ע ֵיִנִי פלאטפארמע
אלעס ארום דער מאסיווער שמירת עינים קבלה דרייוו
הייליגע טעג אריבער מיט גרויס התרוממות ביי טויזנטער מקבלי הקבלות וואס זענען באגלייט געווארן מיט די הייליגע "עיני" קבלה דורכאויס דעם געהויבענעם חודש תשרי
ירח האיתנים אדורך ביי צענדליגער טויזנטער אידן אויף א העכערן פארנעם נאכן היטן אויף זייערע אויגן און ארויפגיין א דרגה אין קדושת העינים – מאסיווער פלייץ פון פרישע קבלות דורכאויס הייליגע טעג ווען אידישע קינדער האבן אריינגעכאפט זכותים לימי הדין העעל"ט – פילע אידן האבן זיך ווידער אנגעשלאסן און באנייט זייערע קבלות אין די ימי הרחמים והרצון אנצוהאלטן אויף ווייטער מיט זייערע פרישע גדרים וסייגים
אומגלויבליכער סוקסעס ווען אנטשלאסענער שטראם פון "עיני" קבלות גרייכט צו הויכפונקט פון כמעט 35,000 פעסטע קבלות צו היטן אויף די הייליגע אויגן!
צאל קבלות ווייט ווייט איבערגעשטיגן העכסטע פאראויס שאצונגען - נומערן רעדן פאר זיך וויפיל דער עם קדוש וויל און איז גרייט צו שטייגן און ווערן בעסער מיטן אפהיטן די אויגן, און מיט דעם זיין באשיצט פון די שווערע נסיונות הזמן און זיין נענטער לאביהם שבשמים
לעצטער "עיני גורל" פון דעם קבלה סעזאן דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת וירא – ט"ז חשוון הבא עלינו גיט לעצטע געלעגנהייט אריינצוכאפן זיין א טייל פון דעם אויסטערלישן הילכיגן קידוש שם שמים
לעצטער גורל פאר דעם סעזאן וועט ווערן ארויסגעצויגן דינסטאג וירא – לעצט מינוטיג-מאסיווער פלייץ פון קבלות ווערט ערווארטעט אין די הויפטקווארטירן ווען אידישע קינדער וועלן אריינכאפן די סאמע לעצטע געלעגנהייט צו זיין א טייל פון די הייליגע רעוואלוציע וואס האט אנגעהויבן דעם פרישן יאר מיטן רעכטן פוס ביי צענדליגער טויזנטער אידן
היי-יעריגער קבלה דרייוו ווערט פארענדיגט בשעת צענדליגער טויזנטער קבלות בלייבן איינגעקריצט ביי די מקבלי "עיני" קבלות צו א פרישן יאר מלא טהרה וקדושה
סוקסעספולער "עיני" קאמפיין קומט צו אן ענדע נאכן אויפהייבן גאנץ כלל ישראל מיט העכערע דרגות אין שמירת עינים
מיט א בליק אויף פאראויס: העפטיגע הכנות צום קומענדיגן זומער תשפ"ז סעזאן פרישער קאמפיין וואס וועט אי"ה אהערגעשטעלט ווערן אויף גאר הויכן שטאפל מיט פילע חידושים און וועט בעז"ה דערגרייכן העכער און ווייטער