Skip to content

מעסעדזשעס פון די קוראי הגליון

א נארמאלער מענטש

איך וויל מיר שטארק באדאנקען פאר די מאמר פון סוכות ווי ס'איז אזוי שטארק ארויסגעברענגט געווארן אז אמת'ע שמחה און צופרידנקייט האט מען בלויז דורך שמירת עינים, און אויב מ'לאזט לויפן די אויגן ברענגט דאס נאר אומצופרידנקייט. ס'איז געווארן זייער שיין און איידל ארויסגעברענגט, און דאס האט שטארק גערעדט צו מיר, אז אפילו בגשמיות איז מען אסאך א רואיגערער און נארמאלערער מענטש.

שמואל. - וויליאמסבורג

פערציג 'מאל' אנשטאט פערציג 'טעג'

כ'האב זיך געוואלט אונטערנעמען א קבלה פאר פערציג טעג, אבער כ'האב געשפירט אז ס'איז א שווערע משא אויף מיר, איבערהויפט אז אויב מ׳איז איין טאג דורכגעפאלן, האט מען די (אומריכטיגע) הרגשה כאילו דער גאנצער חשבון איז פארלוירן געגאנגען.

האב איך דעריבער געטראכט א מהלך, זיך אונטערצונעמען נישט פערציג טעג, נאר פערציג מאל! דהיינו, אז די קומענדיגע פערציג מאל וואס איך גיי זיך היטן די אויגן וועל איך דאס פארצייכענען. די עצה ארבעט אז מען מאכט זיך א צעטל אדער א נאוט אויפ׳ן טעלעפאן, און יעדעס מאל וואס מ׳איז געווען אין גאס מיט הצלחה מאכט מען א טשעק אדער מ'שרייבט אראפ דעם נומער.

דאס העלפט שטארק אז אפילו אויב מ׳איז אמאל דורכגעפאלן ח"ו, פארלירט מען נישט דעם ביז־יעצטיגן חשבון. אויב מ׳האלט ביי נומער פינף און ס'האט פאסירט א ראי' אסורה חלילה, גייט מען דעם קומענדיגן מאל ווייטער צו נומער זעקס. דאס גיט א געוואלדיגן געפיל פון הצלחה, ווייל מ׳זעט בחוש ווי מ׳רוקט זיך פאראויס. און נאכ׳ן דערגרייכן פערציג מאל הייבט מען אן נאכאמאל פרישע פערציג טעג, וחוזר חלילה.

מיט'ן אויבערשט'נס הילף האט דאס מיר אסאך ארויסגעהאלפן און ס'קען אפשר זיין א הילף אויף פאר אנדערע אידן.

ל. וו. ברוקלין

PDF Preview