Skip to content

איז שמירת עינים אייביג אזוי שווער?

בעזרת השי"ת האפן מיר צו פארעפנטליכן אין די קומענדיגע גליונות א סעריע פון אינהאלטספולע מאמרים, וואו ס'וועט אויסגעשמועסט ווערן פארשידענע נקודות און לימודים, וויאזוי צו 'קונה זיין שמירת עינים פראקטיש גערעדט', באגלייט מיט שיינע הדרכות והוראות, מפי ספרים וסופרים.

לאמיר טאקע אויסנוצן די לאנגע ווינטער חדשים, צו לערנען און ארייננעמען פרישע יסודות פאר א לעבן מיט דער הייליגער עבודה פון 'שמירת עינים' אויף א טאג-טעגליכן באזיס, והבא לטהר מסייעין אותו!

איז שמירת עינים אייביג אזוי שווער?

ווען מ'רעדט וועגן די עבודה פון שמירת עינים, קען עס בטעות באטראכט ווערן ווי א שטענדיגע, שווערע מלחמה, וואס יעדעס מאל ווען מ'גייט ארויס אויף דער גאס הייבט זיך אן א פרישער געראנגל און אן אייביגע עול, צו קעמפן מיט אלע כוחות נאכאנאנד נישט צו געבן א שלעכטן בליק.

אזא בליק ברענגט ביי געוויסע מענטשן א ווידערגעפיל צו דעם הייליגן ענין. כאטש מ'ווייסט אז שמירת עינים איז א הארבער חיוב מדאורייתא, אבער מ'זעט זיך צו 'ווייט' פון קענען דאס אויספירן למעשה, ווייל מען מיינט אז מ'וועט זיך דארפן שלאגן אגאנץ לעבן, כאילו שמירת עינים איז א שווערער עול וואס ווערט קיינמאל נישט גרינגער.

די סיבה פארוואס קֲעס' קן אויסֶקון אז טאפהין די אויגן איז א עשוו ע ר עבודה, איז נ לאר צו ניב או עזר עג נוואוי טהיי! פון קַל נייווייז אן איז מֲען נ עג נִט וואוי זיך מ קצוֶקו ען איב ל רא וואו מ ט'גיי ע. דרצו עאיז דר מֲעָנִטש טֲעָנש דיג נ עייגריג עצו ז לֲען אס און מ טי לִטהא ען י ע ד זאך טוואס פאסיר.

און אזוי קריכט אריין א יאוש-ווערימל אין הארץ, אז וויבאלד מ'קען דאס ממילא נישט מקיים זיין, איז שוין בעסער אויפצוהייבן די הענט און זיך אונטערגעבן די נסיונות ח"ו.

ס'איז אלעס בלויז א געוואוינהייט

אנטפלעקן אונז אבער די ספרים הק' א וויכטיגן סוד, אז ס'איז אינגאנצן נישט אזוי שווער. דער שליסל צו געווינען די מלחמה איז איין זאך: הרגל.

די סיבה פארוואס ס'קען אויסקוקן אז אפהיטן די אויגן איז א שווערע עבודה, איז נאר צוליב אונזער געוואוינהייט! פון קליינווייז אן איז מען איינגעוואוינט זיך ארומצוקוקן איבעראל וואו מ'גייט. דערצו איז דער מענטש שטענדיג נייגעריג צו זען אלעס און מיטהאלטן יעדע זאך וואס פאסירט. קוקן דויערט בלויז א סעקונדע – אן 'אויגנבליק'. דאס איז גורם אז דער מענטש זאל נאטירליך לאזן די אויגן קוקן איבעראל, און עס זאל זיין זייער שווער זיי איינצוהאלטן.

