ע ֵיִנִי פלאטפארמע
טהור עינים - אידיש | October 19, 2026
אלעס ארום דער מאסיווער שמירת עינים קבלה דרייוו
ערליכע אידן האבן אלעמאל געקוקט אויף אראפ, ווען מ'איז געגאנגען סיי וואו, נישט קיין חילוק וועלכע סארט גאס אדער געגנט.
ס'איז דעריבער כדאי אז מ'זאל דאס אויך אריינשטעלן אין די ליסטע פון קבלות טובות. איבערהויפט אז מיט א צייט צוריק איז געווען א 'טהור עינים קבלה דרייוו' פאר בחורים, און דארט איז דאס יא געווען איינס פון די קבלות. דאס איז נישט בלויז געאייגנט נאר פאר בחורים, נאר ס'זענען זיכער פארהאן אסאך אידן וואס האבן די כוחות צו מאכן אזא קבלה.
פארשטייט זיך אליין, אז אויב איינער האלט נאכנישט ביי אזא דרגא, דארף ער נישט ווערן צעבראכן חלילה דערפון. נאר אדרבה, זאל ער משתוקק זיין וויסנדיג אז ס'איז נאך דא היינט אזא באגריף, און דאס וועט אים געבן די באגריף צו שטייגן העכער לויט זיין יעצטיגע מדריגה.
י. לאנדא,
View The Full Article (PDF)