Skip to content

כָּל הַמְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת

לב שומע - אידיש | October 15, 2026

וַיִּזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת נֹחַ

וַיִּזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת נֹחַ וְאֵת כָּל הַחַיָּה וְגוֹ' אֲשֶׁר אִתּוֹ בַּתֵּבָה וְגוֹ' וַיָּשֹׁכּוּ הַמָּיִם (ח א) – דער אויבערשטער האט געדענקט נח און די חיות און בהמות וואס זענען געווען מיט נח אין די תיבה, און דער באשעפער האט רואיג געמאכט די וואסערן.

רַשִׁ"י (ד"ה ויזכר אלקים) ברענגט פון מִדְרָשׁ רַבָּה (לג ג) זֶה הַשֵּׁם מִדַּת הַדִּין הוּא, וְנֶהֶפְכָה לְמִדַּת רַחֲמִים עַל יְדֵי תְּפִלַּת הַצַּדִּיקִים – די פסוק רופט דא די נאמען פון דער אויבערשטער מיטן מדת הדין – אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וַיִּזְכֹּר 'אֱלֹקִים', אבער עס איז געווארן איבערגעדרייט צו מִדַּת הָרַחֲמִים דורך די תפלות פון נח.

וֶוען מען קוקט אריין אין מדרש זעט מען ווי די מדרש שרייבט נאכמער, וואס האט גורם געווען אז די מדת הדין זאל זיך איבערדרייען צו מדת הרחמים און דער באשעפער זאל שטיל מאכן די וואסערן? וַיִּזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת נֹחַ, זאגט די מדרש מַה זְכִירָה נִזְכַּר לוֹ?, וועלכע זאך האט דער אויבערשטער געזען פון נח, שֶׁזָּן וּפִרְנֵס אוֹתָם כָּל י"ב חוֹדֶשׁ בַּתֵּבָה, דער רבונו של עולם האט געזען ווי נח גיבט זיך איבער פאר די חיות און בהמות און ער שפייזט זיי יעדן טאג, פאר יעדער חיה עקסטער האט נח געגעבן צו עסן די עסן וואס דער חיה האט געברויכט, במשך דער גאנצע צייט וואס ער איז געווען אין די תיבה.

דֶער באשעפער האט געזען ווי נח האט רחמנות אויף די בריאה, און ער לאזט זיי נישט אליין, האט דאס מעורר געווען רחמנות, און עס האט איבערגעדרייט די מדה פון דין צו רחמים.

מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת

וֶוער עס האט רַחֲמָנוּת אויף אַנְדֶערֶע, טוט מען פון הימל רחמנות האבן אויף אים. אזוי ווי עס שטייט אין גמרא (שבת קנא:) כָּל הַמְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת – מְרַחֲמִין עָלָיו מִן הַשָּׁמַיִם, וְכָל שֶׁאֵינוֹ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת – אֵין מְרַחֲמִין עָלָיו מִן הַשָּׁמָיִם. ווער עס האט רחמנות אויף די באשעפענישן, האט מען פון הימל רחמנות אויף אים, און ווער עס האט ליידער נישט רחמנות אויף אנדערע, דאן איז מען זיך נישט מרחם אויף אים אויבן אין הימל.

בֶּאֱמֶת אז מען טראכט אריין, נח איז דאך געווארן באפוילן פון באשעפער אליין צו שפייזן די חיות און בהמות יעדן טאג, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ו כא) וְאַתָּה קַח לְךָ מִכָּל מַאֲכָל וגו' וְהָיָה לְךָ וְלָהֶם לְאָכְלָה, איז וואו קומט דא אריין דער ענין פון רחמנות, אז ער האט געשפייזט די חיות און בהמות און ער האט זיי געגעבן צו עסן, דער אויבערשטער האט אים געהייסן דאס צו טון, און ער האט סה"כ מקים געווען די באפעל פון השי"ת.

אַז מען טראכט אריין נאך טיפער, איז שווער צו פארשטיין, מען רעדט דאך נישט דא פון רחמנות האבן אויף מענטשען, מען רעדט פון חיות און בהמות וואס אין אלגעמיין קענען זיי זיך אליין שפייזן, און זיי דארפן נישט צוקומען אז מען זאל זיי פיטערן, אבער פארט איז נח געווען באפוילן זיי צו צושטעלן עסן, איז ווי פאסט צו זאגן דער ווארט 'רחמנות' דערויף.

נָאר מען זעט דערפון אז נישט קיין חילוק פארוואס און פאר וועלכע סבה מען האט רחמנות, און אפילו אויב עס איז די נארמאלע שטייגער צו רחמנות האבן, אבער דער עצם פאקט פון רחמנות האבן אויף א צווייטע באשעפעניש, זיך זארגן פאר א צווייטע, און זיכער מאכן אז יענער האט וואס ער דארף, דאס אליין איז מעורר רחמים, און דאס האט א כח צו איבערדרייען די מדה פון דין צו רחמים. אויך ווען מ'איז מחויב צו העלפן, קען מען עס טון מיט א טרוקענע פליכט, אדער מיט הארץ, געדולד און אכטונג געבן אויף יעדעמ'ס באזונדערע געברויכן.

מְעוֹרֵר גֶעוֶוען צוּ תְּשׁוּבָה טוּן

נֹחַ האט שוין ארויסגעוויזן זיין מדה פון רחמנות נאך איידער עס איז געקומען די מבול, ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן בויען די תבה, האט ער רחמנות געהאט אויף די מענטשען פון זיין דור, ווייל ער האט געוואוסט אז דער אויבערשטער גייט ברענגען א מבול צוליב זייער נישט גוטע אויפפירונג, און זיי גייען אלע פארשוועמט ווערן, דעריבער האט ער זיך געבעטן ביי דער עולם אז זיי זאלן תשובה טון, כדי דער אויבערשטער זאל נישט דארפן ברענגען די מבול. אזוי ווי חז"ל (סנהדרין קח.) פארציילן אז נח פלעגט ארומגיין מוסר זאגן פאר די מענטשען אז זיי זאלן זיך פארבעסערן, און טאמער זיי וועלן ווייטער פארבלייבן מיט זייער פארדארבענע מעשים, וועט קומען א מבול.