אבער ווען א מענטש טוישט זיין הרגל, ער געוואוינט זיך איין אז די אויגן זענען נישט הפקר, ער לאזט זיי נישט וואנדערן פריי, נאר ער גיט אכטונג וואו ער קוקט - טוישט זיך זיין נאטור אין בלויז א קורצע צייט! שמירת עינים איז בכלל נישט אזא "בארג" ווי מען מיינט, און יעדער האט די מעגליכקייט דאס אויסצופירן. נאכמער, אויב דער מענטש געוואוינט זיך איין צו האבן קאנטראל אויף זיינע אויגן, ווערט עס אויס מלחמה! ער דארף מער נישט קעמפן אן אויפהער זיך צו שטארקן אויף די נסיונות, ווייל ס'ווערט איינגעבאקן אין אים אלס א דבר פשוט און א טבע שני, אז ער קאנטראלירט די אויגן און לאזט זיי נישט זען אלעס וואס ס'לאזט זיך.

ב לא י סּור מָ מָּּנה; די הימלישע מתנה פון 'הרגל' וואס טוישט דעם מענטש

צוביסלעך ווערט מען אנדערש

דער יסוד איז באקאנט פון די קדמונים, און דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע ברענגט עס אין צעטיל א קטן : "ההרגל על כל דבר נעשה שלטון" – ווען א מענטש געוואוינט זיך איין אין סיי וועלכער זאך, באקומט ער דערויף א שליטה. די געוואוינהייט ווערט ביי אים א נאטור.

דער בורא עולם האט אריינגעלייגט אינעם מענטשליכן נאטור א כח וואס רופט זיך 'הרגל', וואס איז איינע פון די גרעסטע מתנות וואס מיר האבן באקומען. דאס באדייט אז דער מח פון א מענטש איז נישט ווי א שטיין וואס בלייבט אלעמאל די זעלבע, נאר ס'איז ווי ווייכע ערד וואס מ'קען דערויף אויסטרעטן וועגן און שטעגן וועלכע פארבלייבן אויף שפעטער.

אייביג ווען מ'טוט א זאך 'צום ערשטן מאל' קומט עס אן שווער, ווייל מ'דארף טראכטן יעדן טריט און מ'דארף אינזין האבן וואס מ'טוט, ממש ווי איינער וואס גייט דורך א פעלד וואו ס'איז נאך נישטא קיין שום וועג, און ער דארף זוכן וואו אוועקצושטעלן יעדן טריט. דאס צווייטע מאל איז שוין גרינגער, ווייל ס'איז שוין דא א לייכטע שטעגל. דאס דריטע מאל איז עס נאך גרינגער. און אזוי יעדעס מאל ווערט דער וועג ברייטער און טיפער, ביז ס'ווערט אן אויסגעטראטענער מהלך, וואו מ'קען שפאצירן אן קיין שום אנשטרענגונג!

נאכ'ן זיך צוגעוואוינע טוט מען עס פון זיך אליין

א ביישפיל דערצו: ווען א קליין קינד לערנט זיך דאס ערשטע מאל צובינדן די שיך, פלאגט ער זיך היבש, ער דארף כאפן וויאזוי מ'טוט דאס און מ'דארף עס איבערמאכן עטליכע מאל ביז דער קניפ האלט זיך שטארק... אבער נאך עטליכע יאר קען דער מענטש צובינדן זיינע שיך אן טראכטן. ער קען זיין פארנומען צו רעדן מיט א צווייטן און ער ווייסט אפילו נישט אז זיינע הענט האבן יעצט עפעס געטון. דער כח פון הרגל נעמט איבער זיין גאנצע מח, און ער טוט די זאך ווי פון זיך אליין.

נאך א ביישפיל: א נייער דרייווער איז ממש פארציטערט ביים פירן א קאר די ערשטע מאל, מ'קען נישט רעדן מיט אים בשעת'ן דרייוון און ער איז פולקאם קאנצענטרירט ביי יעדן דריי וואס ער מאכט. אבער נאך א שטיק צייט פון דרייוון קען ער בשעת מעשה אויסהערן א שיעור אדער שמועסן מיט מענטשן, ווייל ער דרייווט שוין אויטאמאטיש מיט זיין כח פון הרגל.

