דברי חיזוק להזמנים של עקבתא דמשיחא מאת הרה"ק מרוזין זי"ע
- כ -
דברי חיזוק להזמנים של עקבתא דמשיחא מאת הרה"ק מרוזין זי"ע
הרה"ק רבי ישראל ב"ר שלום שכנא זי"ע
לרגל יומא דהילולא - ג' חשון
בשנת תר"ב איז דער הייליגער רוז'ינער זי"ע געגאנגען שפאצירן אין וואלד, אינמיטן האט ער זיך אוועקגעזעצט אויף א בענקל וואס מען האט מיטגעברענגט, און ער האט זיך אנגערופן צו איינער פון די חסידים: דו געדענקסט דאך די גמרא (מכות כד.) 'בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה' [חבקוק האט געשטעלט די גאנצע תורה אויף איין יסוד – אמונה], און לכאורה איז דאס זייער וואונדערליך, ווייל חבקוק איז דאך געווען פון די לעצטע נביאים, און אויף וועלכע צייט האט ער געזאגט די דאזיגע נביאות? אויפן דור פון עקבתא דמשיחא, האט ער מעמיד געווען די וועלט אויף איין פונקט, און רופט אן דעם דור פון קודם ביאת המשיח 'וצדיק באמונתו יחיה', ס'איז דאך נישט צום פארשטיין, וואספארא צדיקים וועלן דעמאלטס זיין?
נאר דער אמת איז, ס'זאל אייך קיין פליאה נישט זיין, ס'וועט נאך זיין א דור קודם ביאת המשיח וואס 'איש כל הישר בעיניו יעשה', נאר פארשטייט אבער דעם טייטש פון 'איש כל הישר בעיניו יעשה', דאס הייסט נישט אז ס'וועט זיך נישט שעמען דער בעל עבירה מיט דער גרעבסטער עבירה און מיט דער מיאוס'טער עבירה פאר דעם ערליכן איד, כלל וכלל נישט. נאר וואס דען, אז א יוד וועט זיך וועלן א קנייטש טאן פארן בורא עולם, ווער שמועסט פון א קרעכץ טאן, ווער שמועסט נאך זאגן עפעס א מאמר, וועט ער דארפן ארומקוקן אויף ביידע זייטן צי מען מאכט פון אים נישט קיין געשפעט און א געלעכטער.
דעמאלטס אז א איד וועט זיך דערהאלטן ביי די פינטעלע אמונה, וועט דאס הייסן די אמת'ע בחירה און דער אמת'ער בירור, דאס וועט הייסן די בחירה פון 'מי לה' אלי'.
דעמאלטס אז א איד וועט אויפשטיין אינדערפרי, און וועט נעבעך זאגן 'מודה אני לפניך'; דער רוזינער האט געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף זיין הייליגע הארץ און געזאגט: וויאזוי זיין קטנות המוח וועט פארשטיין דעם הפרש און דעם הבדל פון 'מודה אני' ביז 'לפניך'; און ער האט נאכאמאל איבערגעזאגט מיט א הויעכע קול: וויאזוי זיין קטנות המוח וועט פארשטיין דעם הפרש און דעם הבדל פון 'מודה אני' ביז 'לפניך'. און וועט נעבעך אנטון דעם טלית און תפילין, וויאזוי די תפלה וועט נעבעך זיין, נאר דאס וועט ער כאטש וויסן, אז א 'קרקפתא דלא מנח תפילין' איז נעבעך גאר נידריג; אט דער איד וועט זיין חשוב ומקובל פארן בורא עולם.
דער רוז'ינער האט געבויגן זיין קאפ אויף צוריק-צו-וועגס פאר א פאר מינוט, און דערנאך האט ער נאכאמאל געזאגט: וועט דער איד זיין חשוב ומקובל פארן בורא עולם. ווייסט איר וויאזוי? און ער האט אנגעכאפט מיט ביידע הענט זיין בגד קעגן די הארץ, און געזאגט: א שטייגער אזויווי אונז זענען ביי די וועלט. פארוואס? ווייל דעמאלטס וועט זיין די אמת'ע בחירה מיטן אמת'ן בירור, מיט די אמת'ע בחינה פון 'מי לה' אלי', וועט דאס זיין א דור הראויה למשיח, דעריבער האט חבקוק געזאגט 'וצדיק באמונתו יחיה', עד כאן לשון קדשוכ.
