אינזין האבן ביים דאווענען נאר פאר גלות השכינה, און אויטאמאטיש וועלן שוין די גשמיות'דיגע פראבלעמען אויך מסודר ווערן
צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה... וּפֶתַח הַתֵּבָה בְּצִדָּהּ תָּשִׂים (ו, טז)
דו זאלסט מאכן א באלייכטער פאר די תיבה... און די עפענונג פון די תיבה זאלסטו לייגן אין איר זייט
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע זאגט: די תורה לערנט אונז די וועגן וויאזוי צו דאווענען פארן הייליגן באשעפער, אז אונזער גאנצע כוונה מיט אלע אונזערע תפילות זאל נאר זיין פאר דעם כבוד פונעם אויבערשטן, ארויסצונעמען די שכינה פון גלות. דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה" - דער וואס זאגט ארויס די ווערטער פון תפילה ('תיבה' איז א לשון פון 'א ווארט'), זאל זיין כוונה זיין: 'צהר', וואס דאס איז צוזמגעשטעלט פון צר ה', און דאס איז מרמז, אז ער זאל שפירן די ענגשאפט ("צר") פון די שכינה וואס ווערט אנגערופן ה' (ווי באקאנט), "וּפֶתַח הַתֵּבָה" – און די עפענונג פון אלע גשמיות'דיגע השפעות ווי פרנסה, און אזוי ווייטער, "בְּצִדָּהּ תָּשִׂים" – דאס זאלסטו לייגן אין דער זייט, און נישט אינזין האבן אויף דעם, ווייל אויב דו וועסט אינזין האבן מיט יעדן ווארט צו גורם זיין ייחודים אויבן, וועט שוין ממילא אויך קומען די גשמיות'דיגע השפעות, און אלע וועלטן וועלן ווערן אנגעפילט מיט שפע און ברכה און פרנסה און אלעס גוטס.
תפארת שלמה: א"י צהר תעשה לתיבה. התורה מלמדת אותנו דרכי התפלה להיות העובר לפני התיבה כוונתו להתפלל רק על כבוד ה' לאוקמי שכינתא מעפרא. וזהו צה"ר צ"ר ה' תעשה לתיבה לאוקמי ה' תתאה כמ"ש ה"א לכם זרע. וכך דוד הוא אומר בצרתה לי קראתי ויענני. בצר"ת ה' מיותרת כוונתו על ה' צר"ת ה' קראתי ל"י. ופתח התיבה בצדה תשים. רמוז על פתיחת ההשפעות ופרנסות עוה"ז בצדה תשים זה יהיה מן הצד ולא לכוון בה לעיקר כי זה יבא ממילא כשתכוון ותעשה היחוד בכל תיבה וממילא יתמלאו כל העולמות שפע וברכה ופרנסה טובה וכל טוב. אמן.