ס'איז בלויז שווער אין אנהויב

פונקט ווי דאס ארבעט ביי אלע אברים און ביי אלע מדות, איז דאס אויך גילטיג ווען עס קומט צו אפהיטן די אויגן מיט שמירת עינים. אויב א איד געוואוינט זיך איין אז זיינע אויגן זענען נישט הפקר צו קוקן איבעראל, דעמאלט קען ער מיט דער צייט זוכה זיין צו ווערן איינגעוואוינט צו האבן נאטירליכע שמירת עינים, אן דעם וואס ער זאל יעדעס מאל האבן א פרישער נסיון אדער התגברות!

אזוי שרייבט הרה"ק הרש"ב מליובאוויטש זצ"ל אין א קונטרס אויף שמירת עינים (קונטרס העבודה פ"ב): "והכבדות בזה הוא רק בעת הראשונה שצריך להכביד על עצמו ולהתגבר על טבעו ורצונו, ובמשך הזמן יתרגל בכך" - די שוועריגקייט ביים היטן די אויגן איז נאר אין אנפאנג, ווען ער דארף זיך פלאגן און זיך מתגבר זיין אויף זיין אייגענער טבע און רצון, אבער מיט דער צייט געוואוינט ער זיך צו און ס'איז מער נישט אזוי שווער.

פתחו לי פתח כחודו של מחט, ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם.

קומט אויס אז שמירת עינים איז אסאך גרינגער ווי דער יצר הרע וויל אונז איינרעדן! ס'איז בלויז שווער אין אנהויב, און ס'איז נישט קיין מלחמה וואס ציט זיך שטענדיג מיט'ן זעלבן שטארקייט! די עבודה פון 'שמירת עינים' איז ענדערש אזוי ווי אן אינוועסטמענט וואס מ'איז משקיע אין זיך אליין, מ'לייגט טאקע אריין כוחות אין די ערשטע צייט, אבער דאס ברענגט א געוואלדיגע רואיגקייט אויף שפעטער. ס'פאדערט זיך בלויז די פעסטע החלטה אז: "יא, איך גיי אנהייבן צו ארבעטן אויף א גוטע, געזונטע הרגל אין שמירת עינים!"

אביסל הרגל טוישט דעם גאנצן מציאות

דער מסילת ישרים (פרק י"א, סוף פרטי מידת הנקיות) דערמאנט די נקודה, אז גלייך ווען א מענטש באשליסט זיך אפצוהיטן, ווערט עס מיט אביסל הרגל אסאך גרינגער ווי מ'וואלט געקענט טראכטן:

מ'קען נישט לייקענען, אז עס קומט אן אביסל שווער פאר'ן מענטש צו זיין אינגאנצן אפגעהיטן, אבער ס'איז נישט אזוי שווער ווי עס זעט אויס, און עס איז שווערער אין מחשבה ווי אין מציאות. ווייל ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך אז ער וויל זיך אזוי פירן, וועט עס אים מיט אביסל הרגל ווערן אסאך גרינגער ווי ער וואלט געקענט טראכטן, און דאס איז א זאך וואס די ערפארונג ווייזט אז עס איז אמת.

ג כּי ק רֹוב א לּ ך י ה דָבָרְ מאֹד; שמירת עינים זאל ווערן א נאטירליכע אינסטינקט

די אויגן קוקן פון זיך אליין אוועק

דער בעל חובת התלמידים (פרק יג) איז מסביר מיט זיין זיסע שפראך דעם געוואלדיגן כח פון הרגל וואס קען ממש טוישן דעם מענטש אויף אייביג:

א מענטש קען זיך אויסארבעטן אז ווען ער גייט אויף דער גאס זאל ער בכלל נישט זען קיין שום דבר אסור. נישט ווייל ער שלאגט זיך כסדר מיט'ן יצר הרע נישט צו קוקן, נאר פשוט ווייל ער האט זיך אזוי איינגעוואוינט ביז ס'איז געווארן א חלק פון זיין נאטור.