דָאס קומט פון די מִדַּת הָרַחֲמָנוּת, רחמנות מיינט נישט בלויז א חסד בגוף, געבן געלט אדער קליידער, זיין א רחמן מיינט אויך רחמנות האבן אויף יענעמ'ס נשמה, מען האט רחמנות אז יענער גייט באקומען אן עונש, און מען פראבירט אים צו פארבעסערן און מען העלפט אים צו צוריק קומען צום גלייכן וועג. און דאס האט נח פראבירט צו טון מיט די זינדיגער מענטשען איידער דעם מבול.

רַחְמָנוּת מִיט דִי גַאנְצֶע הַארְץ

דִי מִדָּה פוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אַ צְוִוייטֶע, איז נישט נאָר אויף אַ צְוִוייטֶער אִיד, – וואָס גֶעוִויס הָאט יֶעדֶער אִיד רַחְמָנוּת אויף אַ צְוִוייטֶער אִיד, – דָאס אִיז דָאךְ אֵיינֶער פוּן דִי סִימָנֵי יַהֲדוּת, – אָבֶּער עֶס אִיז דָא 'רַחְמָנוּת' אַבִּי צוּ יוֹצֵא זַיְין, וֶוען מֶען זֶעט וִוי אֵיינְעֶר לִיגְט אויפְן גַאס מִיט צֶערִיסֶענֶע קְלֵיידֶער, וֶועט מֶען רַחְמָנוּת הָאבְּן אוּן אִים אַרַיְין נֶעמֶען אִין הויז אוּן אִים גֶעבְּן קְלֵיידֶער, אָבֶּער אַמֶת'ע 'רַחְמָנוּת' מֵיינְט, אַז מֶען לֵייגְט אַוֶועק דֶער גַאנְצֶע 'זִיךְ' פַאר אַ צְוִוייטֶע בַּאשֶׁעפֶענִישׁ. מֶען גֶעבְּט אויף דֶער גַאנְצֶע הִלּוּךְ יִלּוּךְ אוּן מֶען גֵייט אַרויס פוּנֶעם אֵייגֶענֶע בַּאקְוֶועמְלִיכְקֵייטְן פַאר אַ צְוִוייטֶע, דֶער גַאנְצֶע קָאפּ אוּן מֹחַ טָאג אוּן נַאכְט גֶעבְּט מֶען אַוֶועק פַאר אַן אַנְדֶערֶע.

נֹחַ הָאט נִישְׁט גֶערוּהְט קֵיין אֵיין מִינוּט אִין דִי תֵּבָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען פַארְנוּמֶען אַ גַאנְצֶע צַיְיט צוּ שְׁפַּיְיזְן דִי חַיּוֹת אוּן בְּהֵמוֹת, יֶעדֶער חַיָּה אוּן בְּהֵמָה מִיט זַיְין סְפֶּעצִיעֶלֶע עֶסְן, אוּן זַיְין פִּינְקְטְלִיכְן שָׁעָה. דָאס מֵיינְט רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אַ צְוִוייטְן, אוּן דָאס הָאט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעדֶענְקְט, וַיִּזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת נֹחַ.

חַזַ"ל (בבא מציעא פה. און אין מדרש רבה (לג ג) שטייט אביסל מער דיטאלן ווי אין גמרא) פַארְצֵיילְט, אֵיינְמָאל הָאט מֶען גֶעפִירְט אַ קֶעלְבֶּעלֶע צוּם שְׁחִיטָה, בִּשְׁעַת וֶוען מֶען הָאט אַרִיבֶּער גֶעפִירְט דֶעם קֶעלְבֶּעל נֶעבְּן דֶעם בֵּית הַמִּדְרָשׁ פוּן רַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, אִיז דֶער קֶעלְבֶּעלֶע צוּגֶעלָאפְן צוּ רַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ בִּשְׁעַת רַבִּי הָאט גֶעהַאלְטְן אִינְמִיטְן לֶערְנֶען, אוּן זִי הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטְן אוּנְטֶער זַיְין קְלֵייד, אוּן זִי הָאט גֶעוִויינְט – וִוי כְּאִלּוּ זִי מֵיינְט צוּ זָאגְן אַז זִי וִויל בְּלַיְיבְּן לֶעבְּן, זִי וִויל נִישְׁט וֶוערְן גֶע'שְׁחַט'ן.

וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו

רַבִּי הָאט גֶעזָאגְט צוּ דֶעם קֶעלְבֶּעל "גֵיי צוּם שְׁחִיטָה! כִּי לְכָךְ נוֹצָרְתָּ, פַארְדֶעם בִּיסְטוּ בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן!". זָאגְט דִי גְּמָרָא אַז פוּן הִימְל הָאט מֶען גוֹזֵר גֶעוֶוען, אַז וִויבַּאלְד רַבִּי הָאט נִישְׁט רַחְמָנוּת גֶעהַאט אויף דֶעם קֶעלְבֶּעל, וֶועט עֶר בַּאקִימֶען יִסּוּרִים. אוּן אַזוֹי הָאט טַאקֶע פַּאסִירְט אוּן רַבִּי הָאט בַּאקִימֶען יִסּוּרִים פַאר דְרֵייצְן יָאר.א

עֶס אִיז אַרִיבֶּער אַ שְׁטִיק צַיְיט, אוּן אֵיינְמָאל הָאט רַבִּי גֶעזֶען וִוי דִי דִינְסְט רֵיינִיגְט דֶעם שְׁטוּבּ, אוּן רַבִּי הָאט בַּאמֶערְקְט וִוי אַ קְלֵיינְטְשִׁיקֶע קְרִיכֶערְדִיגֶע בַּאשֶׁעפֶענִישׁ לִיגְט אויפְן עֶרְד, הָאט עֶר אָנְגֶעזָאגְט פַאר דִי דִינְסְט אַז זִי זָאל נִישְׁט אַוֶועק רוֹימֶען דֶער בַּאשֶׁעפֶענִישׁ, וַוייל מֶען דַארְף רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף יֶעדֶער בַּאשֶׁעפֶענִישׁ. דַאן הָאט מֶען גֶעזָאגְט אִין הִימְל, וִויבַּאלְד רַבִּי הָאט רַחְמָנוּת גֶעהַאט אויף דֶער בַּאשֶׁעפֶענִישׁ, וֶועט מֶען רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אִים, אוּן אַוֶועק נֶעמֶען דִי יִסּוּרִים.

