Skip to content

דורך שבת קודש ווערט מען געזונט און שטארק

דורך שבת קודש ווערט מען געזונט און שטארק

עֹד כׇּל יְמֵי הָאָרֶץ זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ (ח, כב)

דער סדר פון אלע טעג פון די וועלט וועלן ווייטער אנגיין: דער צייט פון איינזייען [הערבסט], פון קעלט [אנהויב ווינטער], פון אפשניידן (פרילינג), פון היץ [אנהויב זומער], פון זומער [סוף זומער], און פון ווינטער [סוף ווינטער] – זיי אלע וועלן מער קיינמאל נישט צעשטערט ווערן.

דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע ערקלערט די כוונה פון דעם ווארט "עוד", אז א פסוק פריער שטייט, אז דער אויבערשטער האט געשוואוירן, אז ער וועט מער נישט חרוב מאכן די וועלט אזויווי ס'איז געווען ביים מבול, און יעצט האט ער געזאגט "עוד" – איך לייג צו דערויף נאך א פרט, אז נישט נאר וואס די וועלט וועט נישט חרוב ווערן אינגאנצן, וועט אויך נישט זיין קיין שום קרענק און שוואכקייטן אויף דער וועלט, וואס דאס אלעס קומט פון די פארענדערונגען אין די וועטער, דעריבער האט דער אויבערשטער געשוואוירן, אז די אלע סעזאנען פון די יאר, זומער און ווינטער, און אזוי ווייטער, וועלן אנגיין ווייטער אומגעשטערט, און אויב אזוי וועט נישט זיין קיין שום פארענדערונג אין די וועטער, וואס ברענגט צו מחלות.

*

א טיפערן פשט קען מען ערקלערן אויף די ווערטער "לא ישבותו", לויט ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פר' בראשית, מח:), אז דער פסוק (ישעיה יד, ג): "ביום הניח ה' מעצבך ומרגזך" [אין דעם טאג וואס דער אויבערשטער וועט דיר בארואיגן פון דיין טרויער און פון דיין כעס] גייט ארויף אויף שבת קודש, און דער פשט פונעם פסוק וועט זיין: "ביום" – דורך דעם הייליגן טאג פון שבת, "הניח לך ה' מעצבך ומרגזך" – וועט דיר דער אויבערשטער בארואיגן פון דיין טרויער און דיין כעס, אפילו אין די וואכנטעג, ווייל שבת קודש איז א געוואלדיגער עת רצון, וואס דאן איז מסוגל צו פועל'ן אלעס גוטס, אז אפילו אינדערוואכן זאל נישט זיין קיין שום שלעכטס.

לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פשט אין דעם פסוק אזוי: "לא" – אויב ס'איז נישט אזוי, דאס הייסט, אז ס'איז ליידער יא דא א פארענדערונג אין די וועטער, וואס דאס קען ברענגען מחלות און שוואכקייטן, דאן איז די עצה דערויף: "ישבותו" – איר זאלט זען צו מקבל זיין דעם שבת ריכטיג, און דורך שבת וועט אלעס פארראכטן ווערן, אז די גופים זאלן זיין געזונט ווי ס'דארף צו זיין, מיטן גאנצן שלימות.

יג זכרון זאת (פר' ויקהל, ד"ה עוד פירשנו): עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וכו'. דהנה למעלה כתיב שנשבע הקב"ה שלא לשחת הארץ עוד כלל ואמר עוד נוסף על זה אני עושה שלא להיות אפילו שום חולשת ר"ל שלא יהיה שינוי האויר כלל. וזה עוד נוסף על השבועה יהיה כל ימי הארץ זרע וקציר בזמנו וכן קור וחום קיץ וחורף יום ולילה לא ישבותו. ועוד פירשנו לא ישבותו למטה דהנה פי' ביום הניח לך ה' מעצבך ומרגזך כו' פשוט דקאי על שבת וי"ל ביום בהשבת הניח ה' לך מעצבך בימי החול אפילו, וכן מרגזך וכו' כי בשבת קודש בעת רצון תפעול כל טוב. וזה י"ל לא פי' אם לא כן כי אם יש שינוי האויר חלילה מה תעשה, ישבותו וראוי לשבות ובשבת יתקנו להיות בריאות הגופים כראוי.

PDF Preview