די גאנצע מסירות נפש און עבודת ה' פון נח זענען משפיע פאר דיר!
די גאנצע מסירות נפש און עבודת ה' פון נח זענען משפיע פאר דיר!
נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹהִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ (ו ט)
נח איז געווען א צדיק א 'תמים' אין זיינע דורות, נח איז געגאנגען מיט'ן אויבערשטן [ער איז געווען דבוק צו אים]
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ברענגט בשם דעם אלשיך הק' וואס איז מדייק דעם לשון רבים פונעם ווארט 'בדורותיו', וואס לכאורה וואלט געדארפט שטיין 'בדורו' בלשון יחיד, אזויווי מיר געפינען ווייטער (ז א) אז הקב"ה האט געזאגט פאר נח 'כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה', און עס שטייט נישט בלשון רבים 'בדורות הללו'.
נאר דער סדר פון די צדיקים איז, אז זיי דינען השי"ת מיט אלע כוחות וואס ליגט אין זיי, וואס אין דעם איז אויך אריינגערעכנט די אלע דורות וואס וועלן ארויסקומען פון זיי (וואס אלע זיינע דורות זענען נכלל אין אים). און ווען דער צדיק איז מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים, איז דאס משפיע אויף אלע זיינע דורות וואס זענען נכלל אין אים, און נאכדעם ווען זיין קומען אראפ אויף די וועלט, קען יעדער איינער פון זיי בפרטיות מקבל זיין אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט א שלימות.
קומט אויס אז די גאנצע עבודה פון נח, וואס ער האט געדינט השי"ת און מקבל געווען אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט מסירות נפש, שטייענדיג איינער אליינס אקעגן די גאנצע וועלט, דאס אלעס האט א השפעה אויפן גאנצן כלל ישראל – וואס אלע שטאמען פון נח – אז זיי זאלן אויך פארמאגן אין זיך די אלע הייליגע כוחות, און דאס אויך קענען אויספירן בשלימות. און דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פונעם פסוק נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים, וואס איז בגימטריא 'ישראל', דאס ווייזט אז די אלע הייליגע כוחות פון די עבודה פון נח ליגט ביי יעדן איד באזונדער. און דעריבער שטייט 'איש צדיק תמים בדורותיו' בלשון רבים, דאס איז מרמז אז נח איז געווען א 'צדיק תמים' מיט אלע זיינע דורות וואס זענען נכלל געווען אין אים, דהיינו אז ער האט געדינט השי"ת מיט אלע זיינע דורות.
דאס זאגט דער פסוק 'את האלקים התהלך נח', דאס מיינט אז נח האט פארשפרייט השראת השכינה אין די גאנצע וועלט (ווייל דאס ווארט 'התהלך' ווייזט אויף השראת השכינה, אזוי דער פסוק זאגט (ויקרא כו יב) 'והתהלכתי בתוככם'), ווייל זיינע הייליגע כוחות ליגט אין יעדן איינציגסטן איד עד סוף כל הדורות.
ד זרע קודש (ריש פרשת נח): נח איש צדיק תמים היה בדורותיו כו'. עיין באלשיך שהקשה למה לא כתיב בדורו, כמו שאמרו חז"ל (תנחומא נח, ה) אילו היה בדורו של אברהם אבינו ע"ה כו'. וי"ל כי דרך הצדיקים לעבדו יתברך בכל כוחותם הנכללים בהם שהם יוצאי יריכם, כמו שנאמר (שמות א, ה) יוצאי ירך יעקב כו', ולכל הנכללים בו פועל בקבלתו עול מלכות שמים, שאחר כך בהיותם בפרטיות יקבלו גם כן עול מלכות שמים בשלימות, ובנח היו נכללים כל ישראל שממנו נבנה העולם, ותמצא רמז שהר"ת של נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים, גימטריא ישרא"ל, וזהו שנאמר שהיה צדיק תמים [בדורותיו], בכל דורותיו שנכללים בו, וזהו שנאמר את האלהים התהלך נח, שפעל השראת והתפשטות השכינה, על דרך (ויקרא כו, יב) והתהלכתי בתוככם שהוא לשון טיול והתפשטות.