וֶוען מֶען טְרַאכְט אַרַיְין אִין דִי גֶעשִׁיכְטֶע אִיז זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ פַארְשְׁטֵיין פַארוָואס רַבִּי אִיז גֶעוָוארְן גֶעשְׁטְרָאפְט, עֶר הָאט דָאךְ גֶעהַאלְטְן אִינְמִיטְן לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן אִינְמִיטְן קוּמְט אַרַיְין אַ בְּהֵמָה אִין בֵּית הַמִּדְרָשׁ אוּן שְׁטֶערְט אִים וִוייטֶער לֶערְנֶען, צוּ דֶען הָאט עֶר זִיךְ גֶעדַארְפְט שְׁטֶערְן פוּן לֶערְנֶען צוּ בַּאשִׁיצְן דִי קֶעלְבֶּעלֶע? נָאךְ אִיז שְׁוֶוער, רַבִּי הָאט נִישְׁט גֶעזָאגְט קֵיין שׁוּם פַאלְשֶׁע רֵייד פַאר דֶעם קֶעלְבֶּעלֶע, עֶר הָאט אִים סַה"כּ גֶעזָאגְט גֵיי אַוֶועק פוּן דַאנֶעט, דוּ בִּיסְט בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן כְּדֵי מֶען זָאל דִיךְ שֶׁחְט'ן, אוּן דָאס אִיז טַאקֶע דֶער וָוארְהֵייט, אִיז פַארוָואס אִיז אִים גֶעקוּמֶען יִסּוּרִים.

הֲגַם מִיר קֶענֶען נִישְׁט אוּן עֶס אִיז נִישְׁט מֶעגְלִיךְ פַאר אוּנְזֶער מוֹחוֹת צוּ פַארְשְׁטֵיין דִי פְּשׁוּטֶ'ע פְּשַׁט פוּן דִי מַעֲשֶׂה, מִיר הָאבְּן נִישְׁט קֵיין מִינְדֶעסְטֶע הַשָּׂגָה אִין דִי קְדוּשָׁה אוּן אִין דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּן רַבֵּינוּ הַקָּדוֹשׁ, אָבֶּער פוּן דֶער עֶצֶם גֶעשִׁיכְטֶע קֶענֶען מִיר זִיךְ לֶערְנֶען אַ גֶעוַואלְדִיגֶע מוּסַר הַשְׂכֵּל, אויבּ מֶען מֶעג זָאגְן פְּשַׁט אִין דִי מַעֲשֶׂה קֶען זַיְין אַז דִי כַּוָּנָה דֶערְפוּן אִיז אַז לוֹיט דִי גְרוֹיסֶע דַּרְגָּא פוּן רַבִּי וָואלְט עֶר גֶעדַארְפְט אַבִּיסְל מֶער רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף דֶעם קֶעלְבֶּעלֶע, זִי קוּמְט אוּן וִויינְט, זִי וִוייסְט אַז זִי דַארְף גֶע'שְׁחַט'ן וֶוערְן, זִי וִויל הֶערְן דִּבְרֵי תַּנְחוּמִים, קֶען זַיְין אַז רַבִּי וָואלְט זִי גֶעדַארְפְט טְרֵייסְטְן: דוּ בִּיסְט אַזוֹי חָשׁוּב אַז פִּינְקְט דִיר הָאט מֶען אויסְגֶעקְלִיבְּן צוּ שֶׁחְט'ן דוּרְךְ אִידְן יְרֵאִים וּשְׁלֵמִים, אוּן דוּ גֵייְסְט הָאבְּן אַזַא גֶעוַואלְדִיגֶע זְכוּת אַז אִידְן גֵייֶען מַאכְן אַן עֶרְלִיכֶער בְּרָכָה אויף דַיין פְלֵייש, אוּן מְקַיֵּם זַיְין דֶערְמִיט עוֹנֶג יוֹ"ט אוּן שִׂמְחַת יוֹ"ט.

אֶפְשָׁר קֶען מֶען זָאגְן אַז לוֹיט דֶער הויכֶע מַדְרֵגָה פוּן רַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, הָאט זִיךְ אֶפְשָׁר פַארְלַאנְגְט אַ טִיפֶערֶער אויסְדְרוּק פוּן רַחְמָנוּת, אַז עֶר זָאל אַרַיין לֵייגְן זַיין הַארְץ אוּן גֶעפִיל אוּן נִישְׁט סְתָם פַארְשִׁיקְן דִי בְּהֵמָה, נָאר עֶר וָואלְט גֶעדַארְפְט אַוֶועקְגֶעבְּן עֶטְלִיכֶע מִינוּט צוּ בַּארוּהִיגְן דִי קֶעלְבֶּעלֶע, אוּן דַאן וָואלְטְן דִי תַּלְמִידִים פוּן רַבִּי זִיךְ אויסְגֶעלֶערְנְט וָואס דָאס מֵיינְט רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אַ בַּאשֶׁעפֶענִישׁ, אַז אֲפִילוּ וֶוען דִי וֶוערְטֶער זֶענֶען רִיכְטִיג, דַארְף מֶען זֵיי זָאגְן מִיט הַארְץ אוּן גֶעפִיל, אוּן טַאקֶע דֶערְפַאר וֶוען רַבִּי הָאט שְׁפֶעטֶער גֶעזֶען וִוי דִי דִינְסְט הַאלְט אִינְמִיטְן רֵיינִיגְן, אוּן עֶר הָאט זִי אויסְגֶעלֶערְנְט וָואס מֵיינְט רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אַן אַנְדֶערֶע בַּאשֶׁעפֶענִישׁ, זֶענֶען דִי יִסּוּרִים אַוֶועק גֶעגַאנְגֶען.

מַהֵר יְקַדְּמוּנוּ רַחֲמֶיךָ

מֶען זֶעט דֶערְפוּן וִוי שְׁטַארְק מֶען דַארְף זִיךְ רֶעכְנֶען מִיט אַ צְוִוייטֶע מִיט גֶעפִיל אוּן הַארְץ, אוּן וָואס מֶער מִיר וֶועלְן אַרויסְוַוייזְן אוּנְזֶער רַחְמָנוּת צוּ אַנְדֶערֶע, וֶועלְן מִיר זוֹכֶה זַיְין צוּ אִיבֶּער דְרֵייעֶן דִי מִדַּת הַדִּין צוּ רַחֲמִים אוּן צוּ דֶערְמַאנְט וֶוערְן לְטוֹבָה לִבְרָכָה וְלִישׁוּעָה.

