Skip to content

מוסיף זיין אייגענע מעשים טובים, כאטש וואס מען איז נישט מחוייב

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ (ו, ט)
דאס זענען די קינדער פון נח

רש"י ערקלערט, אז די כוונה פון דעם פסוק איז אויף די מעשים טובים פון נח [אזויווי דער פסוק איז ממשיך, אז נח איז געווען א צדיק], ווייל דער עיקר קינדער פון די צדיקים איז, זייערע גוטע מעשים.

מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע (מאמרי ראש השנה, צילא דמהימנותא, ז), אז דער חילוק צווישן 'מצוות' און 'מעשים טובים' איז, אז 'מצוות' גייט ארויף אויף די זאכן וואס מען איז מחוייב מצד הדין, און 'מעשים טובים' גייט ארויף אויף די זאכן וואס א מענטש לייגט אליין צו, כאטש וואס ער איז נישט מחוייב.

לויט דעם קען מען ערקלערן, אז דאס וואס רש"י זאגט, אז די כוונה פון "אלה תולדות נח", איז אויף מעשים טובים, רעדט ער פון די קרבנות וואס נח האט מקריב געווען נאכן מבול, וואס אויף דעם איז ער נישט געווען מחוייב, דעריבער ווערט דאס אנגערופן 'מעשים טובים'.

מען זעט פון די פסוקים שפעטער, אז דורך די קרבנות וואס נח האט מקריב געווען, האט דער אויבערשטער געשוואוירן אז ער וועט מער נישט ברענגען קיין מבול, און די סיבה איז טאקע צוליב דעם וואס נח האט דא געטון א זאך פון זיין אייגענעם ווילן וואס דער אויבערשטער האט אים נישט באפוילן דערויף, וואס נאר אויף אזא סארט ענין באקומט מען שכר אויף דער וועלט (זע מהרש"א סוטה יד.), קומט אויס, אז נאר דורך די קרבנות איז געבליבן קינדער פאר נח, און זיינע דורות האבן זיך געקענט ווייטער ציען.

אויב אזוי קומט אויס, אז דער פשוט'ער פשט פונעם פסוק "אלה תולדות נח", וואס גייט ארויף אויף די קינדער פון נח, איז פאראייניגט מיט דעם דרש פון דעם פסוק [אז מען רעדט פון זיינע מעשים טובים], ווייל נאר דורך זיינע גוטע מעשים וואס ער האט אליין צוגעלייגט, וואס דאס איז די קרבנות, נאר דורכדעם זענען זיינע קינדער געבליבן.

הערות:
ב. טיב לבב (עמ' כז): וכתב הבני יששכר לפרש מה שמורגל בדברי חז"ל בכמה מקומות הלשון מצוות ומעשים טובים, דלכאורה היינו הך, וביאר דמצוות קאי על מה שמחוייבים מצד הדין ומעש"ט פירושו מה שמוסיפים מעצמו על החיוב עיי"ש. ובזה יבואר הכתוב אלה תולדות נח ופירש"י שעיקר תולדותיהן של צדיקים מעשיהם הטובים, דכוונתו על מה שהקריב הקרבנות אחר המבול שבזה הציל את העולם שלא יבא עוד מבול, שזה נקרא 'מעשים טובים' על שהיה בלי ציווי והדרש מקושר עם הפשט שעל ידי שעשה מעש"ט דהיינו הקרבנות נשארו לו תולדות בעולם. ולפי"ז מובן מה שהפסיק לספר בשבחו, שזה שייך שפיר לרישא דקרא, שרק על ידי שהיה צדיק והרבה מעשים טובים יותר מהחיוב והקריב הקרבנות, מזה בא בשכרו שנשארו לו תולדות בעולם.

PDF Preview