נח )א(
אין אנהויבס פרשת נח שטייט אז נח איז געווען א "צדיק בדורותיו." בריינגט רש"י צוויי פירושים. דער ערשטער פירוש איז "לשבח," אויב אין א דור פון רשעים איז נח געווען א צדיק, איז אין א דור פון צדיקים וואלט ער אוודאי געווען נאך א גרעסערער צדיק. דער צווייטער פירוש איז "לגנאי," אז לגבי די רשעים פון זיין דור איז נח געווען א צדיק. אויב נח וואלט אבער געווען אין דעם דור פון אברהם אבינו, וואלט ער גארניט געווען פאררעכענט ווי א צדיק.
לויט ביידע פירושים קומט אויס אז נח'ס דור איז געווען זייער א נידעריקער דור. "ותשחת הארץ) "די ערד איז פארדארבן געווארן( און "ותמלא הארץ חמס) "און די ערד איז געווארן פול מיט רויב.( די רשעים פון דור המבול האבן געזינדיקט מיט די ערגסטע עבירות פון עבודה זרה, גלוי עריות און גזל. אפילו די בהמות חיות ועופות זיינען געווען פארדארבן, ווי עס שטייט "כי השחית כל בשר."
נח האט געבויט די תיבה 120 יאר כדי צו אויפוועקן אנשי דורו צו תשובה, אבער עס האט ניט געהאלפן און זיי זיינען געבליבן רשעים.
אפילו אין אזא צייט, ווען אלע זיינען געווען רשעים, איז נח געווען א צדיק. אין דעם זכות איז ער מיט זיין גאנצע משפחה געראטעוועט געווארן פון דעם מבול. נח האט אויפגעשטעלט אן "עולם חדש" און געבראכט "מנוחה" און "נחמה" אין דער וועלט (ווי זיין נאמען - נח - באדייטעט, מנוחה ונחמה.)
דער אפלערנונג פאר אונז איז: א סאלדאט פון "צבאות השם" פילט זיך אמאל אליין; די גאנצע וועלט ארום עם פירט זיך ניט ווי צדיקים, און אפילו אין זיין אייגענע קלאס ווילן אנדערע זיך פירן ניט ווי מען דארף.
דערמאנט אונז נח אז מען דארף זיין "צדיק הי' בדורותיו." אפילו ווען אנדערע זיינען רשעים דארף מען זיין א צדיק. אזוי בריינגט מען אנדערע צו טאן תשובה, און מען בויט א "נייע וועלט." מען בריינגט מנוחה און נחמה צו דער וועלט.
יעדער סאלדאט פון "צבאות השם" איז און דארף זיין א נח.
(משיחת ב' חשון תשמ"ג - לצבאות השם)