מען קען דאס פארשטיין געבן מיט א משל. ווען א קליין קינד הייבט אן שלאפן אין א גרויסן בעט, פאסירט אפטמאל אז ער פאלט אראפ אינמיטן שלאף, אבער ווען ער ווערט אביסל עלטער דרייט ער זיך ביים שלאפן פון איין זייט צו דער אנדערער און ער פאלט נישט אראפ. וואס איז די סיבה דערצו? ווייל ער האט זיך אזוי איינגעוואוינט. ער דארף שוין אפילו נישט טראכטן דערפון; פון זיך אליין דרייט ער זיך צוריק אויף דער אנדערער זייט.

דאס זעלבע איז מיט אן ערליכן איד וואס געוואוינט זיך איין פון זיינע יונגע יארן צו לעבן מיט שמירת עינים. ס'ווערט איינגעקריצט ביי אים אין מח אז ער קוקט נישט וואו מ'טאר נישט, און דאן ווען ער ווערט עלטער, אפילו ווען ער קומט נאר נאנט צו א ראיה אסורה, קוקן זיינע אויגן פון זיך אליין אוועק, אן דעם וואס ער זאל אפילו אויפכאפן וואס עס האט פאסירט, ווייל ס'ווערט ביי אים א נאטירליכע געוואוינהייט.

מען קען יא דינען דעם רבש"ע דא אויף דער וועלט

דערמיט ברענגט דער חובת התלמידים ארויס במתק לשונו אז מ'דארף נישט אנטלויפן פון דער וועלט כדי צו זיין אן ערליכער איד וואס דינט דעם רבש"ע! דער כלל איז 'תורה לא בשמים היא'

נאטור זייער שנעל, און שמירת עינים ווערט איינגעבאקן ווי א 'טבע שני'. ס'איז בכלל נישט אזא 'בארג', און יעדער האט די מעגליכקייט דאס צו טון.

דער רבוש"ע האט אונז געגעבן די מתנה פון 'הרגל', וואס באדייט אז דער מח איז ווי א 'וועג' וואס מ'קען אויסטרעטן. אויב מען טוט די זעלבע פעולה אסאך מאל, ווערט מען צוגעוואוינט דערצו, און דערנאך פארט עס

- מ'קען זיין דא אויף דער וועלט און דינען דעם אויבערשטן. מ'דארף נאר וויסן וויאזוי זיך צו דרייען אויף דער וועלט:

ס'זענען פאראן מענטשן וואס זענען זיך טועה און מיינען אז די גאנצע וועלט איז א פלאץ פול מיט תאוות און שלעכטע מחשבות, און ווער ס'וויל דינען דעם רבש"ע דארף זיך דערווייטערן פון דער גאנצער וועלט.

דער אמת איז אבער נישט אזוי. דער רבש"ע האט אוועקגעשטעלט דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי אים צו דינען אפילו אויף דער וועלט, מיט אלע תאוות און מכשולות וואס נעמען ארום דעם מענטש. דער מציאות איז, אז א מענטש קען זיך אויסארבעטן אז דער ערליכער וועג זאל ווערן ביי אים א נאטירליכקייט.

די תורה זאגט אונז 'כי קרוב אליך הדבר מאוד'. דאס מיינט אז יעדער איינער קען צו דעם צוקומען! יעדער איד קען עררייכן אפגעהיטענע אויגן. מ'דארף נאר דערצו אביסל הרגל, זיך איינגעוואוינען אפצוהיטן די אויגן ווען מ'גייט ארויס אויף דער גאס נישט צו קוקן איבעראל, און דעמאלט ווערט עס אן איינגעבאקענער נאטור!

שוין ווי פון זיך אליין, פונקט ווי מענטשן זענען צוגעוואוינט צו טון קאמפליצירטע זאכן, ווי צובינדן די שיך אדער דרייוון א קאר, אן אפילו טראכטן בשעת מעשה וואס מ'טוט.

עס פאדערט זיך בלויז א פעסטע החלטה אז מ'וויל אנהויבן ארבעטן אויף א געזונטע געוואוינהייט, און מיט דער צייט באקומט מען בעז"ה א הרגל פון נאטירליכע שמירת עינים.

