עס לוינט זיך נישט צו זיין א בעל גאוה!
- יד -
עס לוינט זיך נישט צו זיין א בעל גאוה!
אֶת קַשְׁתִּי נָתַתִּי בֶּעָנָן (ט יג)
איך האב אריינגעלייגט מיין בויגן אין א וואלקן
דער הייליגער אור לשמים זי"ע שרייבט: א מענטש דארף שטענדיג זיין ביי זיך בענוה ובשפלות, און אפילו ער האט זוכה געווען צו לערנען אסאך תורה און צו דינען השי"ת, דאך טאר ער זיך ח"ו נישט האלטן גרעסער ווי א צווייטן וואס האלט נישט ביי די מדריגה, נאר דארף ער זיך באטראכטן כאילו ער האט נאך גארנישט געטון.
אזויווי איך האב געהערט פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, וואס ער האט געטייטשט דעם פסוק (תהלים צט ז) 'בעמוד ענן ידבר אליהם', אז אפילו א מענטש וואס איז אין גאר א הויכע מדריגה, עד כדי כך אז ער איז זוכה צו 'ידבר אליהם', אז הקב"ה כביכול רעדט מיט אים און די הייליגע שכינה רועט אויף אויף אים, דאך דארף ער זיין ביי זיך ווי א 'עמוד ענן', א וואלקן, וואס דאס ווייזט אויף טונקלקייט, אז ער זאל זיך באטראכן כאילו ער איז נאך טונקל אין ער האלט נאך אין ערגעץ נישט.
דאס זאגט דער פסוק דא 'את קשתי נתתי בענן', דאס ווארט 'קשתי' איז מרמז אויף די י"ג מדות של רחמים, און השי"ת זאגט אונז, פאר וועמען וועל איך משפיע זיין די מדת הרחמים, 'נתתי בענן', איך וועל דאס געבן פאר אזא איינער וואס איז בבחינת 'ענן', ער האלט זיך טונקל ווי א וואלקן, דהיינו ער איז ביי זיך בענוה ובשפלות, און נישט ח"ו בגיאות ובגדלותיד.
יד אור לשמים פ' נח: את קשתי נתתי בענן וכו'. כי האדם צריך להיות אפס ואין ושפל בדעתו, הגם שזוכה לתורה הרבה ועבדות הש"י, מ"מ צריך להיות בעיני עצמו שעדיין לא פעל ועשה כלום, וכאשר ששמעתי מכאדמו"ר מוה' יעקב יצחק זצללה"ה פירוש הפסוק (תהלים צט, ז) בעמוד ענן ידבר אליהם, הגם שזוכה לדבורו של הקב"ה והשראות השכינה עליו, צריך להיות בחינת ענן, לשון חשכות, וזה פירוש הפסוק את קשתי - דהיינו שאני נותן רחמים שלי, לשון כי קשאי (ע' חגיגה יג.) שמרומז על הדיקנא קדישא, בחינת רחמים גמורים מי"ג מדות של רחמים, ועל ידי מי, בענן - מי שהוא בחינת ענן, כנ"ל.