Skip to content

הפטרת פ' נח - יט - מיט וואספארא פנים קען איך מיר שטעלן בעטן מחילה פון השי"ת?

הפטרת פ' נח
- יט -
מיט וואספארא פנים קען איך מיר שטעלן בעטן מחילה פון השי"ת?

בִּצְדָקָה תִּכּוֹנָנִי (ישעיה נד, יד)
דורך צדקה וועסטו ווערן באפעסטיגט

אין ספה"ק עבודת ישראל איז ער מרמז אין דעם פסוק א שטארקע בחינה: ווייל באמת איז דאך א גרויסע חוצפה אז א מענטש זאל זיך אוועקשטעלן פאר השי"ת און אים בעטן מחילה אויף זיינע זינד, ווייל מיט וואספארא פנים קען מען פארן הייליגן באשעפער דאס בעטן פון אים נאכדעם וואס ער האט ווידערגעשפעניגט אין אים, און דעריבער האבן טאקע די מקטריגים א כח אפצוהאלטן אזעלכע תפילות פון ארויפגיין צום באשעפער.

נאר די איינציגסטע אופן ווי אזוי מיר קענען בעטן מחילה פון השי"ת, איז נאר אויף א וועג פון בעטן 'צדקה', אז השי"ת זאל זיך מרחם זיין אויף אונז אזויווי אויף אן ארימאן וואס שטייט ביים טיר און בעט א נדבה, אזוי אויך בעטן מיר אז השי"ת זאל אונז געבן 'צדקה' און אונז מוחל זיין אונזערע עבירות. אבער כדי אז א מענטש זאל קענען בעטן 'צדקה' פון השי"ת, דארף ער אויך געבן 'צדקה' פאר ארימעלייט, אזוי ווי חז"ל זאגן (מגילה יב:) 'במדה שאדם מודד מודדין לו', אז וויאזוי א מענטש פירט זיך אויף צו אנדערע, אזוי פירט מען זיך אויף צו אים פון הימל. ממילא אויב א מענטש געבט 'צדקה' פאר ארימעלייט, קען ער אויף בעטן 'צדקה' פון השי"ת, אז ער זאל אים מוחל זיין זיינע עבירות.

קומט אויס אז די מצוה פון 'צדקה' גיבט 'פיס' פאר א מענטש אז ער זאל קענען גיין צו השי"ת אים אים בעטן מחילה אויף זיינע זינד, דאס איז מרומז אינעם לשון הפסוק 'בצדקה תכונני', דהיינו אז דורך די מצוה פון 'צדקה' קענסטו זיך 'אוועקשטעלן' פאר השי"ת בעטן רחמים.

אין דאס איז אויך די כוונה פונעם מאמר חז"ל (עי' ירושלמי סנהדרין פ"י ה"ב) 'הקב"ה חותר חתירה מתחת כסא הכבוד לבעלי תשובה', אז הקב"ה כביכול גראבט א גרוב אונטערן כסא הכבוד צו מקבל זיין די וואס טוען תשובה, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין די טיפע כוונה פון דעם, אז הקב"ה גראבט אונטערן כסא הכבוד?

נאר באמת, לויט די געוואלדיגע גרויסקייט און דערהויבנקייט פון השי"ת, קען זיך א מענטש בכלל נישט דערנענטערן צו אים צו בעטן פון אים מחילה. נאר וויבאלד די רחמנות פון השי"ת האט נישט קיין גרעניץ, דעריבער לאזט זיך השי"ת כביכול אראפ פונעם כסא הכבוד, דהיינו פון זיין גרויסע גרויסקייט און דערהויבנקייט, און אזוי קען זיך דער מענטש דערנענטערן צו אים און מתפלל זיין, און אזוי נעמט השי"ת אן זיין תשובה.

און ווען השי"ת ברענגט ח"ו יסורים אויף א מענטש, איז די כוונה פון דעם שוואך צו מאכן דעם כח פונעם יצר הרע, אז ער זאל זיך נישט קענען מער אזוי פיל מתגבר זיין אויפן מענטש, און ווען א מענטש ווייסט דאס, וועט ער זיכער חרטה האבן אויף זיינע שלעכטע מעשים, און ער וועט נישט ווערן אויפגערעגט און שטויסן אויף זיינע יסורים, ווייל ער ווייסט אז דאס איז נאר פאר זיין אייגענע טובהיט.

יט עבודת ישראל פ' נח: בצדקה תכונני (ישעיה נד, יד). להסביר הענין, וגם מה דאיתא (פסחים קיט.) שהקב"ה חותר חתירה מתחת כסא הכבוד לקבל בעלי תשובה. כי בוודאי היא חוצפה גדולה לעמוד לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה לבקש מחילה לחטאיו וכי באיזה אנפין יקום קמי מלכא קדישא, וכל העולמות אינם מניחין לעלות תפלות זה האדם רק על דרך זה שיבקש האדם מאת הש"י בדרך צדקה שיעשה עצמו כעני בפתח ולזה צריך האדם גם כן לעשות צדקה עם העניים ואביונים כי במדה שאדם מודד מודדין לו. ואם כן על ידי זו הצדקה שעושה עושה לו רגלים לכנוס לפני ולפנים לבקש מחילה על חטאיו ממנו יתברך ומצדק נעשה צדקה. וזה חותר חתירה מתחת כסא הכבוד, כי בוודאי מחמת גדולת ורוממות הבורא יתברך אי אפשר לקרב אליו יתברך אך מגודל רחמנות הבורא יתברך כביכול משפיל עצמו מכסא כבודו הוא גודל מלכותו ורוממותו כדי לקבל שבים וזהו מתחת כסא כבודו. והנה כשהש"י מביא עליו איזה יסורין ומחליש כח היצר וישוב לבו אל הבורא יתברך נמצא אז בוודאי מתחרט על מעשיו ולא יהרהר אחר מדותיו ולא יבעט ביסורין.

PDF Preview