דֶער קְדוּשַׁת לֵוִי (פורים קדושה שניה, ד"ה לכן יש להרבות) שְׁרַיְיבְט, וֶוען אֵיינְעֶר טוּט אַ חֶסֶד מִיט אַ צְוִוייטֶער, אִיז עֶר גּוֹרֵם אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער זָאל זִיךְ אָנְקְלֵיידְן מִיט מִדַּת הַחֶסֶד אוּן מַשְׁפִּיעַ זַיְין בְּרוֹב חַסְדּוֹ פַאר אַלֶע מַלְאָכִים, פַאר אַלֶע נְשָׁמוֹת, אוּן פַאר אַלֶע וֶועלְטְן שֶׁפַע רַב שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה לְכָל הָעוֹלָמוֹת וּלְעוֹלָם הַתַּחְתּוֹן.

דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס שְׁטֵייט שׁוֹין דָאס אִין זֹהַר הַקָּ' (פרשת אמור צב.) בְּעוֹבָדָא דִּלְתַּתָּא אִתְעַר עובדא דלעילא יֶעדֶער פְּעֻלָּה וָואס מֶען מַאכְט דָא אויף דֶער וֶועלְט, אִיז מְעוֹרֵר הַשְׁפָּעוֹת אויף יֶענֶער וֶועלְט. אִי אִתְדַּבַּר בַּר נָשׁ לְרַחֲמֵי לְתַתָּא, אִתְעַר רַחֲמֵי עַל הַהוּא יוֹמָא וְאִתְעַטַּר בְּרַחֲמֵי בְּגִינֵיהּ, וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט רַחְמָנוּת אויף אַן אַנְדֶערֶע דָא אויף דֶער וֶועלְט, טוּט עֶר מְעוֹרֵר זַיְין רַחֲמִים אויבְּן אִין הִימְל אויף יֶענֶער טָאג, אוּן דֶער בַּאשֶׁעפֶער פִירְט זִיךְ אויף בְּרַחֲמִים וֶועגְן דֶער מֶענְטְשׁ, וּכְדֵין הַהוּא יוֹמָא קָאִים עָלֵיהּ לְמֶהֱוֵי אַפּוֹטְרוֹפָא בְּגִינֵיהּ בְּשַׁעְתָּא דְּאִצְטְרִיךְ לֵיהּ אוּן דֶעמָאלְט וֶוערְט דֶער טָאג, – וָואס דֶער אִיד הָאט צוּגֶעבְּרֶענְגְט מִדַּת הָרַחֲמִים אִין אִיר – זִיךְ פִירְן וִוי אַן אַפָּטְרוֹפּוֹס פַאר אִים וֶוען עֶר דַארְף צוּקִימֶען צוּ רַחֲמֵי שָׁמַיִם.

דֶער זוֹהַר הַקָּדוֹשׁ פִירְט אויס, חָלִילָה אויבּ דֶער מֶענְטְשׁ הָאט נִישְׁט קֵיין רַחְמָנוּת אוּן עֶר קִימֶערְט זִיךְ נִישְׁט מִיט אַ צְוִוייטֶע, דַאן טוּט השי"ת זִיךְ פִירְן מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה אוּן דֶער בַּאשֶׁעפֶער וֶועט רח"ל נִישְׁט רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אִים.

וַיְשַׁלַּח אֶת הָעֹרֵב וְגוֹ' עַד יְבֹשֶׁת הַמָּיִם (ח ז)

אֵיין פַאל זֶעט מֶען וִוי נֹחַ הָאט נִישְׁט רַחְמָנוּת גֶעהַאט אויף אֵיין גֶעוִויסֶע פֵייגְל אִין דִי תֵּבָה, אוּן לָאמִיר זֶען אוּן זִיךְ לֶערְנֶען פַארוָואס טַאקֶע הָאט דָא נֹחַ נִישְׁט רַחְמָנוּת גֶעהַאט, אוּן וָואס אִיז לְמַעֲשֶׂה אַרויס גֶעקוּמֶען פוּן דֶעם.

דִי תּוֹרָה פַארְצֵיילְט, עֶס אִיז גֶעוֶוען פֶערְצִיג טֶעג נָאכְדֶעם וָואס דִי שְׁפִּיצְן פוּן דִי בֶּערְג הָאבְּן זִיךְ בַּאווִיזְן, הָאט נֹחַ גֶעעֶפְנְט דִי פֶענְסְטֶער פוּן דִי תֵּבָה, אוּן אַרויס גֶעשִׁיקְט דֶער עוֹרֵב – דֶער שְׁוַוארְצֶער רוֹיבּ־פֵייגְל, אוּן דֶער עוֹרֵב אִיז אַרוּם גֶעפְלוֹיגְן אַרוּם אוּן אַרוּם דִי תֵּבָה, אוּן עֶר הָאט נִישְׁט אויסְגֶעפִירְט זַיְין שְׁלִיחוּת, נָאר עֶר אִיז גֶעבְּלִיבְּן אִינְדְרוֹיסְן בִּיז דֶער עֶרְד אִיז גֶעוָוארְן טְרוֹקְן. דֶערְנָאךְ הָאט נֹחַ אַרויס גֶעשִׁיקְט אַן אַנְדֶערֶע פֵייגְל – דִי יוֹנָה צוּ זֶען אויבּ דֶער עֶרְד אִיז נָאךְ פַיְיכְט אוּן צִי דִי וַואסֶער פוּן דֶער מַבּוּל הָאבְּן שׁוֹין נָאכְגֶעלָאזְט.

דִי גְּמָרָא (סנהדרין קח:) פַארְצֵיילְט אַז דֶער עוֹרֵב הָאט זִיךְ גֶע'חוּצְפָּה'ט צוּ נֹחַ, אוּן אִים אַפִּיר גֶעהַאלְטְן מִיט עֶטְלִיכֶע פְרַאגֶעס, דֶער עוֹרֵב הָאט גֶעפְרֶעגְט נֹחַ "פַארוָואס הָאסְטוּ פִּינְקְט מִיךְ אויסְגֶעקְלִיבְּן אַרויס צוּ שִׁיקְן פוּנֶעם תֵּבָה? עֶס אִיז דָאךְ דָא אִין דֶער תֵּבָה אַסַאךְ פְלִיעֶדִיגֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן? פוּן מַיין סָארְט אִיז דָאךְ נָאר דָא צְוֵויי, וִוידֶער פוּן דִי כְּשֵׁרֶ'ע בְּהֵמוֹת הָאסְטוּ גֶעבְּרֶענְגְט זִיבְּן, אִיז פַארוָואס שִׁיקְסְטוּ מִיךְ אַרויס אִין דֶער וֶועטֶער, אִיךְ קֶען דָאךְ וֶוערְן גֶעשֶׁעדִיגְט פוּן דִי קַעלְט אָדֶער פוּן דִי הִיצְן?"

