הלכות תפילין
א בייטל וואס מען האט גענוצט פאר תפילין מעג מען נישט טוישן און נוצן פאר געלט וכדומה, אזוי אויך אויב מען האט עס באשטימט מיט די מויל פאר תפילין טאר מען עס שוין נישט נוצן פאר אנדערע זאכן, אבער אויב מען האט זיך אויסגענומען אז מען וועט עס נוצן פאר אנדערע זאכן מעג מען יא. (מחבר ורמ"א סימן מב סעיף ג ומשנ"ב סק"י)
מען טאר אויך נישט אריינלייגן אין א תפילין בייטל אפילו דברים שבקדושה וואס האבן א קלענערע קדושה ווי תפילין, למשל א מזוזה אדער א סידור, (אויב א מענטש איז צוגעוואוינט צו האלטן דארט זיין סידור דארף מען נישט מוחה זיין, ווייל עס ווערט גערעכנט ווי ער האט זיך אויסגענומען אויף דעם פון פריער). (משנ"ב סימן מב סקט"ז)
א הלכה פארן שבת טיש
אויב מען האט עס נישט באשטימט צו נוצן פאר די תפילין קלאר מיטן זאגן, נאר מען האט עס 'אנגעגרייט' פאר תפילין מעג מען עס דערווייל יא נוצן פאר אנדערע זאכן, און ביי א ספר תורה איז אויך אזוי די הלכה. (משנ"ב סימן מב סק"ט)
א בייטל וואס מען לייגט אין דעם אריין די 'תפילין בייטל' האט נישט קיין קדושה און מען מעג עס יא נוצן פאר אנדערע זאכן. (שם) א 'טלית בייטל' הייסט נישט א 'תשמיש קדושה' נאר א 'תשמיש מצוה', און מען מעג יא האלטן אין דעם אנדערע זאכן, כאטש עס איז דא אין דעם אויך א תפילין בייטל, און אמאהל אויך א סידור, און אפילו אויב מען לייגט אמאהל אריין די תפילין אן קיין בייטל. (משנ"ב סימן מב סקי"א)
מען קען נישט אסר'ן א בייטל וואס געהערט פאר א אנדערע מענטש (אויסער אויב מען האט עס גע'גנב'ט און קונה געווען בשינוי מעשה). (משנ"ב סימן מב סקי"ג) א קטן וואס לייגט אריין די תפילין אין א בייטל ווערט עס אויך אסור פאר אנדערע זאכן. (שם)
אפילו נאכדעם וואס מען האט געלייגט א תפילין בייטל אין 'שמות' ווייל מען קען עס מער נישט נוצן פאר קיין תפילין, מעג מען עס נאך אלס נישט נוצן פאר אנדערע זאכן. (משנ"ב סימן מב סקט"ו)
א בייטל וואס מען האט באשטימט פאר תפילין איז נאר אסור צו נוצן פאר אנדערע זאכן טאמער עס האט 2 תנאים: 1) מען האט עס באשטימט פאר תפילין 2) מען האט שוין אריינגעלייגט אין דעם תפילין, אבער טאמער מען האט עס באשטימט אבער נישט גענוצט, אדער גענוצט און נישט באשטימט איז עס נישט אסור. (מחבר סימן מב סעיף ג)
טאמער מען האט עס גענוצט בקביעות פאר תפילין ווערט עס יא אסור אפילו אויב מען האט עס נישט באשטימט פאר תפילין, און די זעלבע הלכה איז טאמער מען לייגט עס אריין אין די בייטל מיט א מחשבה אז עס זאל בלייבן פאר א קביעות, אבער טאמער מען האט עס גענוצט אסאך מאהל בדרך ארעי ווערט עס נישט אסור. (משנ"ב סימן מב סקכ"ד)
טאמער מען נעמט זיך אויס אז מען וועט עס נוצן פאר אנדערע זאכן, איז עס מותר בכל אופן. (רמ"א שם) עס איז דא וואס האלטן אז אפילו אין א פאל וואס מען מעג האלטן אנדערע זאכן, זאל מען נישט האלטן די אנדערע זאכן בשעת ווען די תפילין איז דארט, און טאמער יא זאל מען עס באזונדער איינוויקלען איידער מען לייגט עס אריין אין די תפילין בייטל. (משנ"ב סימן סקכ"ו)