אבער ס'איז פארהאן אזעלכע מענטשן וואס אין הארצן גלוסטן זיי טאקע כסדר צו זיין ערליכע אידן, אבער עס שטעלט זיך אפ ביי דעם, און עס קומט קיינמאל נישט צו לידי מעשה אז זיי זאלן זיך נעמען בפועל ממש צו דינען השי"ת און ווערן ערליכע אידן. אויף דעם זאגט אונז די תורה ווייטער 'ועשיתם אותם', אז דאס לעכצן און ווארטן אליינס איז נישט גענוג, מען דארף אויף טון צו די זאך אין עוסק זיין בתורה ובמצוות ממש.
און דער פסוק פירט אויס 'למען תשכילו את כל אשר תעשון', ווייל נאר ווען מען איז עוסק אין קיום התורה ומצות בפועל ממש, דעמאלטס קען א איד באמת זוכה זיין זיך צו מייחד זיין און צו שליסן א בונד מיט השי"ת, אבער אויב מען טוט נישט קיין מעשים בפועל, דעמאלטס קומט מען אין ערגעץ נישט אןכא.
*
הרה"ק מסאדיגורא זי"ע האט געשטעלט א איד, אז ער זאל שטיין נעבן זיין טאטע דער הייליגער רוז'ינער זי"ע בשעת ער איז געווען קראנק. האט דער איד דערציילט, אז בעפאר ער איז נסתלק געווארן האט זיך זיין קרענק פארערגערט, און דער רוזינער האט געשריגן "הוי הוי", האט אים דער איד געפרעגט: "פארוואס שרייט דער רבי הוי הוי?".
האט אים דער רוזינער געזאגט: "פאר ביאת הגואל וועט זיין א איד וואס וועט האבן ביי זיך אין טאש נאר איין 'פיטאק' (א סארט מטבע), און ווען ער וועט טרעפן זיין חבר אין גאס וועט ער אים זאגן: מיין טייערע חבר, איך האט נישט מער ווי איין פיטאק, דא האסטו מיין לעצטע פיטאק און געב מיר דערפאר כאטש א חוט השערה פון כח און אמונה בהשי"ת. אבער ס'וועט נישט זיין צו באקומען. דאס איז נישט צום אויסשטיין און נישט צום אויסהאלטן". אזוי האט ער איבערגעזאגט עטליכע מאל.
דערנאך האט דער רוז'ינער געזאגט: "רבונו של עולם, נעם מיך אוועק פון דעם עולם אז איך זאל דאס נישט זעהן", און אין יענע רגע האט ער אריינגעאטעמט, און זיין נשמה איז ארויסגעגאנגען בנשיקה על פי ה', זכותו יגן עלינוכב.
כ עירין קדישין עמ' תקע"ג.
כא עבודת ישראל פ' תבוא: ושמרתם את כל דברי הברית הזאת וגו'. ושמרתם, הוא מלשון ואביו שמר את הדבר (בראשית לז, יא), שתהיו מצפים וממתינים, כל דברי הברית לאמר, מתי אזכה להתיחד ולכרות ברית עם יוצרי. והיחוד נקרא את כל דברי הברית הזאת. אכן יש כמה אנשים שנכספים בלבם להיות יראים ושלמים מבלי לעשות שום פעולה לזאת, אבל הם רודפי רוח לא ישיגו מאומה. לכן אמר הכתוב ועשיתם אותם, דהיינו אף על פי שתהיה שומר ומצפה, תהיה גם כן עושה ועוסק בתורה ובמצות. למען תשכילו את כל אשר תעשון, תשכילו, היינו שתזכו להמשיך מוח חכמה לצורך היחוד והטפה הנוזלת ממוחין, כנודע לי"ח.
כב עירין קדישין עמ' תקע"ב.