דֶער מַהַרְשָׁ"א (סנהדרין קח:) לֶערְנְט פְּשַׁט אַז נֹחַ הָאט נִישְׁט רַחְמָנוּת גֶעהַאט אויף דֶעם עוֹרֵב וַוייל עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט אויפְגֶעפִירְט אַיְידְל אִינֶעם תֵּבָה, עֶס אִיז נִישְׁט אָנְגֶעגַאנְגֶען פַאר נֹחַ אויבּ דֶער עוֹרֵב וֶועט שְׁטַארְבְּן אִין דִי קַעלְט אָדֶער אִין דִי הִיצְן, וִויבַּאלְד דֶער עוֹרֵב אִיז מִמֵּילָא גֶעוֶוען פַארְרֶעכְנְט וִוי אַ 'רָשָׁע'.

מִיר גֶעפִינֶען אִין גְּמָרָא (עירובין כב.) אַז דֶער עוֹרֵב אִיז אַן אַכְזָרִיּוּת'דִיגֶע פֵייגְל, עֶר גִיבְּט נִישְׁט צוּ עֶסְן פַאר זַיינֶע אֵייגֶענֶע קִינְדֶער, עֶר הָאט נִישְׁט קֵיין רַחְמָנוּת אויף זֵיי אוּן עֶר גִיבְּט זֵיי נִישְׁט קֵיין שְׁפַּיְיז. עֶס קֶען זַיְין אַז צוּלִיבּ דֶעם הָאט נֹחַ זֵייעֶר נִישְׁט גֶעגְלִיכְן דִי עוֹרֵב – דֶער טְמֵא'נֶע פֵייגְל, עֶר הָאט גֶעהַאלְטְן אַז עֶס אִיז נִישְׁטָא קֵיין שׁוּם נוּצְן פַאר דִי וֶועלְט צוּ הָאבְּן אַזַא פֵייגְל, אוּן עֶר הָאט נִישְׁט פַארְשְׁטַאנֶען פַארוָואס דֶער פֵייגְל – דֶער גְרוֹיסֶע אַכְזָר וָואס הָאט נִישְׁט רַחְמָנוּת אויף זַיין אֵייגְן קִינְדֶער – דַארְף אִיבֶּער לֶעבְּן דִי מַבּוּל.

אוּן וֶוען דֶער עוֹרֵב הָאט זִיךְ נִישְׁט אויפְגֶעפִירְט אַיְידְל אִין דִי תֵּבָה, עֶר הָאט זִיךְ גָארְנִישְׁט גֶעקִימֶערְט מִיט דֶעם אַז דֶער וֶועלְט אִיז אֵיינְגֶעהִילְט אִין אַ טְרוֹיעֶר אוּן אַז עֶס אִיז דָא אַ מַבּוּל, הָאט נֹחַ נִישְׁט פַארְשְׁטַאנֶען פַארוָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט אִים בַּאפוֹילְן צוּ אַרַיין נֶעמֶען אִין דִי תֵּבָה דֶעם עוֹרֵב, דֶערִיבֶּער הָאט נֹחַ גֶעהַאלְטְן אַז עֶר הָאט נִישְׁט קֵיין 'זְכוּת קִיּוּם' אוּן דֶערְפַאר הָאט עֶר אִים אַרויס גֶעשִׁיקְט פוּן תֵּבָה.

דִי גְּמָרָא (ברכות לג.) זָאגְט אַז אויף אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קֵיין דַּעַת, טָאר מֶען נִישְׁט רַחְמָנוּת הָאבְּן, דִי סְפָרִים (עיי' ברכת פרץ פר' בשלח) זֶענֶען מַסְבִּיר אַז אויבּ יֶענֶער הָאט נִישְׁט קֵיין שֵׂכֶל אוּן טָאמֶער דוּ וֶועסְט אִים הֶעלְפְן, וֶועט יֶענֶער נָאר מַאכְן עֶרְגֶער אוּן מֶער פְּרָאבְּלֶעמֶען, טָאר מֶען נִישְׁט רַחְמָנוּת הָאבְּן אויף אִים. דֶערְפַאר הָאט נֹחַ גֶעהַאלְטְן אַז אויף דֶעם עוֹרֵב דַארְף מֶען נִישְׁט רַחְמָנוּת הָאבְּן, וַוייל דֶער עוֹרֵב מַאכְט נָאר פְּרָאבְּלֶעמֶען, אַ רַחֲמָן מֵיינְט יֶענֶעמְ'ס טוֹבָה, אָבֶּער אויבּ יֶענֶער אִיז אַ שְׁלֶעכְטֶער, מִמֵּילָא הָאט עֶר פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָא דַארְף מֶען גֵיין מִיט אַן אַנְדֶערֶע סָארְט מִדָּה אוּן פַארְשִׁיקְן דֶעם עוֹרֵב.

אִישׁ כִּלְכְּלוּהוּ הָעוֹרְבִים

רַשִׁ"י (ד"ה עד יבשת המים) בְּרֶענְגְט אַ מִדְרָשׁ אַז יָארְן שְׁפֶּעטֶער הָאט דֶער עוֹרֵב גֶעהַאט אַ גוּטֶע שְׁלִיחוּת; וֶוען כְּלַל יִשְׂרָאֵל אִיז לֵיידֶער גֶעוֶוען פַארְזִינְקֶען אִין עֲבוֹדָה זָרָה, אִין שְׁפִּיץ פוּן דִי צְוֵויי זִינְדִיגֶער אַחְאָב אוּן אִיזֶבֶל, דֶעמָאלְט אִיז אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא גֶעקוּמֶען צוּ אַחְאָב צוּ אִים וַוארֶענֶען אַז עֶר זָאל תְּשׁוּבָה טוּן, אוּן דֶער רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הָאט אִים בַּאפוֹילְן אַז עֶר זָאל זִיךְ בַּאהַאלְטְן נֶעבְּן דִי טַיְיךְ כְּדֵי אַחְאָב זָאל אִים נִישְׁט קֶענֶען הַרְגֶ'נֶען, דֶעמָאלְטְס הָאבְּן דִי רוֹיבּ־פֵייגְלֶעךְ – דִי עוֹרְבִים גֶעקוּמֶען אוּן גֶעבְּרֶענְגְט בְּרוֹיט אוּן פְלֵייש פַאר אֵלִיָּהוּ כְּדֵי עֶר זָאל הָאבְּן וָואס צוּ עֶסְן. (מלכים־א יז ו)ב