וויאזוי פירט מען דאס אויס אויף למעשה? וואס איז דער מהלך אויפצובויען דעם כח פון 'הרגל'?

א) אות י"ז, וכבר מצינו לשון זה בספר תקון מדות הנפש בהקדמה ד"ה ואחרי, ומובא בשערי תשובה לרבינו יונה סוף שער השני בשם ספרי המוסרים.

ב) זה לשונו: "אינני יכול להכחיש שיש קצת טורח לאדם להגיע אל הנקיות הזה [כפי שהוא קורא לטהרה ופרישות], אף על פי כן אומר, שאין צריך טורח כל כך כמו שנראה לכאורה, והמחשבה בדבר הזה קשה מן המעשה. כי כאשר ישים האדם בלבו ויקבע ברצונו להיות מבעלי המדה הטובה הזאת, הנה במעט הרגל שירגיל עצמו בזה תשוב לו קלה הרבה יותר ממה שהיה יכול לחשוב, וזה דבר שהנסיון יוכיח אמיתו".

ג) זה לשונו: "... יכול אתה לתקן א״ע בהם עד שיעשו טבע שלך ולא תצטרך בכל פעם להזכיר עצמך בהם, אם מילדותך תתחיל בהם, למשל יכול אתה להגיע שבשעה שאתה עובר ברחוב, לא תצטרך לעצום את עיניך מראות ברע, רק גם מעצמך לא תראה אותם, העבר עיני מראות שוא, שהעינים בעצמן לא תראינה את השוא. "...למשל בילדותו יכול הי׳ לפול ממשכבו בלילה, וכשיגדל מתהפך הוא מצד אל צד וכשמגיע אל קצה מטתו, שב ומתהפך אל עבר השני, והוא לא ידע אף לא ראה אם שוכב הוא בקצה מטתו או באמצעה. בצדדיו, בשכמו ובכל בשרו מרגיש הוא זאת, ובאה ידיעה זו במוחו וחשב ופקד שמעתה ישוב ויתגלגל אל אמצע מטתו, והוא לא ידע אף בחלומו ממחשבה חזקה כזו שהניעה את כל גופו. ואף אם בקטנותו לא חשב כזאת, מ״מ כיון שנתגדל בידיעה זו שישמור עצמו שלא יפול, נקלטה המחשבה בבשר מוחו, בעורקיו ובעצביו ויהי להם לטבע, שמעצמם חושבים, אף פועלים ומניעים אותו. "...עיניך כאשר רק יתחיל להתקרב לפניהן דבר האסור להסתכל בו, עוד מטרם תראינה ראי׳ בהירה, ועוד טרם ידע מוחך ודעתך כי דבר אסור לפניהם, מהר תסובבנה ימינה, שמאלה, או ארצה, ואתה לא תדע, אף כל סביבותיהן לא תרגיש ואת האסור לך לא תראה".

ד) זה לשונו: "...בני העולם טועים, לחשוב על עוה״ז אשר ד׳ בראו, כי מין אוצר של תאות מחשבות ונטיות רעות הוא, ומי שרוצה לעבוד את ד׳ מוכרח לצאת ולהתרחק מן העולם כלו, ובשביל זה כל ימיהם רחוקים הם מעבודה וקדושה ובשטותי העולם שקועים, דומים הם למי שראה איש שטבע א״ע בנהר ויגזר אומר, שהמים עצם רע הוא בעולם ונבראו רק להמית. וכמה שוטה הוא איש כזה, האם אפשר להיות בלא מים, וכי בשביל שמשוגע זה לא השתמש במים כראוי, ותחת להחיות בהם את הצומח, חי, ומדבר, המית א״ע בהם, רעים הם המים. כן הוא גם עם העולם כלו. עולם שבראו ד׳ הוא, ואף בתחתית העולם בכל עקמימותיו ובכל פתלתוליו נמצאים דרכים, מחילות ומערות, אשר אל בוראו ואל אדונו אדון העולם מובילים, וכל החסרון הוא רק באדם, שאינו משתמש עם דברי העולם לטוב רק לרע".

PDF Preview