפן ווערן.

PDF Preview