מִיר זֶעעֶן פוּן דֶעם אַ גֶעוַואלְדִיגֶע לִימוּד אוּן אַ וִויכְטִיגֶע מוּסַר הַשְׂכֵּל וָואס מִיר דַארְפְן זִיךְ אַרויס לֶערְנֶען פוּן דֶער טְמֵא'נֶע פֵייגְל דִי עוֹרֵב, כַּאטְשׁ וָואס נֹחַ הָאט גֶעהַאלְטְן אַז מֶען דַארְף אִים אַרויס וַוארְפְן פוּן דִי תֵּבָה, וַוייל עֶר הָאט נִישְׁט מֶער קֵיין שׁוּם נוּצְן אויף דִי וֶועלְט, אָבֶּער לְמַעֲשֶׂה הָאט זִיךְ שְׁפֶּעטֶער אַרויס גֶעוִויזְן אַז פוּן דֶעם שְׁלֶעכְטֶען אַכְזָר וָואס הָאט נִישְׁט רַחְמָנוּת אויף זַיין אֵייגְן קִינְדֶער, אִיז אַרויס גֶעקוּמֶען אַ טוֹבָה פוּן אִים פַאר אִיבֶּער טוֹיזְנְט יָאר שְׁפֶּעטֶער וֶוען עֶר הָאט גֶעשְׁפַּיְיזְט אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא.

דָאס לֶערְנְט אוּנְז אַז מֶען טָאר קֵיינְמָאל נִישְׁט גְרִינְג־שַׁאצְן קֵיין שׁוּם בְּרִיאָה אויף דֶער וֶועלְט, מֶען דַארְף אֵייבִּיג קוּקְן אויף דֶער גוּטֶע חֵלֶק, אֲפִלּוּ דֶער מַצָּב זֶעט אויס וִוי ס'אִיז דֶערְנָאךְ עֶס אִיז פַארְטִיג, מֶען קֶען נִישְׁט הָאבְּן קֵיין שׁוּם נוּצְן דֶערְפוּן, דַארְף מֶען אָבֶּער וִויסְן, אַז עֶס קֶען נָאךְ קוּמֶען אַ טָאג וָואס עֶס גֵייט יָא צוּנִיץ קוּמֶען, אוּן אַוַודַאי אוּן אַוַודַאי וֶוען עֶס הַאנְדְלְט זִיךְ פוּן אַ אִידִישׁ קִינְד, אַ אִידִישֶׁע נְשָׁמָה וָואס הָאט דָאךְ אַ גֶעוַואלְדִיגֶע חָשׁוּב'ע תַּכְלִית, אֲפִלּוּ וֶוען מֶען זֶעט דָאס נִישְׁט.

דִי מַעֲלוֹת פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער

דִי מִשְׁנָה זָאגְט (אבות פרק ד משנה ג) אַל תְּהִי בָז לְכָל אָדָם וכד' שֶׁאֵין לְךָ אָדָם שֶׁאֵין לוֹ שָׁעָה וְאֵין לְךָ דָבָר שֶׁאֵין לוֹ מָקוֹם, מֶען טָאר נִישְׁט גְרִינְג־שַׁאצְן קֵיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דוּ קֶענְסְט קֵיינְמָאל נִישְׁט וִויסְן וָואס עֶס גֵייט אַרויס קוּמֶען פוּן יֶענֶעם. דֶער שִׁינָאוָוא רַב זִי"עַ הָאט מְדַיֵּק גֶעוֶוען אִין דִי מִשְׁנָה עֶס שְׁטֵייט אַל תְּהִי בָז "לְכָל אָדָם" וָואס מֵיינְט דִי מִשְׁנָה מִיט דִי וֶוערְטֶער "לְכָל אָדָם"? זָאגְט דֶער שִׁינָאוָוא רַב זִי"עַ זָאג נִישְׁט אַז יֶענֶער אִיז "גָארְנִישְׁט" וֶוערְד, מַאךְ נִישְׁט אַוֶועק דֶער 'גַאנְצֶע מֶענְטְשׁ' – לְכָל אָדָם, וַוייל אֲפִלּוּ עֶר זֶעט אויס צוּ זַיְין אִינְגַאנְצֶען פֶעלֶער־הַאפְטִיג, קוּק אָבֶּער אַרַיין טִיף אִינֶעוִויינִיג וֶועסְטוּ טְרֶעפְן עֶפֶּעס אַ גוּטֶע זַאךְ, מֶען טָאר נִישְׁט אַוֶועק מַאכְן דֶעם 'גַאנְצְן מֶענְטְשׁ'.ג

עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (איוב לה יא) וּמֵעוֹף הַשָּׁמַיִם יְחַכְּמֵנוּ, מֶען קֶען זִיךְ אַרויס לֶערְנֶען קְלוּגְשַׁאפְט פוּן דִי פְלִיעֶדִיגֶע פֵייגְלֶעךְ. דֶער מִדְרָשׁ (במדבר רבה פרשה כג ט) זָאגְט אַז דִי פָּסוּק גֵייט אַרויף דִי עוֹרֵב וָואס הָאט גֶעבְּרֶענְגְט עֶסְן פַאר אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא פוּן דֶער טִישׁ פוּן יְהוֹשָׁפָט, אוּן זֵיי הָאבְּן נִישְׁט גֶעוָואלְט אַרַיין גֵיין אִין דֶער הויז פוּן אַחְאָב וָואס אִיז גֶעוֶוען אָנְגֶעפִילְט מִיט עֲבוֹדָה זָרָה.ד

אויבּ מֶען דַארְף זִיךְ לֶערְנֶען פוּן אַ פֵייגְל אַן אַכְזָר וָואס אִיז אֵיין שְׁטִיק רְשָׁעוּת, כָּל שֶׁכֵּן אוּנְז אִידְן וָואס מִיר הָאבְּן אַ כֹּחַ הַבְּחִירָה וָואס דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן אַ מֶעגְלִיכְקֵייט צוּ זִיךְ בַּייטְן אוּן זִיךְ צוּ פַארְבֶּעסֶערְן, דַארְפְן מִיר זִיךְ אָפְּלֶערְנֶען פוּן דֶעם אוּן אַפִּיר זוּכְן דֶער אִידִישֶׁע פוּנְק, אוּן דָאס מַחְשִׁיב זַיְין.

