איך בין אזוי נידריג און געפאלן, בין איך דען נישט גענצליך איבריג אויף דער וועלט?
בית אהרן (כתבי קודש מר' אשר הגדול מסטאלין, פר' נח): ויהי מקץ ארבעים יום ויפתח נח את חלון התיבה כו' איתא במדרש. דומה דודי לצבי וכו'. הנה זה עומד אחר כתלנו זה כותל מערבי שאינו נחרב לעולם. משגיח מן החלונות בזכות האבות. מציץ מן החרכים בזכות האמהות. ונוכל לומר. כי האבות נקראים חלון. כי חלון הוא לשון תפלה מלשון ויחל משה. כי האבות עומדים תמיד ומבקשים עבור ישראל למחול להם עונותיהם ולהשפיע להם כל טוב. וזהו ויהי מקץ ארבעים יום ויפתח נח את חלון התיבה. היינו מקץ ארבעים יום פתח הקב"ה את חלון התיבה ששמע התפלות. עפ"י דאיתא בזוה"ח הק' מי שמבקש על איזה דבר מ' יום בודאי נענה מדכתיב ארבעים יום.
בית אהרן (כתבי קודש מר' אשר הגדול מסטאלין, פר' נח): ושמעתי מפה קדוש אדומו"ר הרב ר' שלמה זצ"ל. על פסוק הפותח בכל יום דלתות שערי מזרח וכו' שהקב"ה פותח בכל יום לכל הבחי' של דלות ועניות דלית ליה מגרמי' כלום. פותח להם שערי מזרח ובוקע חלוני רקיע.
- יב -
איך בין אזוי נידריג און געפאלן, בין איך דען נישט גענצליך איבריג אויף דער וועלט?
וַיָּרַח ה' אֶת רֵיחַ הַנִּיחֹחַ וַיֹּאמֶר ה' אֶל לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה (ח כא)
און דער אויבערשטער האט געשמעקט כביכול די געשמאקע גערוך פון די קרבנות, און ער האט כביכול געזאגט צו זיך: "איך וועל מער נישט ברענגען א קללה אויף דער ערד"
הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שרייבט: דער עיקר זאך אויף וואס די וועלט שטייט איז 'יראת שמים', אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות לג:) 'אין לו להקב"ה בעולמו אלא אוצר של יראת שמים' (די עיקר זאך וואס הקב"ה וויל פון די דאזיגע וועלט איז דאס יראת שמים), און אזויווי עס שטייט אין פסוק (ישעי' סו ב) 'ואל זה אביט על עני ונכה רוח וחרד על דברי' (פון אלע זאכן אין די וועלט אינטרעסירט זיך השי"ת די מערסטע אין איינער וואס האט יראת שמים).
דאס איז מרומז דא אינעם פסוק: 'וירח ה' א'ת ר'יח ה'ניחוח', וואס איז ראשי תיבות 'יראה', אז ווען הקב"ה האט געזעהן אז עס וועלן זיין אויף די וועלט אידן מיט יראת שמים, האט ער געזאגט 'לא אוסיף לקלל עוד את האדמה'.
דער וועג וויאזוי מען קען צוקומען צו ריכטיגע יראת שמים, איז דורך ענוה ושפלות, דהיינו ווען א מענטש מאכט א חשבון הנפש און ער זעט איין זיינע שוואכקייטן און חסרונות, ווייל עס איז דאך באמת נישט דא קיין שום מענטש וואס איז גענצליך אויסגעהאלטן, דעמאלטס ווערט זיין הארץ אינגאנצן צוגאנגען קעגן די גרויסקייט פון השי"ת, און ער באקומט אמת'ע יראת שמים.
אבער תיכף ווען א מענטש איז זוכה צו אמת'ע יראת שמים און ער שפירט זיין געוואלדיגע שפלות, דארף ער גלייך שטארקן ביי זיך אין הארץ זיין בטחון אין די חסדים פון השי"ת, און וויסן אז אין סיי וואספארא נידריגע מצב ער זאל נאר נישט זיין, דאך איז ער גאר טייער און חשוב ביי השי"ת, ווייל מען קען זיך נישט פֿאָרשטעלן די געוואלדיג תענוג און נחת רוח וואס השי"ת האט פון די עבודה פון יעדן איד, אפילו ער איז אויף גאר א נידריגע מדריגה.
אזויווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט (תהלים קיט צב) 'לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי', און חז"ל זענען מסביר, אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט פאר השי"ת, ווען נישט וואס דו האסט געווארנט אין די תורה אז א מענטש טאר זיך נישט נעמען דאס לעבן, וואלט איך ח"ו זיך מאבד געווען פון די וועלט. ווייל צוליב זיין געוואלדיגע עניוות האט דוד המלך זיך אנגעקוקט מלא חסרונות, און ער האט זיך געשפירט גענצליך איבריג אויף די וועלט, אבער ווען ער האט געזען אז הקב"ה האט גע'אסר'ט פאר סיי וועלכער מענטש זיך צו נעמען דאס לעבן, דאס האט אים מחזק געווען, ווייל פון דעם זעט מען קלאר אז סיי וועלכער איד, און סיי וועלכע מצב ער געפינט זיך, האט א געוואלדיגע חשיבות ביי השי"ת.
דער זעלבער ענין איז אויך געווען ביי נח, אזוי ווי מיר געפינען אין מדרש אז נח האט זיך אנגעקוקט אז ער איז אין די זעלבע מדריגה פון זיין דור, ער האט נישט פארשטאנען פארוואס דוקא אים האט השי"ת אויסגעקליבן צו בלייבן לעבן. ווייל איינער וואס איז א אמת'ער ירא שמים קוקט זיך אן ווי די ערגסטע מענטש פון די וועלט, אבער דאך שטארקט ער זיך, און ער ווייסט אז ער איז גאר חשוב אין טייער ביי השי"ת.
תורת אמת פ' נח, ד"ה וירח [ג]: וירח ד' את ריח הניחוח, בפסוק זה רמז כל עניני קיום העולם, ועיקר קיום העולם הוא הירא, כמארז"ל אין לו להקב"ה בעולמו אלא אוצר של י"ש בלבד, ע"כ ר"ת 'ה'' 'את' 'ריח' 'הניחוח' אותיו' ירא"ה, כי זה עיקר קיום העולם, כדכתיב ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וחרד על דברי, הוא הירא את ה' באמת, בהעלותו על לבו שפלותו וחסרונותיו, כי מי יאמר זכיתי לב, ונמס לבו בקרבו ונרתע לאחוריו נגד רוממות הש"י, אך תיכף עם היראה האמיתית ילבש עוז הבטחון בד', כמאמר דהמע"ה לולא תורתך שעשועי אז אבדי בעניי, ואמרו ז"ל במד' אמר דוד לולא אשר הזהרת בתורה שלא לאבד עצמו הייתי מאבד עצמי מן העולם, פי' בזכרי שפלותי וחסרונותי, אך כאשר אראה בתוה"ק שהזהרת שלא לאבד עצמו, מזה נראה כי חפץ חיים הוא לכל, וזאת תתן להירא מבטח עוז לבטוח בד', כדכתיב יראו את ה' קדושיו כי אין מחסור ליראיו, ואמרו במד' ע"פ אנשי דמים ומרמה זה דור המבול, אמר נח מה ביני לביניהם, אלא ואני אבטח בך, כי הירא באמת הוא שפל בעיניו ומחזיק עצמו לגרוע שבעולם, רק שבטחון שלו הוא בד', פ"א מדבר בדוד, אנשי דמים זה דואג ואחיתופל, מה ביני לביניהם אלא אבטח בך, וזה פי' ונח מצא חן בעיני ה' שדרשו במד' וי"ו של ונח ג"כ כנ"ל, אלא שמצא חן, היינו שבאמת הי' לבו נשבר ומחזיק עצמו כמוהם אלא שחיזק עצמו מצד בטחונו בה', וראשית זה הענין היה בנח, והגמר בדהמע"ה, וכמד' הנ"ל, מדבר בנח, מדבר בדוד, והוא הענין ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וגו', הוא הי"ש לאמיתו אשר ההתחלה הי' בנח והגמר בשלימות יהי' במשיח צדקנו שכתוב בו והריחו ביראת ה', וזהו הרמז וירח 'ה'' 'את' 'ריח' 'הניחוח' ר"ת אותיות ירא"ה וס"ת גי' משי"ח ב"ן דו"ד כנ"ל.