מֶען דַארְף אויף דֶעם שְׁטֶענְדִיג הָארֶעוֶוען אוּן זוּכְן דִי מַעֲלוֹת פוּן יֶעדְן אִידִישׁ קִינְד, אוּן דֶערְצוּ אויךְ בֶּעטְן אוּן מִתְפַּלֵּל זַיְין אַ תְּפִלָּה צוּם רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, וִוי דֶער רֶבִּי ר' אֱלִימֶלֶךְ מִלִיזֶענְסְק זִי"עַ הָאט פַארְפַאסְט אִין זַיין הֵיילִיגֶע תְּפִלָּה: אַדְּרַבָּה תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם.

דֶער שָׂכָר פַאר אַ גוּטֶע פְּעֻלָּה

נָאךְ אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס מֶען קֶען זִיךְ אַרויס לֶערְנֶען פוּן דִי עוֹרֵב פוּן דֶעם וָואס עֶס וֶוערְט דֶערְצֵיילְט אִין פִּרְקֵי דְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר (סוף פרק כא) וִוי פָאלְגֶענְד: וֶוען הֶבֶל אִיז גֶעלֶעגְן טוֹיט אויף דִי עֶרְד, הָאט אָדָם הָרִאשׁוֹן נִישְׁט גֶעוָואוּסְט וָואס צוּ טָאן מִיט זַיין קֶערְפֶּער, – עֶר אִיז דָאךְ גֶעוֶוען דֶער עֶרְשְׁטֶער טוֹיטֶע מֶענְטְשׁ – בִּיז אָדָם הָרִאשׁוֹן הָאט בַּאמֶערְקְט וִוי אַ רוֹיבּ־פֵייגְל לִיגְט טוֹיט, אוּן זַיין חָבֵר אַן אַנְדֶערֶע עוֹרֵב, הָאט גֶעגְרָאבְּן אַ קְלֵיינֶע לָאךְ אִין דֶער עֶרְד, אוּן עֶר הָאט דָארְטְן אַרַיין גֶעשְׁטֶעקְט זַיין טוֹיטֶע חָבֵר, הָאט אָדָם הָרִאשׁוֹן גֶעזָאגְט "אִיךְ וֶועל נָאכְמַאכְן דֶער רוֹיבּ־פֵייגְל" אוּן עֶר הָאט גֶעגְרָאבְּן אַ לָאךְ, אוּן עֶר הָאט דָארְטְן בַּאגְרָאבְּן הֶבֶל.

זָאגְט דֶער פִּרְקֵי דְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר אַז צוּלִיבּ דֶעם וָואס דֶער עוֹרֵב הָאט אויסְגֶעלֶערְנְט אָדָם הָרִאשׁוֹן וָואס צוּ טוּן מִיט הֶבֶל, הָאט דֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעגֶעבְּן שָׂכָר בָּעוֹלָם הַזֶּה פַאר דִי עוֹרְבִים, אַז זֵיי הָאבְּן אֵייבִּיג מִיט וָואס זִיךְ צוּ שְׁפַּיְיזְן, אוּן וֶוען אִימֶער זֵיי בֶּעטְן פַאר רֶעגְן, הֶערְט הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אויס זֵייעֶר גֶעבֶּעט אוּן עֶר שִׁיקְט אַרָאפּ וַואסֶער, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (תְּהִלִּים קמז ט) נוֹתֵן לִבְהֵמָה לַחְמָהּ 'לִבְנֵי עֹרֵב' אֲשֶׁר יִקְרָאוּ.

דָאס וַוייזְט אוּנְז, אַז אֲפִלּוּ דֶער עוֹרֵב וָואס אִיז שְׁלֶעכְט אוּן אַן אַכְזָר, אָבֶּער עֶר הָאט פַארְט בַּאקוּמֶען זַיין בַּאלוֹינוּנְג זַיין שָׂכָר אויף דֶער וֶועלְט, פַאר אִים אוּן פַאר אַלֶע זַיינֶע דּוֹרוֹת, צוּלִיבּ אַ זַייטִיגֶע טוֹבָה וָואס אִיז אַרויס גֶעקוּמֶען פוּן אִים, אֲפִלּוּ אַ בְּרִיאָה וָואס וֶוערְט בַּאשְׁרִיבְּן מִיט אַ שְׁלֶעכְטֶער מִדָּה, קֶען טוּן אַ גוּטֶע פְּעֻלָּה אוּן בַּאקוּמֶען שָׂכָר דֶערויף.

מֶען טָאר קֵיינְמָאל קֵיינֶער נִישְׁט אוּנְטֶער־שַׁאצְן, וַוייל מֶען קֶען קֵיינְמָאל נִישְׁט וִויסְן וָואסְפַארַא טוֹבָה אוּן נוּצְן עֶס קֶען אַרויס קוּמֶען פוּן יֶעדֶער סָארְט בְּרִיאָה אויף דִי וֶועלְט. אוּן זִיכֶער נִישְׁט פוּן אַ אִידִישׁ קִינְד וָואס אִיז אַ חֵלֶק אֱלֹקֵי מִמַּעַל, וָואס דִי נְשָׁמָה אִיז בְּמָקוֹר וָואוּיל אוּן גוּט, אִיז זִיכֶער אַז יֶעדֶע נְשָׁמָה הָאט אִין זִיךְ אַ גוּטֶע כֹּחַ וָואס מֶען טָאר נִישְׁט גְרִינְג־שַׁאצְן. מֶען דַארְף קוּקְן מִיט אַ וַוייטֶע בְּלִיק אויף יֶעדֶע אִיד, אִין סַיי וֶועלְכֶע מַצָּב אָדֶער אַטְמָאסְפֶער דֶער אִיד אִיז, וַוייל זַיינֶע גוּטֶע מַחֲשָׁבוֹת אוּן כֹּחוֹת קֶען אַמָאל לִיגְן טִיף בַּאהַאלְטְן, אוּן עֶר קֶען זִיךְ נָאךְ בַּייטְן פוּן אֵיין מִינוּט צוּם צְוִוייטְן.

א. דִי גְּמָרָא פַארְצֵיילְט אַז רַבִּי הָאט זִיךְ גֶעמוּטְשֶׁעט מִיט יִסּוּרִים פַאר דְרֵייצְן יָאר, – זֶעקְס יָאר הָאט עֶר גֶעהַאט יִסּוּרִים אִין זַיין מָאגְן, אוּן זִיבְּן יָאר אִין זַיין מוֹיל. דִי יִסּוּרִים הָאבְּן גֶעהַאט אַזַא גְרוֹיסֶע אָפְּקְלַאנְג אַז דִי גֶעשְׁרֵייעֶן פוּן דִי יִסּוּרִים אִיז גֶעוֶוען הֶעכֶער וִוי דִי קוֹלוֹת פוּן דִי בְּהֵמוֹת, אוּן מֶען הָאט דָאס גֶעהֶערְט גָאר וַוייט.
עֶס אִיז כְּדַאי צוּ אָנְמֶערְקְן דָאס וָואס דֶער חִידָ"א שְׁרַיְיבְט (בְּסִפְרוֹ מַרְאִית הָעַיִן) אַז רַבִּי הָאט גֶעוָואלְט דִי יִסּוּרִין אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט מִתְפַּלֵּל זַיְין אַז עֶס זָאל אַוֶועק גֵיין, אוּן וַוייל עֶר הָאט נִישְׁט גֶעבֶּעטְן דֶער אויבֶּערְשְׁטֶער אַז דִי וֵוייטָאגְן זָאלְן זִיךְ אָפְּטוּן פוּן זַיין קֶערְפֶּער, דֶערִיבֶּער זֶענֶען דִי יִסּוּרִים גֶעבְּלִיבְן. מִיר זֶען דֶערְפוּן אַז אֲפִלּוּ מֶען בַּאקוּמְט יִסּוּרִים, – פַאר סַיי וֶועלְכֶע סִבָּה סְ'זָאל נָאר זַיְין – דָאךְ הָאבְּן מִיר שְׁטֶענְדִיג דֶער כֹּחַ הַתְּפִלָּה צוּ בֶּעטְן דֶער אויבֶּערְשְׁטֶער וְהָסֵר מִמֶּנִּי כָּל חוֹלִי וְכָל מַדְוֶה.

ב. דֶער בַּעַל הַטּוּרִים אִיז דָאס מְרַמֵּז אִין דִי פָּסוּק עַד יְבֹשֶׁת הַמָּיִם, 'יְבֹשֶׁת' אִיז דֶער זֶעלְבֶּע אוֹתִיּוֹת וִוי 'תִּשְׁבִּי' וָואס דָאס אִיז אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא וָואס וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן 'תִּשְׁבִּי'.

ג. עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אִין אַן אַרְמֵיי אַ גְרוּפֶּע פוּן אִידִישֶׁע זֶעלְנֶער, לֵיידֶער פְרַיֶיע, אָבֶּער פַארְט אִידְן. צְוִוישְׁן דִי סַאלְדַאטְן אִיז גֶעוֶוען אַ פָּשׁוּט'ער אִיד וָואס הָאט נִישְׁט גֶעוָואוּסְט אוּן גֶעקֶענְט צוּפִיל אִידִישְׁקֵייט עִנְיָנִים, אֵיינֶער פוּן דִי אִידִישֶׁע הֲלָכוֹת הָאט עֶר גֶעוָואוּסְט, אַז וֶוען מֶען טוּט אָן דִי שִׁיךְ דַארְף מֶען צוּם עֶרְשְׁט אָנְטוּן דִי רֶעכְטֶער שִׁיךְ אוּן דֶערְנָאךְ דִי לִינְקֶע שִׁיךְ, אוּן בַּיים צוּבִּינְדְן דִי שִׁיךְ, דַארְף מֶען עֶרְשְׁט דִי לִינְקֶע אוּן דֶערְנָאךְ דֶער רֶעכְטֶער, דָאס הָאט עֶר גֶעוָואוּסְט אוּן אויף דֶעם הָאט עֶר זֵייעֶר מַקְפִּיד גֶעוֶוען.
אֵיין טָאג אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ מִילִיטֶערִישֶׁע פְלִיגֶער וָואס אַלֶע וָואס זֶענֶען דָארְטְן גֶעוֶוען אָנְוֶועזְנְד הָאבְּן זָאפָארְט גֶעמוּזְט אַרויף גֵיין דֶערויף, דֶער פָּשׁוּט'ער אִידְל הָאט גֶעהַאלְטְן אִינְמִיטְן אָנְטוּן זַיין שִׁיךְ אוּן וִויבַּאלְד עֶס הָאט גֶעדויעֶרְט אַ שְׁטִיקְל צַיְיט, וַוייל עֶר הָאט בִּטְעוּת עֶרְשְׁט צוּגֶעבִּינְדְן דִי רֶעכְטֶער שִׁיךְ, הָאט עֶר זִיךְ אָפְּגֶעשְׁטֶעלְט אוּן אויפְגֶעבִּינְדְן דִי רֶעכְטֶער אוּן צוּרִיק גֶעבִּינְדְן דִי שִׁיךְ אַזוֹי וִוי דֶער הֲלָכָה אִיז, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר פַארְפַּאסְט דֶער פְלִיגֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעבְּלִיבְן אַלֵיינְס אָן זַיין גְרוּפֶּע חֲבֵרִים. לְמַעֲשֶׂה הָאט זִיךְ אויסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער פְלִיגֶער הָאט גֶעקְרַאכְט, אוּן אַלֶע וָואס זֶענֶען גֶעוֶוען דֶערִין זֶענֶען נֶעבֶּעךְ גֶעשְׁטָארְבְּן, אוּן עֶר אִיז גֶעבְּלִיבְן לֶעבְּן, אַ דַאנְק דֶעם וָואס עֶר הָאט בִּתְמִימוּת גֶעהִיטְן דִי הֲלָכָה וָואס עֶר הָאט גֶעקֶענְט.

ד. דֶער דַּעַת זְקֵנִים מִבַּעֲלֵי תּוֹסָפוֹת (פרשת מסעי לג נב) מֶערְקְט אָן, אַז דָאס גֵייט נִישְׁט וִוי דִי שִׁיטָה אִין גְּמָרָא (חולין ה.) אַז דִי רוֹיבּ־פֵייגְלֶעךְ הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט דִי בְּרוֹיט אוּן פְלֵייש פוּן דִי הויז פוּן אַחְאָב, אוּן וִוי רַבִּי יְהוּדָה אָמַר רַב זָאגְט אַז דֶער אויבֶּערְשְׁטֶער הָאט אִים מַתִּיר גֶעוֶוען דָאס צוּ עֶסְן.

PDF Preview